די אָפּגעשטויסענע (4)

בערל קאָטלערמאַן

4

רבי דײַנאָ האָט זיך ווידער און ווידער אײַנגעקוקט אין די רשימות אין שײַכות מיט רבקה רבינאָוויטש. צי האָט ער געהאַט פֿעסטע עדות בתּורת-אליונ”ע, כּדי אָנערקענען רבינאָוויטשן ווי אַ טויטן? עס באַקומט זיך, אַז די ברידער רובינטשיק פּאַסטן ניט אַפֿילו אומדירעקט: די באַנדיטן האָבן זיי דאָך גאָרנישט געזאָגט, וועמען האָבן זיי דערהרגעט לא־עלינו, שוין אפּגערעדט, אַז זיי זאָלן אַליין געווען זען דעם מת. צי שטייט עס ניט אין דער גמרא: אין מעידין אלא על פּרצוף פּנים, הייסט עס, מע מוז דערקענען אַ טויטן אין פּנים ממש? אַנישט — לא־מהימן, מע טאָר זיך ניט פֿאַרלאָזן אויף אַזאַ עדות. אַ חוץ דעם, די גאַנצע מעשׂה זעט אויס אַזוי, ווי מע וואָלט זיי געוואָלט אָנשרעקן, כּדי וואָס גיכער אַוועקנעמען זייער געלט. פֿון אַן אַנדער זײַט, ווײַזט אָן די ברידערס טענה, אַז זיי קענען אַלע סוחרים מיט מאָנגאָליע, אויף איין אוראַלטן כּלל. ווי עס שרײַבט דער מבי”ט, אם נאבד יהודי בדרך — ווען אַ ייִד איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אויפֿן וועג פֿון איין אָרט צו אַן אַנדער אָרט און שפּעטער האָט מען געפֿונען אַ טויטן אויף דעם זעלבן וועג, טאָ, לערנט אונדז די תּורה, אַז עס איז דער זעלבער ייִד, אויב יענער האָט זיך ניט אָפּגעפֿונען. הייסט עס, פֿון דאורייתא קען מען שוין באַפֿרײַען די נעבעכדיקע פֿרוי פֿון איר עגינות, אָבער נישט פֿון דרבנן. און פֿאָרט — אַבֿרהם רבינאָוויטש האָט זיך טאַקע ניט אָפּגעפֿונען פֿאַר מער ווי דרײַ חדשים, אָבער קיין טויטן קערפּער האָט קיינער פֿון די עדות אויך ניט געזען. די פּגנים, בוריאַטן און מאָנגאָלן, האָבן געזען אַ שאַרבן אויפֿן וועג, וווּ איז געגאַנגען רבינאָוויטש, און דערציילט דערפֿון טאָמאַשינסקין. אַזוי, אַז נאָר אין פֿאַרבינדונג מיט טאָמאַשינסקיס עדות באַקומט די רובינטשיקס עדות עפּעס אַ זין. נאָר וואָס? אויך טאָמאַשינסקיס עדות איז ניט מער ווי אַן אומדירעקטע זאַך, אַ „סניף‟, וואָס זשע טוט מען מיט די רובינטשיקעס? זייער עדות טויג אויף כּפּרות…

rekrutn
די בוריאַטן האָבן געבראַכט אַ שאַרבן, אין וועלכן עס האָט געפֿעלט איין צאָן

רבי דײַנאָ האָט געריבן זײַן שטערן. וואָס עס בלײַבט דאָ איז נאָר טאָמאַשינסקי און פֿורסמאַן. טאָמאַשינסקי גופֿא האָט ניט געפֿונען דעם שאַרבן. וואָס יאָ — ער האָט געזען עפּעס אַ שאַרבן, וועלכן זײַנע בוריאַטן האָבן געבראַכט אַהער, אין וועלכן עס האָט געפֿעלט איין צאָן, פּונקט דאָרט, וווּ בײַ רבינאָוויטשן איז געווען אַ גאָלדענער צאָן. מע דאַרף נאָך גענויער אויספֿרעגן לגבי אָט דעם צאָן. אויב אָבער אָנצונעמען פֿאַר אַ פֿעסטן פֿאַקט די מעשׂה מיטן צאָן, האָבן מיר נאָך איין „סניף‟. אין דער אמתן, אויך דער גאָלדענער צאָן איז קיין קלאָרער סימן ניט. אַזאַ סימן, דער „סימן מובֿהק‟, קען זײַן נאָר דאָס, וואָס איז בנמצא בײַ איינעם פֿון אַ טויזנט, אחד מאלף, ווען אין אונדזערע צײַטן עס איז שוין גאָר ניט קיין ווילדע מציאה צו האָבן גאָלדענע ציין.

אַן אַנדער זאַך איז דער אַרבל פֿון רבינאָוויטשעס העמד, וואָס פֿורסמאַן האָט געזען מיט זײַנע אייגענע אויגן. ער איז אויך געווען דער לעצטער, וועמען ס’איז אויסגעפֿאַלן זיך צו זען מיט רבינאָוויטשן איין טאָג פֿאַר יענעמס מעגלעכן מאָרד. דעם אַרבל האָט מען געפֿונען לעבן דעם שאַרבן, און אויב מע נעמט אין חשבון ווי אַ „סניף‟ דעם שאַרבן אָן אַ צאָן, פּונקט אין דעם אָרט, וווּ ס׳איז געווען דער גאָלדענער צאָן, קען מען פֿאַררעכענען דעם אַרבל ווי אַ „סימן מובֿהק‟ און אַזוי מאַכן אַ סוף צו דעם ענין.

רבי דײַנאָ האָט זיך צוריקגעוואָרפֿן אויפֿן אָנלען פֿון זײַן שוואַרצן לעדערנעם פֿאָטעל. דאַכט זיך, ער האָט ענדלעך דערטאַפּט די לייזונג. ס’איז כּדאי אָבער אַ ביסל אָפּוואַרטן — אפשר איז טאַקע רבינאָוויטש בכל־אופֿן געבליבן לעבן? דעמאָלט וועט זײַן אַ סקאַנדאַל! סטאָפּ… צי מיינט עס, אַז ס’איז דאָ אַ שאַנס, כאָטש אַ קליינער, אַז רבינאָוויטש איז טאַקע לעבעדיק? דער רבי איז ממש פֿאַרשוויצט געוואָרן. וואָס האָבן מיר אינעם קיישל? די באַנדיטן, דער פֿאַרפֿאַלענער ייִד, דער וועג, וווּ ער איז געגאַנגען, דער שאַרבן, דער גאָלדענער צאָן וואָס איז ניטאָ, דער אַרבל, די גוייִשע עדות… יאָ, ס’איז דאָ נאָך דער שמועס צווישן דעם מאָנגאָלישן מיליציאָנער און דעם רוסישן אײַזנבאַן-אינספּעקטאָר. אַפּנים, אַ סך פֿאַקטן, און אַלע ווײַזן זיי אָן אויף דעם, אַז רבינאָוויטש איז שוין טויט. און אויב דער שאַרבן איז ניט זײַנער? און אפֿשר איז ער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, און זײַן לײַבהעמד איז געגאַנגען אויפֿן באַנדאַזש? איז וווּ איז ער איצט? סע שטייט דאָך געשריבן: אם נאבד יהודי בדרך…

* * *

מיט דער צײַט איז רבינאָוויטש געוואָרן גאָר אַן אָפֿטער גאַסט אין אורגאַ, וועלכע די אָרטיקע האָבן גערופֿן מיט אַ רעליגיעזן אָפּשײַ ניִיִסלעל-כורע — די מאָנאַסטיר־הויפּשטאָט, ווי אויך אין אַנדערע, ווייניק באַוווּסטע ערטער פֿון כאַלכאַ. ער האָט זיך באַקענט מיט אַ היפּש ביסל סוחרים דאָ, ערשטנס, מיט ייִדן און רוסן, און נאָך דעם מיט די היגע מענטשן — מאָנגאָלן, בוריאַטן, כינעזער, קאָרייער און אַפֿילו יאַפּאַנער. ער האָט זיך אויסגעלערנט זיך אָריענטירן אין דעם ענדלאָזן מאָנגאָלישן סטעפּ און אויסזוכן לויט קוים-באַמערקלעכע סימנים די צעוואָרפֿענע דאָ און דאָרט וואַנדער-לאַגערן. ער איז געוואָרן דערצו אַ מבֿין אין דער פֿאַרדרייטער לאָקאַלער פּאָליטיק און אין די פֿאַרפּלאָנטערטע באַציִונגען צווישן מאַנזשוריע, כינע, מאָנגאָליע, רוסלאַנד און יאַפּאַן, וואָס האָבן געווירקט גאָר שטאַרק אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן. אויף דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן האָט ער אינגיכן געקראָגן אַ צוטרוי בײַ גרויסע ליפֿעראַנטן און אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט ער שוין געהאַט צוויי בכּבֿודיקע פֿלייש-קאָנטאָרן — אויף דער סטאַנציע מאַנזשוריע און אין כאַרבין, וועלכע פֿלעגן טאָג און נאַכט אָננעמען און אַרויסשיקן די סחורה.

xalxa
כאַלכאַ אין די 1920ער יאָרן

לויט טאָמאַשינסקיס מוסטער האָט ער אויסגעבויט פֿאַר זיך און זײַן קליינער משפּחה אַ צוויי-שטאָקיק מויערל, מנדבֿ געווען מיט אַ ברייטער האַנט אויף קהלישע נויטן, ווי, למשל, אַ פֿעטע סומע אויף צו ברענגען אַ געלערנטן רבי אַזש פֿון דער ליטא, און אַזוי אַרום איז ער געוואָרן איינער פֿון די אָרטיקע חשובֿסטע פּרנסים. ווי אַ קלוגער און ווײַטזיכטיקער מאַן, פֿלעג רבינאָוויטש געבן געוויסע געלטער אויך אויפֿן רוסישן שפּיטאָל (ער האָט צוגעשטעלט פּראָדוקטן פֿאַר די פּאַציענטן). דערצו האָט ער אָנטיילגענומען אין דער בויונג פֿון דער ערשטער אין דער שטאָט עלעקטראָ-סטאַנציע, וועגן וואָס האָט מען בפרהסיה געמאָלדן אויף דער פֿײַערלעכער דערעפֿענונגס-צערעמאָניע.

אַלץ האָט בײַ אים געקלאַפּט קיין עין-הרע, ביז די באָלשעוויקעס האָבן אין סוף 1917טן יאָר געפּרוּווט אָרגאַניזירן אין כאַרבין, מאַנזשוריע, ציציקאַר, כײַלאַר, בוכעדו און נאָך עטלעכע אײַזנבאַן-פּונקטן די אַזוי גערופֿענע „סאָוועטן פֿון אַרבעטנדיקע און זעלנערישע דעפּוטאַטן‟. דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון דער מיזרח־כינעזישער אײַזנבאַן, גענעראַל כאָרוואַט, האָט געענטפֿערט דערויף אויף אַ גאָר אומדערוואַרטן אופֿן, לכל־הפּחות פֿאַר אַ רוסישן פּאַטריאָט: ער האָט געבעטן הילף בײַ די כינעזער. די „מאַנדאַרינישע‟ מיליטער (אַזוי האָבן זי גערופֿן די רויטע) האָט אָן סאַנטימענטן אַרויסגעוואָרפֿן די בונטאַרן צוריק קיין רוסלאַנד. גענעראַל כאָרוואַט האָט דערווײַל געפּרוּווט אויסניצן די כינעזישע אַרמיי פֿאַרן אײַנשטעלן לענגויס דעם אײַזנבאַן-פּאַס אַ מין „פֿרײַע כאָרוואַטיע‟ אונטער זײַן פֿאַרוואַלטונג, אָבער דער פּראָיעקט איז אין גיכן דורכגעפֿאַלן. די הויך-דיסציפּלינירטע „אײַזנבאַן-אימפּעריע‟, וואָס די רוסישע עקספּלואַטאַציע-קאָמפּאַניע האָט געשאַפֿן אין די לעצטע צוואַנציק יאָר, האָט אָנגעהויבן זיך צעפֿאַלן אויף קלענערע האַלב-אויטאָנאָמע „פֿירשטנטומס‟. די כינעזישע באַנדיטן „כונכוזן‟, די חוצפּהדיקע סיבירער קאַזאַקישע אַטאַמאַנען און אַנדערע „נישט-גיטערס‟ האָבן דיקטירט די נײַע ווירקלעכקייט. אויך די כינעזישע מאַכט האָט פּלוצעם דערפֿילט זיך פֿרײַ צו פֿאַרבאָטן אָן שום דערקלערונגען דעם צושטעל פֿון עסן-אַרטיקלען אין דער אײַזנבאַן-זאָנע, אַרײַנצופֿירן נײַע צינזן און אַקציזן און בכלל זיך אָנגעהויבן אַרײַנמישן אין דעם עקאָנאָמישן לעבן פֿון דער מערבֿדיקער צווײַג פֿון דער ביז איצט עקסטעריטאָריעלער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן.

semyonov
אַטאַמאַן סעמיאָנאָוו

די סטאַנציע מאַנזשוריע גופֿא איז אויף אַ צײַט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער רעזידענץ פֿונעם געוויסן אַטאַמאַן סעמיאָנאָוו. אין נאָמען פֿון דער צײַטווײַליקער רעגירונג, וואָס איז דעמאָלט געזעסן אין פּעטראָגראַד, האָט סעמיאָנאָוו צעטריבן דעם מאַנזשוריער שטאָטראַט און געמאָלדן וועגן דער מאָביליזאַציע אין זײַן אייגענער „מאָנגאָל-בוריאַטישער אַרמיי‟. די שטאָטישע גאַסן האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט פֿאַרשיידנאַרטיקן ערבֿרבֿ, צו מאָל גאָר געפֿערלעכן פֿאַר ציווילע תּושבֿים. אין אָנהייב 1918 האָט סעמיאָנאָוו זיך אַריבערגעפּעקלט קיין סיביר, אָבער זײַן „הייליק‟ אָרט איז ניט געבליבן ליידיק: אַן אַנדער אַטאַמאַן, אָרלאָוו, איז געקומען מיט זײַנע קאָזאַקן. זייער הויפּט-פּרנסה האָבן די נײַע באַלעבאַטים מערסטנס געשעפּט פֿון די מיליטערישע קאָרדאָנען, וואָס זיי האָבן צעשטעלט אין דער סבֿיבֿה. אַ חוץ דעם, אַלע סחורות, וואָס האָבן געשטראָמט דורך דער אײַזנבאַן, האָבן זיי באַלייגט מיט דראַקאָנישע צינזן און צומאָל אויך מיט פּלוצעמדיקע רעקוויזיציעס. די רעקוויזירטע סחורה פֿלעגן זיי אַליין פֿאַרקויפֿן און צעטיילן דעם פּידיון צווישן זיך. און ווי ס׳וואָלטן אָט די צרות ניט געווען גענוג, זײַנען די שטאָט באַפֿאַלן שרעקלעכע עפּידעמיעס איינע נאָך דער אַנדערער. אין אָנהייב איז דאָס געווען די בייזבאַוווּסטע כאָלערע פֿונעם יאָר 1919, אַ יאָר שפּעטער — די בובאָן-פּעסט, וואָס איז אינגיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער לונגן-פּעסט און האָט אַוועקגעטראָגן לכל־הפּחות טויזנט מענטשלעכע לעבנס. צום סוף, איז געקומען די טיפֿוס-מכּה.

http://retrophoto.nnm.ru/
אַ גאַס אין וולאַדיוואָסטאָק אין די 1920ער יאָרן

צום אָנהייב 1920 האָט זיך אײַנגעשטעלט אין מיזרח-סיביר, פֿון דער אָזערע בײַקאַל ביז דער שטאָט וולאַדיוואָסטאָק, דער מער-ווייניקער סטאַבילער רעזשים פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער רעפּובליק, וואָס האָט עפֿנטלעך סימפּאַטיזירט די מאָסקווער קאָמיסאַרן. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן די גרענעץ-סטאַנציע מאַנזשוריע פֿאַרפֿלייצט טויזנטער זעלנערס פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ווײַסן גענעראַל קאַפּעל, וואָס זײַנען קוים אַנטלאָפֿן פֿון סיביר, איבערגעמישט מיט געוועזענע סעמיאָנאָווצעס. פֿונדאַנעט האָבן זיי זיך צעשפּרייט איבער אַלע פּונקטן פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן און איבערגעמישט מיט ציווילע בירגער. אָבער אַ קליינעם טייל זייערן, עטלעכע הונדערט מענטשן, אין שפּיץ מיטן קאָמאַנדיר פֿון דער אַזיאַטישער קאַוואַלעריסטישער דיוויזיע באַראָן ראָבערט פֿאָן אונגערן, האָט זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצודרינגען אין אויסערן-מאָנגאָליע, אפשר לויט דער געהיימער אײַנלאַדונג פֿונעם „לעבעדיקן בודהאַ‟ באָגדאָ-כאַן, וועלכער האָט שוין לאַנג געחלומט אַרויסצוּוואַרפֿן די כינעזער פֿון זײַן מלוכה.

צו דער אַלגעמיינער באַוווּנדערונג, אָט די קאַוואַלעריע, וועלכע האָט נאָר אָקאָרשט געמאַכט די פּליטה פֿון סיביר, האָט אויף עפּעס אַן אומבאַגרײַפֿלעכן אופֿן זיך ספּראַוועט מיט די פֿילצאָליקע און גוט באַוואָפֿנטע כינעזישע אָפּטיילן, וואָס האָבן קוואַרטירט אין אורגאַ. נאָך צוויי חדשים בלאָקאַדע האָט פֿאָן אונגערן איבערגענומען די שטאָט. דער-אָ געוועזענער צאַרישער אָפֿיציר, וואָס מיט זײַן חיהשער אַכזריותדיקייט האָט מען געסטראַשעט קליין און גרויס אין מאַנזשוריע זינט 1918, צײַט ער איז געווען אַ מיליטער-קאָמענדאַנט אין כײַלאַר, איז געוואָרן בן-רגע דער בלוטיקער דיקטאַטאָר פֿון כאַלכאַ.

עס האָבן זיך געמערט די משונה־ווילדע רכילותן וועגן זײַנע אויפֿפֿירעכצן אין אורגאַ. צווישן די מאָנגאָלן-לאַמאַיִסטן, וואָס האָבן געגלייבט אין גילגולי-נשמות, איז אַפֿילו פֿאַרשפּרייט געוואָרן אַ מאָדנע גלויבונג, אַז דער ברוטאַלער און אומרחמנותדיקער רוסישער באַראָן איז דער גילגול פֿונעם דעמאָנישן אָפּגאָט פֿון מלחמה מאַהאַקאַלאַ, וועלכן מע האָט געמאָלט באַפּוצט מיט מענטשלעכע אָפּגעהאַקטע קעפּ און שאַרבנס.

kazaki i yapontsy
די קאַזאַקן פֿון באַראָן אונגערן

אין די ייִדישע קהילות פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן האָט מען מיט באַזונדערער אימה באַהאַנדלט די איבערראַשנדיקע ידעות אין דער אָרטיקער פּרעסע וועגן די פּאָגראָמען אין אורגאַ. אַלע זײַנען געווען שאָקירט מיט דעם, וואָס ס׳איז געשען מיט איינעם אַ קאָרעעשן סוחר לי, וועלכן די אורגאַנער ייִדן האָבן געבעטן איבערגעבן קיין כאַרבין עטלעכע בריוו מיט הילף-בקשות. די פּאָגראָמשטשיקעס האָבן איבערגעכאַפּט די בריוו און געפֿאָדערט פֿונעם קאָרעער איבערצוגעבן אין זייערע הענט די פֿאַרבאַהאַלטענע „זשידן-באָלשעוויקעס‟. יענער האָט זיך לכתּחילה פֿאַרעקשנט, אָבער זײַן האַרץ האָט ניט אויסגעהאַלטן, ווען די „אָראָסן‟ האָבן אַרויסגעשלעפּט אויף דער גאַס דעם מומיפֿיצירטן קערפּער פֿון זײַן דרײַ-יאָריק טעכטערל, וואָס איז געשטאָרבן מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער און געזאָלט געבראַכט ווערן צו דער טראַדיציאָנעלער קבֿורה אין דעם היימלאַנד קאָרעע. דער סוחר לי האָט אָנגעוויזן די מערדער דאָס הויז פֿון איינעם אַ חשובֿן מאָנגאָלישן פֿירשט, און איז דערמאָרדעט געוואָרן אויפֿן אָרט. די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַהאַלטן דאָרטן, האָבן געזען, אז זייער גאַסטפֿרײַנטלעכער באַשיצער געפֿינט זיך אין סכּנה און פֿאַרלאָזט זייער מקום־מיקלט. פֿאַרשטייט זיך, מע האָט זיי גלײַך געכאַפּט און דערשאָסן נאָך ווילדע איזדעקענישן. זייערע קערפּערס, ווי ס’איז שוין געוואָרן אַ מינהג, האָט מען אָפּגעפֿירט הינטער דער שטאָט צום טײַך סעלבאַ און דאָרט געלאָזט פֿאַר די הינט.

ungern_urga1
באַראָן אונגערן

די מאָנגאָלישע „קונצן‟ פֿון באַראָן פֿאָן אונגערן האָבן געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף די שטימונגען אין און אַרום כאַרבין. די דערנידעריקטע סעמיאָנאָווצעס זײַנען דערמוטיקט געוואָרן. אויך די באָלשעוויקעס האָבן ווידער געפּרוּווט צו פֿירן זייער פּראָפּאַגאַנדע צווישן דער באַפֿעלקערונג, באַגלײַך מיט די עמיסאַרן פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער רעפּובליק. די ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿאָרזיכטיק און איבערהויפּט נייטראַל, אָן קיין איבעריקע סימפּאַטיעס צו דעם צי צו יענעם לאַגער, כאָטש ס’איז געווען ניט פּשוט אײַנצוהאַלטן די בונדיסטן און אַנדערע סאָציאַליסטישע אַקטיוויסטן. די כינעזער, זעענדיק די צעפֿאַלונג פֿון רוסלאַנד, האָבן דערווײַל אינגאַנצן אָפּגעשאַפֿן דעם עקסטעריטאָריעלן סטאַטוס פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן, ניט געקוקט אויף דעם 80־יאָריקן קאָנצעסיע-אָפּמאַך. צום סוף, אין יוני 1921 האָט מען אַריבערגעפֿירט פֿון מוקדען צו דער סטאַנציע מאַנזשוריע די רעזידענץ פֿונעם כינעזישן גענעראַל-גובערנאַטאָר איבער די אַלע דרײַ מיזרח-צפֿונדיקע פּראָווינצן דזשאַנג דזאָ-לין, וועלכער האָט באַשלאָסן אײַנצאַמען דעם אורגאַנער קצבֿ.

אין משך פֿון די-אָ אומרוּיִקע יאָרן און דעם גאַנצן פּלאָנטער איז מאָנגאָליע געבליבן דער עיקרדיקער קוואַל פֿונעם ביליקן פֿלייש, אין וועלכן עס האָבן זיך גענייטיקט אי די פֿילצאָליקע מיליטערישע אָפּטיילן פֿון אַלע סאָרטן און קאָלירן, אי די פֿאַראָרעמטע באַפֿעלקערונג פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן, אי דער רוסישער צד, וואָס האָט געשטרעבט צו באַנײַען דעם מיסחר, ווען די סיטואַציע אויף דער גרענעץ האָט זיך רעלאַטיוו באַרויִקט אין 1921. רבינאָוויטש האָט אויסערגעוויינטלעך גוט געפֿילט אָט די דינאַמיק און געהאַלטן, ווי מעגלעך פֿאַרנעפּלט פֿאַר פֿרעמדע אויגן, זײַן מאָנגאָלישן פֿלייש-קאַנאַל. צו זײַן מזל, האָבן די אונגערנס יאָלדן געפּראַוועט זייער שוואַרצע חגא איבערהויפּט אין די צפֿונדיקע טיילן פֿונעם לאַנד. די ריזיקע סטעפּ-שטחים צו מיזרח און דרום-מיזרח, וווּ די נאָמאַדישע פּאַסטעכער האָבן זיך קוים פֿאָרגעשטעלט, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין אורגאַ, זײַנען פֿאַרבליבן אומקאָנטראָלירט.

* * *

רבי דײַנאָ האָט ענדלעך באַשלאָסן, אַז אין דעם עגונה-ענין איז בעסער ניט ריזיקירן, און געשיקט אַ שאלה מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג צו דעם רבֿ קיסין קיין כאַרבין. די תּשובֿה איז געקומען גיך, שוין אין אַ וואָך אַרום. ניט קוקנדיק אויף די פֿינצטערע צײַטן, האָט די אײַזנבאַן-פּאָטשט פֿונקציאָנירט אויסגעצייכנט. אויך רבי קיסין האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר ניט אָפּלייגן אַזעלכע פֿאַלן, מע דאַרף שמידן דאָס אײַזן כּל-זמן ס’איז נאָך הייס.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s