איר גוטער נאָמען

צום 90סטן געבוירן־טאָג פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטע טקאַטש

סערגאָ בענגעלסדאָרף

זלאַטע איז געשטאָרבן אינעם ערשטן טאָג פֿונעם נײַעם יאָר 2006. מיט דרײַ וואָכן פֿריִער איז געווען די לוויה פֿון דעם שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. די אַבֿדה פֿון צוויי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס פֿון מאָלדאָווע איז געווען אַ שטאַרקער קלאַפּ. ס׳האָט זיך קוים געגלייבט: נאָך עטלעכע טעג פֿאַרן נײַעם יאָר האָט זלאַטע פֿאַרבעטן אירע נאָענטע פֿרײַנד צו זיך אַהיים, זיי מחבד געווען מיט געשמאַקע מאכלים, וואָס זי האָט אַליין צוגעגרייט. מיר האָבן אַלע געמאַכט נישט איין „לחיים‟, געוווּנטשן איינער דעם אַנדערע נײַע שאַפֿערישע דערפֿאָלגן און, אַז אונדזער פֿופֿצן־יאָריקע מיטאַרבעט זאָל אָנגיין נאָך לאַנגע יאָרן…

ווי זאָגט מען אָבער: דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. זלאַטע טקאַטש האָט נישט דערלעבט צו אירע 78 יאָר בלויז עטלעכע חדשים.

ткач 1

פֿון דעסטוועגן, האָט זלאַטע געהאַט אַ גליקלעך שאַפֿעריש לעבן. זי איז שטענדיק, אין אַלע געביטן, געווען די ערשטע: די ערשטער פֿרוי־קאָמפּאָזיטאָרין אין מאָלדאַוויע, זי האָט געשאַפֿן די ערשטע מאָלדאַווישע קינדער־אָפּערע „די ציג מיט דרײַ ציגעלעך‟ און דעם באַלעט פֿאַר קינדער „אַנדריעש‟. זי איז געווען די ערשטע אין דער געשיכטע פֿון מאָלדאַוויע, וועלכע האָט אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון ייִדישע וואָקאַל־ווערק. די רשימה פֿון אירע ווערק ציילט אָן איבער 800 איינסן. וויכטיקער איז אָבער נישט די צאָל, נאָר די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון די מוזיקאַלישע זשאַנערס, זייער נײַקייט און אָריגינעלקייט. זי פֿלעגט שאַפֿן פֿאַר גרויס און קליין: לידער און אינסטרומענטאַל־מיניאַטורן, ווערק פֿאַרן כאָר און סאָליסטן, מוזיק פֿאַר טעאַטער און קינאָ, מוזיקאַלישע אַלפֿאַבעטן…

אַ סך פֿון טקאַטשס נײַ־געשאַפֿענע ווערק זײַנען גיך געוואָרן פּאָפּולער איבערן גאַנצן לאַנד ווי, למשל, דאָס לידעלע „טיק־טאַק‟, מיט וועלכן עס פֿלעגט זיך יעדן אָוונט אָנהייבן די טעלעוויזיע־־פּראָגראַם פֿאַר קינדער „אַ גוטע נאַכט‟. אָדער מאַסשטאַביקע ווערק פֿאַרן אָפּערע־טעאַטער, סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וועלכע האָבן באַקומען די העכסטע מלוכישע אויסצייכענונג פֿון מאָלדאַוויע.

אַ חוץ דעם קאָמפּאָזיטאָרישן טאַלאַנט, האָט זלאַטע באַהערשט אַ ריזיקע ענערגיע און אַרבעטספֿיייִקייט; זי האָט געקאָנט שאַפֿן אַרום זיך אַן אוניקאַלע שאַפֿערישע אַטמאָספֿער און באַגײַסטערן אַנדערע — סאָליסטן, שרײַבער און פּאָעטן. באַזונדערס האָט זיך עס אַנטפּלעקט אין אירע לעצטע 15 יאָר, ווען זי האָט „געביטן איר אַלף־בית‟, דאָס הייסט, זיך אומגעקערט צו אירע נאַציאָנאַלע שרושים, צו דער ייִדישער מוזיק. דער אומקער האָט איר דערמעגלעכט צו געפֿינען אַ נײַעם פּאָטענציאַל פֿון איר שאַפֿערישקייט. די איבער 30 ייִדישע ווערק: וואָקאַל־ציקלען אויף די פּאָעטישע טעקסטן פֿון ייִדישע דיכטערס, ווערק פֿאַר פֿאָרטעפּיאַנע און פֿידל, באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, אינסטרומענטאַלע קאָנצערטן וכדומה — האָבן געמאַכט זלאַטע טקאַטש פֿאַר דער ערשטער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָרין אין דער נײַער פּאָסט־סאָוועטישער מאָלדאָווע.

ткач с сыном
זלאַטע טקאַטש מיטן זון ליאָווע

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס ווענדן זיך צו דער ייִדישער מוזיק איז נישט געבוירן געוואָרן פֿון גאָרנישט. ווי זלאַטע אַליין פֿלעגט דערציילן, איז זי געוואַקסן אין דער סבֿיבֿה פֿון צוויי שפּראַכן: ייִדיש און רומעניש. אויף ייִדיש האָבן גערעדט אירע באָבע־זיידע און טאַטע־מאַמע, אין דער היים האָט מען אָנגעהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס, שבת און יום־טובֿים. זלאַטעס טאַטע, משה בעריכמאַן (טקאַטש איז איר מאַנס פֿאַמיליע־נאָמען), איז געווען אַ באַקאַנטער לערער פֿון פֿידל, און אירע ערשטע פֿידל־לימודים האָט זי באַקומען פֿון איר טאַטן. ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך באַוויזן די ערשטע שפּראָצלינגען פֿון אַ נײַער לעבנס־שיטה, האָט זלאַטע אירע ערשטע ייִדישע ווערק: פֿידל־קאָנצערט און קאָנצערט פֿאַר צוויי פֿלייטן, באַגלייט פֿון סימפֿאָנישן אָרקעסטער, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון אירע עלטערן.

דערנאָך האָבן זיך באַוויזן אירע וואָקאַל־ציקלען אויף די לידער פֿון שיקע דריז „דײַן גוטער נאָמען‟ און „טיי מיט שטערן‟; „דאָס גלעקעלע‟, „וואַדערשטאָקס־געשיכטע‟ און „קדיש‟ אויף די לידער פֿון משה לעמסטער. בכלל דאָמינירן אין דער ייִדישער שאַפֿונג פֿון זלאַטע טקאַטש דווקא וואָקאַל־ווערק. מע קען דאָ אויך דערמאָנען די ווערק אויף די פּאָעמעס פֿון מאַרקיש, ליובע וואַסערמאַן, איציק פֿעפֿער און לעוו בערינסקי.

ס׳איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז כּמעט אַלע ייִדישע ווערק פֿון זלאַטע טקאַטש זײַנען נישט געלעגן פֿאַרצוקערט; מע פֿלעגט זיי אויספֿירן אין די שענסטע קאָנצערט־זאַלן סײַ אין קעשענעוו און סײַ אין די ייִדישע קהילות איבער דער וועלט. איך אַליין, ווי אַ פּיאַניסט און קאָנצערטמײַסטער, האָב זיך באַטייליקט אינעם רעאַליזירן אַ סך פֿון אירע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן. איך שטאָלציר דערמיט, וואָס זי האָט עס מיר פֿאַרטרויט צו טאָן. דרײַ פֿון אירע פֿיר וואָקאַל־זאַמלונגען האָט זלאַטע געווידמעט מײַן ווייניקייט.

זלאַטע טקאַטש איז אַוועק מיט 12 יאָר צוריק. זי איז אָבער פֿאַרבליבן אין אירע ווערק, אין איר קלינגעוודיקער לעבעדיקער מוזיק, פּלאַטעס און ווידעאָ־פּראָגראַמען. זי לעבט אין די הערצער פֿון אירע קרובֿים און פֿרײַנד. דאָס לעצטע ווערק אירס איז געווען דער ראָמאַנס פֿונעם וואָקאַל־ציקל „דײַן גוטער נאָמען‟. אָט די ווערטער קאָן מען זאָגן אויך וועגן זלאַטע טקאַטש.

כּבֿוד איר אָנדענק!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s