לאַפּסוס־קאַקטוס — 15

ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (3):

פּאַטן און וואָזגען זיך

אין מײַנע קינדער־יאָרן, באַזונדערס אין די קאַלטע טעג, ווען כ׳האָב געמוזט טראָגן לאַנגע זאָקן, האָבן די צוויי פֿאַרשיידענע ווערטער זיך צווישן זיך געפּאָרט. אין דער פֿרי בשעתן אָנטאָן זיך, נאָך אַ פֿאַרשלאָפֿענער, האָב איך די לאַנגע זאָקן געדאַרפֿט אויבן אויף די פּולקעס צושפּיליען צו די „פּאַטן‟, אַז די זאָקן זאָלן, חלילה, נישט אַראָפּפֿאַלן פֿון די פֿיס און ניט צונויפֿקאַטשען זיך אויף די שטיוועלעך.

—  שפּיליע שוין צו די פּאַטן, לעפּיש מײַנער! — האָט זיך געהערט דער מאַמעס קול, — וואָס וואָזגעסטו זיך אַזוי לאַנג?

דאָס וואָזגעניש פֿלעגט זיך פֿאַרענדיקן דערמיט, אַז די מאַמע אַליין פֿלעג די זאָקן צוטשעפּעט צו די פּאַטן.

פּילטשיק

נישט לאַנג צוריק בשעתן אָנשנײַדן רייטעכלעך פֿאַרן סאַלאַט, זײַנען עטלעכע פֿון די רייטעכלעך געווען אינעווייניק ליידיק, ווי אויסגעגעסן פֿון אַ ווערעמל. באַלד איז אַרויסגעשוווּמען פֿונעם זכּרון דאָס לאַנג פֿאַרגעסענע וואָרט — „פּילטשיק‟…

זומער־צײַט. איך גיי מיט מײַן באָבען אין מאַרק אַרײַן. זי שטעלט זיך אָפּ בײַם טישל מיט גרינסן. די הענדלערקע באַשפּריצט מיט וואַסער איר סחורה ס׳זאָל אויסזען פֿרישער: בינטלעך פּעטרישקע, קריפּ, שאַלאַטן, מייערלעך און רייטעכלעך. די באָבע קלײַבט אויס אַ בינטל רייטעכלעך, באַטאַפּט יעדעס רייטעכל מיט צוויי פֿינגער, און באַצאָלט דער הענדלערקע.

— באָבע, צו וואָס האָסטו באַטאַפּט די רייטעכלעך?
— כ׳האָב געקוקט, זיי זאָלן נישט זײַן פּילטשיק.
— וואָס מיינט עס, פּילטשיק?
— אַז די רייטעכלעך וועלן אינעווייניק זײַן פֿול, וועלן זיי כראָמטשען און זײַן זאַפֿטיק.

מאַניפֿאָרגע (ס)

דאָס לאַנגע קונציק וואָרט מאָלט מיר דאָס ייִנגעלע, וואָס זוכט כיטרע וועגן און מאַכט פֿוילע שטיק, אַבי נישט גיין אַהיים, וווּהין די מאַמע רופֿט אים; אַבי זיך אויסדרייען און בלײַבן נאָך אַ ביסל אין דרויסן מיט זײַנע חבֿרים. די מאַמעס ווערטער קלינגען ווי אַ פּסק־דין: „ס׳וועלן דיר נישט העלפֿן קיין שום מאַניפֿאָרגעס!‟

אורינאַל

פֿון מײַן באָבעס מויל האָט דאָס וואָרט געקלונגען נישט „אורינאַל‟, נאָר קירצער און מיט אַ בעסאַראַבישן „אָ‟ — „רינאָל‟. אין מײַן בעלצער קינדהײט זײַנען נאָך קיין טואַלעטן אין שטוב נישט געווען. בײַ נאַכט אַרויסגיין אין דרויסן אין קלאָזעט אָדער „אובאָרנע‟, ווי מ׳האָט עס גערופֿן, בפֿרט ווינטער, האָט זיך קיינעם נישט געגלוסט. האָט מען געהאַלטן פֿאַר דערוואַקסענע אַ „רינאָל‟, און פֿאַר מיר — אַ טעפּעלע.

פֿון אורינאַל איז אַרויסגעקומען דער ווערב „אורינירן‟. אויף פּראָסט מאַמע־לשון — פּישן. וועגן די צוויי ווערטער, וואָס האָבן איין באַטײַט, האָט מיר אַמאָל דער שרײַבער יאָסל בירשטיין דערציילט אַ קורצע געשיכטע, איינע פֿון זײַנע הונדערטער גלענצנדיקע מינדלעכע מעשׂיות.

בשעת אַ טרעפֿונג מיט אַ ייִדישן פּראָפֿעסאָר, האָט יאָסל מיטאַמאָל איבערגעריסן זייער שמועס: „אַנטשולדיקט, פּראָפֿעסאָר, כ׳מוז לויפֿן זיך אויספּישן‟. ווען ער האָט זיך אומגעקערט פֿונעם קלאָזעט, האָט אים דער פּראָפֿעסאָר שטיל דערקלערט, אַז אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך וועט ער דאָס וואָרט „פּישן‟ נישט געפֿינען, ווײַל אויף לײַטיש מאַמע־לשון זאָגט מען, „אורינירן‟. דעמאָלט האָט אים עס יאָסל דערקלערט אויף זײַן אופֿן: „ריכטיק. די ייִדישע אַקאַדעמיקער גייען אין קלאָזעט אורינירן, אָבער די ייִדישע שרײַבער גייען אַהין פּישן.‟

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s