
אין תּל־אָבֿיבֿ איז בײַם „ה. לייוויק־פֿאַרלאַג‟ דערשינען דאָס נײַע בוך פֿון הירשע־דוד מעינקעס „אײַנשטיין אין סוויר און אַנדערע דערציילונגען‟.
נישט אַלע ווייסן, אַז דער באַקאַנטער געלערנטער דוד קאַץ, נוצנדיק דעם פּסעוודאָנים הירש־דוד מעינקעס, איז כּמעט דרײַסיק יאָר אַ פּראָזע־שרײַבער, וועלכער האָט שוין אַרויסגעלאָזט דרײַ בענד געזאַמלטע דערציילונגען אויף ייִדיש. אָט דער נײַער באַנד איז דער פֿערטער. ער נעמט אַרײַן צוועלף דערציילונגען: אַכט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע און נאָך פֿיר — פֿון דער נײַער תּקופֿה, אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן.
צו באַשטעלן דאָס בוך —