די אָפּגעשטויסענע (2)

בערל קאָטלערמאַן

המשך (אָנהייב אין אָקטאָבער־נומער)

2

רבינאָוויטש האָט שוין לאַנג געטראַכט וועגן דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן, נאָכן דערהערן ערגעץ-וווּ, אַז מע דערלויבט די ייִדן צו פֿאַרלאָזן דעם תּחום, ווען זיי געפֿינען דאָרט אַן אַרבעט. די אײַזנבאַן-קאָמפּאַניע האָט זיך שטאַרק גענייטיקט אין טעסלערס, טרעגערס, זעגערס און סתּם שוואַרצע אַרבעטער. רבינאָוויטש, וואָס האָט תּמיד געהאַלטן זײַנע קאַפּיטאַלן בסוד און ניט געווען פֿאַרשריבן ווי אַ סוחר, האָט זיך געמאָלדן ווי אַ טרעגער. נאָך אַ דרײַ-וואָכיקער טרייסלעניש אין עטלכע באַנען נאָכאַנאַנד און זיך וואַלגערן אַ פּאָר נעכט אויף די וואָקזאַל-פּאָדלאָגעס, האָט די משפּחה דערגרייכט די אַלטע סיבירער שטאָט טשיטאַ, פֿון וועלכער ס׳איז שוין געווען גאָר נאָענט צו דער ערשטער סטאַנציע אויף דער מיזרח-כינעזישער ליניע, מאַנזשוריע, אָדער מאַנטשולי, ווי די כינעזער האָבן זי גערופֿן אויף זייער זינגעוודיקן לשון.

котлерман стан
ונעם מאַנזשורער פּעראָן האָט זיך געעפֿנט אַ סקוטשנע בילד מיט פֿאַרשנייטע דעכער פֿון קרומע קליינוווּקסיקע הײַזקעס…

עס איז שוין געווען שפּעט נאָוועמבער. פֿונעם מאַנזשורער פּעראָן האָט זיך געעפֿנט אַ סקוטשנע בילד מיט פֿאַרשנייטע דעכער פֿון קרומע קליינוווּקסיקע הײַזקעס. פֿאַר די באַווײַבטע אַרבעטער האָט מען אויסגעטיילט אַ הילצערנעם צוויי-שטאָקיקן באַראַק לעבן דער סטאַנציע. אינעווייניק האָבן דראַפּענע פֿאָרהענגער, ווי ווענטלעך, צעטיילט דעם באַראַק אויף אַ סך שמאָלע קעמערלעך. יעדער אַזאַ קעמערל האָט פֿאַרמאָגט אַ פּרימיטיווע נאַרע־בעטל און אַ טומבע. ווען די ערשטע שלאָפֿלאָזע נאַכט אויפֿן אָרט, איבערגעריסן פֿון קינדער-געוויין און אָנגעפֿילט מיט מאַכאָרקע-רויך, איז סוף-כּל־סוף אויסגעגאַנגען און זיך פֿאַרביטן אויף אַ בלאַסן באַגינען, איז רבינאָוויטש אַרויס אין דרויסן זיך אַרומצוקוקן. גלײַך פֿאַר זיך האָט ער דערזען אַ ברייט פֿאַרשנייט פֿעלד און אין סאַמע צענטער — אַן אָפּגעבליאַקעוועטע רוסישע פֿאָן אויפֿן שפּיץ־סלופּ. דאָס פֿעלד האָט אַפּנים אויסגעפֿילט דאָ די פֿונקציע פֿון אַ שטאָטפּלאַץ. אַ ביסל ווײַטער, אין מיטן אַ ניט-הויכן קלאָץ-פּלויט, זײַנען געשטאַנען קונציק-אויסגעשניצטע טויערלעך פֿון עפּעס אַן עבֿודה-זרה-טעמפּל. לעבן אים — אַ קליינע פּראַוואָסלאַוונע צערקווע מיט אַ ציבעלע-קעפּל. אַ סטעזשקע, אויסגעטראָטן אינעם קויטיקן שניי, האָט געבראַכט רבינאָוויטשן צו פֿירן צום אַנדערן עק פֿונעם הפֿקר-פֿעלד. ביזן האָריזאָנט האָט זיך געצויגן אַ גוט-אײַנגעפֿאָרענער טראַקט, וואָס האָט צעשניטן די אומענדלעכע, כּמעט אָן ביימער, סיבירער סטעפּ, אַרומגערינגלט מיט פֿלאַכע בערגלעך, באַוואָקסן מיט קוסטן. אָט די בערגלעך, ווי רבינאָוויטש האָט שוין געהערט, האָבן די אָרטיקע גערופֿן „סאָפּקעס‟.

אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען געדאַרפֿט אַריבערפֿירן זייער „פּאַרטיע‟ נײַ־אָנגעקומענע ווײַטער מיזרח-צו. רבינאָוויטשן האָט אויף אַ ווײַלע אַרומגעכאַפּט אַ שטאַרק בענקעניש נאָך דער וואַרעמער מאַלאָראָסיע, וווּ עס האָט זיכער נאָך אַלץ געשמעקט מיט רײַפֿע האַרבסטיקע עפּל. צווישן די שניי-קופּעס האָט ער באַמערקט עפּעס ווײַסע רויכעלעך. זיך אײַנגעקוקט, האָט ער, צו זײַן באַוווּנדערונג, פּלוצעם דערזען אַ באַבערדיקטן ייִד אין אַ ברייטער שוואַרצער יאַרמלקע, וואָס איז אַרויסגעקראָכן פֿון אַ מין טראַנשיי. דער ייִד האָט זיך אויסגעגלײַכט, פֿאַרראָכטן זײַן רײַכן שעפּסענעם מאַנטל און אָנגעצויגן אויפֿן קאָפּ, אַריבער דער יאַרמלקע, אַ דרײַ-אויעריקן הינטישן הוט, וואָס דער דריטער אויער האָט פֿאַרדעקט אויפֿן רוקן דעם ייִדס קאַרק און האַלדז. ערשט דעמאָלט איז זײַן בליק געפֿאַלן אויף רבינאָוויטשן. מעלאַנכאָליש באַטראַכט דאָס קורצע זשאַקעטל, די געפֿלאָכטענע קאַשנע און דאָס ווייך שטאָטיש היטל, האָט ער געמאַכט אַ מין ברכה-באַוועגונג מיטן קאָפּ און געפֿרעגט די רעטאָרישע פֿראַגע: „פֿון וואַנען קומט אַ ייִד?‟

אין די פֿילצאָליקע ערדשטיבלעך אַרום און אַרום האָבן געוווינט, דער עיקר, כינעזישע אַרבעטער. אין גיכן איז רבינאָוויטש שוין געזעסן אין אַ גוט-געבויטער רוסישער כאַטע בײַ זײַן נײַעם באַקאַנטן און געזופּט טיי פֿון אַ מאָדנע-ברייטער טשאַשקע־פּיאַלקע, צובײַסנדיק מיט שטיקלעך צוקער. דער טיי איז אויך געווען ניט ווי בײַ לײַטן: אַ כּמעט דורכזיכטיקער און עפּעס איבערגעווירצט. דער בעל-הבית, מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי, האָט געשטאַמט פֿון די טשאָרטקאָווער. ווי אַ 15־יאָריק ייִנגל איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער היים און זיך אַליין דערקליבן ביז ניו-יאָרק, אָבער זיך דאָרט ניט אײַנגעוואָרצלט. בעת דער רוסיש-יאַפּאַנישער מלחמה האָט ער זיך געלאָזט זוכן אַ לײַכטע פּרנסה קיין כאַרבין, נאָר צו זײַן אָנקומען איז דער געשעפֿטס-פֿיבער אַרום כאַרבין, וואָס איז געווען גלײַך בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה, לײַדער, דראַסטיש געפֿאַלן. ניין, די שטאָט איז נאָך אַלץ געווען די הויפּטשטאָט פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן, אָבער נאָך דער רוסישער מפּלה האָט מען די אַרמיי צוריקגעצויגן קיין רוסלאַנד, און כאַרבין איז ווי פֿאַרוויאַנעט געוואָרן. דעמאָלט האָט טאָמאַשינסקי געפּרוּווט אַרײַנשטעקן די נאָז קיין שאַנכײַ, אָבער גיך געכאַפּט זיך, אַז שאַנכײַ איז צו ענלעך צו ניו-יאָרק, און זיך אומגעקערט קיין מאַנזשוריע. לויט עמעצענס אַן עצה האָט ער זיך אַנטשלאָסן אַרײַנצולייגן דאָס ביסל פֿאַרבליבענע געלט אין אַ פֿראַכט מאַנזשורער קאָרן פֿאַר רוסלאַנד. דער עסק האָט זיך אײַנגעגעבן.

רבינאָוויטש האָט נאָך ניט דערטרונקען זײַן ערשטע פּיאַלקע טיי, ווען ער האָט שוין געהאַט פֿאַרשטאַנען, אַז ווײַטער צו פֿאָרן האָט ניט קיין זינען.

טאָמאַשינסקי האָט צעשפּיליעט זײַן שעפּסענעם מאַנטל, אַראָפּגעשלעפּט פֿונעם קאָפּ דעם הוט און זיך צוגעזעצט אויפֿן עק בענקל אַנטקעגן ר’ דײַנאָ. רבֿקה רבינאָוויטש האָט זיך אַ לאָז געטאָן נאָך טאָמאַשינסקין, אָבער דער רבֿ האָט מיט דער האַנט געוויזן זי זאָל בלײַבן אין דרויסן. דער מאָגערער סופֿר נפֿתּלי, פֿון די פּליטים, האָט אײַנגעטונקען די פֿעדער אין אַ טינטערל און איז גרייט געווען צו פֿאַרשרײַבן. ר’ דײַנאָ האָט אַ הוסט געטאָן און געזאָגט, אַרײַנקוקנדיק אין זײַנע פּאַפּירלעך:

— אַזוי, רב ייִד, אײַער נאָמען מוז זײַן… מנחם-מענדל בן שלום טאָמאַשינסקי?
— יאָ, פּונקט אַזוי, מנחם-מענדל, ר’ שלום טאָמאַשינסקיס זון פֿון מאָנאַסטירשטשינע, וואָס איז אין גאַליציע. אַמאָל פֿראַנץ-יאָזעפֿס אַן אונטערטעניקער, איצט אָבער ווייס איך ניט צו וואָס פֿאַראַ מלוכה קער איך זיך אָן.
— איר האַלט, אַז איר קענט זאָגן עדות אויפֿן טויט פֿון ע… אַבֿרהם בן נטע רבינאָוויטש?
— דער ענין איז, — האָט טאָמאַשינסקי ניט באַלד געענטפֿערט און זיך באַקוועמער געזעצט אויפֿן בענקל, — אַז שוין אַ צענדליק יאָר נאָכאַנאַנד סטאַרען מיר זיך צוזאַמען אויף דעם זעלבן פֿעלד. שווער צו זאָגן, אַז פֿאַר דער-אָ צײַט זענען מיר געוואָרן לײַבלעכע ברידער. אַ מענטש איז ער, הייסט עס, געווען, אַ שווערער, אַ פֿאַרשלאָסענער. מיט איין וואָרט, אַ קצבֿ… אויך זײַן ווײַב האָט אים צו מאָל אַזוי גערופֿן. אָבער ניט צו פֿאַרזינדיקן, מיר האָבן אַדורכגעפֿירט ניט איין גוט געשעפֿט. געווען אויך צרות, רחמנא ליצלן, באַזונדערס, די לעצטע צײַט. אָפֿט פֿלעגן מיר אַרויספֿאָרן צוזאַמען אין ווײַטע נסיעות, מאַלע וואָס… דאָס מאָל איז עס אַרויס אַזוי, אַז כ’האָב געדאַרפֿט אַ שפּרונג טאָן בחיפּזון צו… נו, ניט וויכטיק. אַ קיצור, רבינאָוויטש איז אַוועק קיין מאָנגאָליע אַליין. אַ וואָך שפּעטער האָבן זיך אומגעקערט זײַנע באַגלייטער-בוריאַטן און דערציילט, אַז ס׳האָבן אים אָפּגעשטעלט מיט דער פֿורע רוסישע באַנדיטן. די בוריאַטן האַלטן, אַז דאָס זענען די קאַמישינער הײַדאַמאַקן, גאָט זאָל אָפּהיטן. די בוריאַטן האָבן נאָך איבערגעוואַרט דאָרטן אַ שטיקל צײַט. אין דעם זעלבן טאָג, הייסט עס, בײַ נאַכט שוין, זענען די באַנדיטן אַדורכגעפֿאָרן ווידער מיט רבינאָוויטשעס פֿורע, אָבער יענער איז אויף איר ניט געווען… די באַנדיטן, דאַכט זיך, זענען געווען פֿאַרוווּנדעט, מיט פֿאַרבלוטיקטע צורות… אַגבֿ, מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מיר איינער אַ רוסישער אײַזנבאַן-אינספּעקטאָר פֿון כײַלאַר דערציילט רכילות, אַז לויט די ווערטער פֿון אַ געוויסן מאָנגאָלישן מיליציאָנער, האָבן צוויי מאָנגאָלן פֿון מאַנדאַגאַל געהאַט געזען, ווי די רוסישע קאָזאַקן הרגענען רבינאָוויטשן. יענע האָבן געדאַרפֿט אים גוט באַקענען, זיי האָבן אים גערופֿן, ווי אַ סך אַנדערע, „האַראַ אָראָס‟, אַ שוואַרצער רוס…

טאָמאַשינסקי האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ רגע און פֿאַרטראַכט.
— כ’ווייס אָבער ניט, פֿון וואַנען האָט אַזעלכע פּרטים דער אינספּעקטאָר… נאָכן שמועס מיט די בוריאַטן האָב איך זיי אָפּגעשיקט צוריק. און אָט וואָס: צוויי מאַנדאַגאַלער מאָנגאָלן האָבן טאַקע געפֿונען אויף יענעם אָרט, אַוווּ רבינאָוויטש איז… ע… נעלם געוואָרן, אַ מענטשלעכן שאַרבן מיט אַ גאָלדענעם צאָן אויבן. דעם צאָן האָבן זיי, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגעריסן און געשאָנקען זייער שאַמאַן, אַ מין צדיק בײַ זיי. אפֿשר זענען דאָס דווקא יענע צוויי, וואָס האָבן געזען ווי מע הרגעט אַוועק רבינאָוויטשן הי”ד, לא עלינו. דעם שאַרבן, שוין אָן אַ צאָן, האָבן די בוריאַטן געבראַכט אַהער. רבינאָוויטש האָט דאָך געהאַט אַ גאָלדענעם צאָן פּונקט אָט דאָ, אויבן, און אַ סך וועלן עס אײַך באַשטעטיקן. צי זאָל איך ברענגען דעם שאַרבן?

טאָמאַשינסקי האָט מיט גרייטקייט זיך אַ הייב געטאָן פֿונעם בענקל, אָבער ר’ דײַנאָ האָט זיך איבערגעקרימט און אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ:

— ניין, טוט מיר אַ טובֿה. מע דאַרף עס, ווי מעגלעך גיך, באַגראָבן. איז וואָס, אײַערע בוריאַטן זײַנען זיכער, אַַז דער שאַרבן איז געלעגן דווקא דאָרטן, וווּ מ׳האָט פֿאַרכאַפּט רבינאָוויטשן?
— נו, זיי פֿילן זיך אין יענע מקומות ווי בײַ זיך אין דער היים! באַקאַנט מיט אַיעדן שטיינדל, מיט אַיעדער סטעזשקע. דאָס זעלבע די מאָנגאָלן. אויב זיי זאָגן יאָ, איז עס טאַקע אַזוי.
— צי האָבן זיי געזען דעם גאָלדענעם צאָן בײַ דעם שאַמאַן?
— יאָ, יענער האָט אים אויפֿגעהאָנגען אויף אַ שנירל בײַ זיך אויפֿן האַלדז און דרייט זיך אַזוי אַרום. איצטער איז דער צאָן מסתּמא איינער פֿון זײַנע… טפֿו, עבֿודה-זרות.
— וווּ, זאָגט איר, איז געווען דער גאָלדענער צאָן בײַ רבינאָוויטשן?
— אָט דאָ, אויבן, — טאָמאַשינסקי האָט געעפֿנט זײַן מויל און געוויזן מיט אַ פֿינגער. —ער האָט אים נאָך אין קיִעוו אַרײַנגעשטעלט, לאַנג פֿאַר זײַן אָנקומען אַהער. אַזוי האָט ער דערציילט.
— גוט. רופֿט צו דעם צווייטן עדות. ניין, וואַרט! — דער רבי האָט אַ קוק געטאָן אויף טאָמאַשינסקי און געפֿרעגט עפּעס ניט-זיכער:
— וויפֿל צײַט, מיינט איר, איז אַדורך צווישן דעם מעגלעכן מאָרד פֿון רבינאָוויטשן און דעם געפֿינען דעם שאַרבן?
— נו, כ׳מיין, אַ דרײַ טעג, ניט מער…
— ווי אַזוי זשע איז דער קערפּער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סקעלעט און… וווּ זײַנען די אַנדערע טיילן?
— האַ, ער איז זיכער געוואָרן אַ הויל געביין שוין אויפֿן צווייטן טאָג. דאָס זענען די וועלף, זיי פֿרעסן אויף אַ טויטן אין אַ פּאָר שעה. און די ביינער האָבן זיי מסתּמא צעשלעפּט איבער דער גאַנצער געגנט. אַזוי, אייגענטלעך, טוען די אָרטיקע בעתן „באַגראָבן‟, אַזוי צו זאָגן, זייערע נאָענטע. מע טראָגט דעם פֿאַרשטאָרבענעם אַרויס אין דער אָפֿענער סטעפּ… מע וויל, אַז די נשמה זאָל זיך בײַ אים וואָס גיכער באַפֿרײַען פֿונעם פֿלייש און זיך צוגרייטן צום ווידערגעבורט.

דער רבי האָט צוגעמאַכט די אויגן און איז אַנטשוויגן געוואָרן.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s