עראָטישע דערמאָנונגען

אין מאָלדאַווישן דאָרף קאָסטעשט, צווישן די מאָלדאָוואַנען האָבן געוווינט בלויז צוויי ייִדישע משפּחות — אונדזער משפּחה און נאָך איינע פֿון אַ קירזשנער, יאָסל. ער האָט גענייט פֿון שאָפֿענע שמיישלעך: אויער־היטלען, קוטשמעס, היטלעך פֿאַר קריסטן פֿון קאָסטעשט און די אַרומיקע דערפֿער. יאָסל און זײַן פֿרוי ראָזע האָבן געהאַט אַ טאָכטער אין מײַנע יאָרן. איר נאָמען איז געווען רײַע. אין די פֿריִע קינדער־יאָרן מײַנע פֿלעג איך ניט אַרויסרעדן דעם „ר‟. ווען איך בין שוין אַלט געווען אַרום 6 יאָר, איז דאָס ערשטע וואָרט, וואָס איך האָב אַרויסגערעדט מיט אַ האַרטן „ריש‟, געווען — רײַע!..

רײַע וווינט איצט אין ישׂראל, אין אילת. ניט לאַנג צוריק האָבן מיר זיך געטראָפֿן. מיר האָבן זיך ניט געזען כּמעט 50 יאָר… אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען איר געמאַכן אַ געלונגענע האַרץ־אָפּעראַציע. דער כירורג האָט געהאַלטן אין זײַנע געבענטשטע הענט איר האַרץ, וואָס איז אַ מאָל, מיט אַ סך יאָר צוריק, געווען פֿאַרליבט אין מיר, ווי אויך איך, בין געווען פֿאַרליבט אין איר.

רײַען

די ערשטע קושן

זומער. מיר זיצן אין סאָד
אונטער אַ שאָטנדיקן בוים
איך גיב איר אַ קוש…

מײַן ערשטער קוש,
ווי דער ערשטער פֿלי פֿון אַ פֿלאַטערל,
צו אַ זיס בלימעלע אין פֿעלד…

מײַן צווייטער קוש

איז געווען ווי דער פֿלי פֿון אַ טײַבעלע
נאָכן פֿרילינג־פֿלאַטערל,
וואָס פֿליט צום זיסן בלימעלע אין פֿעלד…

מײַן דריטער קוש

איז געווען ווי דער פֿלי פֿון אַן אָדלער
נאָכן טײַבעלע, וואָס וויל כאַפּן דאָס פֿרילינג־פֿלאַטערל,
וואָס אײַלט צום זיסן בלימעלע אין פֿעלד…

אונטערן עפּלבוים

איך ליג אויף דער ערד אונטערן עפּלבוים
זי לעבן מיר — אויפֿן זומערדיקן גראָז,
איר קאָפּ אויף מײַן ברוסט. זי דרעמלט…
מײַן האַנט גלעט איידל אירע ברוינע פֿיס
הייבט זיך אויף אַלץ העכער און העכער…
און זי פֿונעם שלאָף טרײַבט אַוועק מײַן האַנט,
ווי זי וואָלט געטריבן אַ פֿאַרעקשנטע פֿליג…

איר בלימל

זי פֿאַרמאָגט אַ בלימעלע,
מסתּמא אַ צאַרטס,
ווי אַ בלימל אין פֿעלד,
נאָר זי באַהאַלט עס פֿון מיר,
פֿון מײַנע בריִיִקע הענט.

ווי איר בלימל זעט אויס? —
בלויז וועגן דעם איך טראַכט,
כ’זע עס אין חלום,
כּמעט יעדע נאַכט:

ווי אַ געלע ראָמאַשקע?
צי ווי אַ פּוכקער פּיאָן,
צי ווי דאָס בלימעלע „קוש מיך‟
צי ווי דאָס בלימל — „ריר מיך ניט אָן?…‟

כ’האָב זי געגלעט און געצערטלט
און פּלוצעם איר בלימל באַרירט,
זי האָט אַ טרער געלאָזט,
וואָס ווי אַ טראָפּן טוי
האָט זיך געקײַקלט צו איר בלימל אַראָפּ…

בײַ דער קערניצע

זי שטייט בײַ דער קערניצע
אויף איר בלויז דאָס ציצענע קליידל.
זי שפּיגלט זיך אין וואַסער
און האָט הנאה פֿון דעם וואָס זי זעט…
איך גיי צו פֿון הינטן
שטעל זיך אויף די קני
נעם אַרום אירע פֿיס
און קוש זיי אַלץ העכער און העכער…

דאָס קערניצע־וואַסער
שפּיגלט אָפּ איר פּנים…
איצט ווייס איך דעם סוד
פֿון מאָנאָ־ליזעס שמייכל…

ליגנדיק אויף די געלע בלעטער פֿון אַ נוסנבוים

איך קוש אירע יונגע בריסטלעך.
צוערשט, דאָס לינקע,
נאָך דעם — דאָס רעכטע…
איך זאָג:
— דײַנע בריסטלעך, ווי צוויי ניסלעך
זי ענטפֿערט:
— ניין, ניס האָבן יאָדערן האַרטע.

איך קוש זיי ווידער:
— דײַנע בריסטלעך, ווי צוויי ווײַסע קאַרשן
— ניין, קאַרשן האָבן דאָך קערלעך האַרטע.

נאָך אַ קוש:
— דײַנע בריסטלעך, ווי צוויי עפּעלעך זיסע
— ניין, אין אַן עפּעלע כאָפּט זיך אַ מאָל אַרײַן אַ ווערעמל.

אַ דויערדיקער קוש:
— ניטאָ אַזאַ פֿרוכט אויף דער ערד
זאָל זײַן געשמאַקער פֿון דײַנע בריסטלעך…
זי צעלאַכט זיך צופֿרידן און זאָגט:
— ליבער גערטנער מײַנער…

צווישן גראָזן פֿאַרן פֿאַרלאָזן דאָס דאָרף

מיר ליגן אין פֿעלד
צווישן הויכע גראָזן און בלימלעך,
נעמען זיך אַרום און קושן זיך
זי שעפּטשעט: טו מיט מיר וואָס נאָר דו ווילסט,
נאָר איך האָב נאָך ניט געוווּסט
ווי אַזוי זאָל איך טאָן דאָס וואָס איך וויל…

איך מיט אַלע מײַנע כּוחות דריק זי צו צו מײַן ברוסט
מיר זענען געוואָרן גלײַך ווי איין לײַב…
זי שעפּטשעט: ניט דאָס, ניט דאָס, ניט דאָס…

צווישן בלימל־בלעטלעך פֿון אַ בלום
אויף אַ פֿלאַטערל איז אַ פֿלאַטער געזעסן
און זייערע פֿליגלען האָבן געציטערט,
געציטערט,
געציטערט,
גלײַך ווי זיי האָבן מיר עפּעס אונטערגעזאָגט…

געזעגענונג

זי איז אַוועקגעפֿאָרן.
מאָרגן פֿאָר איך אַוועק,
פֿאַרלאָז איך דאָס דאָרף, דעם סאָד…
איך געזעגן זיך מיטן אַבריקאָסן־בוים,
קוש און גלעט די פּאָר אַבריקאָסן,
וואָס הענגען נאָך אויף אַ צווײַגל,
ווי כ’וואָלט געקושט אירע בריסטלעך…

איך דריק זיך צו צום פֿלוימענבוים,
קוש און גלעט די פּאָר פֿלוימען,
וואָס וויגן זיך אויף אַ צווײַגל.
ווי כ’וואָלט געגלעט אירע בריסטלעך…

כ’נעם אַרום דעם שטאַם פֿונעם עפּלבוים,
קוש און גלעט די אייניקע עפּל,
וואָס זענען נאָך געבליבן אויף אַ צווײַגל,
ווי כ’וואָלט געצערטלט אירע בריסטלעך…

אַדיע, מײַן קינדהייט!
אַדיע, מײַן ערשטע ליבע!
די ערשטע ליבע —
די שענסטע פֿרוכט אויפֿן בוים פֿון מײַן לעבן…

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s