די צרה קומט פֿון אינעווייניק

80 יאָר זינט דער „קרישטאָלנאַכט‟

לאה שלאַנגער

צום 80סטן יאָרצײַט נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דײַטשלאַנד פֿון 9טן אויפֿן 10טן נאָוועמבער 1938, איז געעפֿנט געוואָרן אין יד־ושם אַן אויסשטעלונג — „דער קלאַפּ קומט פֿון אינעווייניק‟. אויף דער אויסשטעלונג זײַנען אַרויסגעשטעלט פּערזענלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס, חפֿצים, דאָקומענטן, בריוו, מע קאָן זען פֿילמען, קאָפּיעס פֿון קונסט־זאַכן, דאָקומענטן. אַגבֿ, די דײַטשן אַליין, רופֿן עס, „די נאַכט פֿונעם פּאָגראָם‟.

צווישן די חפֿצים געפֿינט זיך אויך די ליאַלקע אינגע. די געשיכטע פֿון לאָראַ מאירפֿעלד-שטערן און איר ליאַלקע האָט איר אָנהייב אין דער „קרישטאָלנאַכט‟. לאָראַס פֿאָטער, אַן אײַנוווינער פֿון קאַסל, איז אַרעסטירט און אַוועקגעשיקט געוואָרן קיין בוכענוואַלד. די שכנים האָבן פֿאָרגעלייגט זײַן פֿרוי זי באַהאַלטן מיט דער טאָכטער, וואָס איז דעמאָלט אַלט געווען אָנדערטהאַלב יאָר. שוין אָנגעטאָן אין דער פּיזשאַמע צו גיין שלאָפֿן, האָט דאָס מיידעלע פֿאַרכאַפּט מיט זיך איר ליאַלקע.

אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן פּאָגראָם זײַנען זיי צוריקגעגאַנגען צו זייער דעמאָלטיקער היים. געזען, אַז מע קאָן פֿון דאָרט גאָרנישט פֿון די זאַכן אָפּראַטעווען, זײַנען זיי אַריבער וווינען צו לאָראַס באָבען. נאָך זעקס וואָכן איז באַפֿרײַט געוואָרן דער פֿאָטער און אין זכות פֿון דער אַמעריקאַנער וויזע, האָט ער געמוזט עקסטרע פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד אַליין, אָן זײַן ווײַב און טאָכטער; ערשט מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי אויך באַקומען אַ וויזע און אין 1941 זײַנען זיי מיט דער שיף פֿון פּאָרטוגאַל אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אַלץ, וואָס די קליינע לאָראַ האָט מיטגענומען מיט זיך פֿון דײַטשלאנד, איז געווען די ליאַלקע אינגע, וועלכע האָט זי באַגלייט אין יענער שרעקלעכער נאַכט. זי האָט די ליאַלקע אַפֿילו אָנגעטאָן אין דער זעלבער פּיזשאַמע, אין וועלכער לאָראַ האָט זיך געראַטעוועט אין דער „קרישטאָלנאַכט‟. נאך דער מלחמה האָבן לאָראַס עלטערן אויסגעפֿונען, אַז די גאַנצע משפּחה, וואָס איז געבליבן אין דײַטשלאַנד, איז אויסגעמאָרדעט געוואָרן.

אין 1991 איז לאָראַ מאירפֿעלד עולה געווען קיין ישׂראל. די ליאַלקע אינגע, ווי אַן אָנדענק פֿון יענער טראַגישער נאַכט, האָט זי געבראַכט אין יד-ושם אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט „צו זאַמלען די ברוכטיילן‟.

Lore-Mayerfeld
ס’איז וויכטיק, אַז די ליאַלקע זאָל זיך געפֿינען אין יד־ושם און איר געשיכטע זאָלן וויסן די קומענדיקע דורות…
לאָראַ מאירפֿעלד-שטערן דערציילט:

די ליאַלקע האָט אַ באַזונדערע ווערט. זי איז מיר טײַער און אײַנגעוואָרצלט אין מײַן האַרץ. מײַן באָבע האָט זי מיר געשענקט, און מײַן גאַנץ לעבן האָב איך נישט דערלויבט קיינעם פֿון דער משפּחה זיך שפּילן מיט איר, ווײַל קוים וואָס זי האַלט זיך. אָבער כ’האָב באַשלאָסן: ס’איז וויכטיק, אַז די ליאַלקע זאָל זיך געפֿינען אין יד־ושם און איר געשיכטע זאָלן וויסן די קומענדיקע דורות. די ליאַלקע איז די איינציקע זאַך, וואָס כ’האָב פֿון יענע צײַטן. דער פֿאַקט, אַז זי האָט דורכגעמאַכט מיט מיר דאָס גאַנצע לעבן, ביז כ’האָב חתונה געהאַט, האָט פֿאַר מיר אַ זייער גרויסע ווערט…‟

די ליאַלקע אינגע געפֿינט זיך צווישן אַנדערע חפֿצים: בריוו, אַ ספֿר־תּורה, אַ פּאַספּאָרט און מזוזה — עקספּאָנאַטן פֿון דער אויסשטעלונג „דער קלאַפּ קומט פֿון אינעווייניק‟. די אָנפֿירערין פֿון דער אויסשטעלונג האָט דערציילט, אַז די וויכטיקייט פֿון דער עקספּאָזיציע איז צו ווײַזן דעם פּערזענלעכן קוק און גורל פֿון די דײַטשישע און עסטרײַכישע ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט יענע שוידערלעכע געשעענישן.

אין יד-ושם האָט מען באַצייכנט, אַז אין דער „קרישטאָלנאַכט‟ זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך 91 ייִדן, און אַרום 30 טויזנט האָט מען אַרעסטירט און אַוועקגעשיקט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. איבער 1.400 שילן זײַנען אונטערגעצונדן געוואָרן און ייִדישע געשעפֿטן — באַרויבט און צעשטערט.

די אויסשטעלונג ווײַזט דעם אומגליק, וואָס די ייִדן האָבן איבערגעלעבט אין דער פּאָגראָם־נאַכט און אין די קומענדיקע טעג. פֿאַר אַ סך מענטשן איז דאָס געווען אַ שאָקירנדיקער קלאַפּ, ווײַל זיי האָבן זיך ביזן לעצטן מאָמענט געפֿילט ווי אַ חלק פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. דעריבער ווערט באַצייכנט יענע נאַכט ווי „א קלאַפּ, וואָס קומט פֿון אינעווייניק‟.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s