דאָס צעבראָכענע האַרץ פֿון דעם ניסתּר
ממש אָנהייב נאָוועמבער איז מיט אַ בליץ־וויזיט קיין ניו־יאָרק געקומען פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן (בר־אילן־אוניווערסיטעט). געטראָפֿן האָבן מיר זיך אין „אַרבעטער־רינג‟, וווּ קאָטלערמאַן האָט אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע, געווידמעט דעם ייִדישן שרײַבער דער ניסתּר. אייגנטלעך, איז דער אויפֿטריט געווען פֿאַרבונדן מיטן דערשײַנען פֿון קאָטלערמאַנס נײַ בוך אויף ענגליש —
Broken Heart / Broken Wholeness: The Post-Holocaust Plea for Jewish Reconstruction of the Soviet Yiddish Writer Der Nister (Boston, MA: Academic Studies Press, 2017)

מיט בערלען זײַנען מיר באַקאַנט איבער צוואַציק יאָר. אַ שטיקל צײַט האָט ער געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, ווי אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט אין ישׂראל. זינט דעמאָלט, ווי עס זאָגן חכמים, איז אַוועק נישט ווייניק וואַסער סײַ אינעם טײַך הירקון און סײַ אין האַדסען. אָבער בערל האָט קיין „וואַסער‟ נישט געגאָסן — געוואָרן אַן ערנסטער פֿאָרשער און אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער. זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע אינטערעסן פֿאַרשפּרייטן זיך אויף פֿאַרשידענע פֿעלדער: ליטעראַטור, שפּראַך, געשיכטע, קינאָ, אַרכיטעקטור וכדומה; מיט אייניקע פֿון זײַנע שרײַבערישע ווערק קאָן מען זיך באַקענען אין „ייִדיש־בראַנזשע‟. פֿאַראַיאָרן איז אין תּל־אָבֿיבֿ דערשינען זײַן ערשט פּראָזע־בוך „דער סוד פֿון ווײַסע בערן‟ (נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש).
וואָס קאָן מען דערציילן וועגן אַזאַ ריז ווי דער ניסתּר (פּנחס קאַהאַנאָוויטש) במשך פֿון אַ שעה־אָנדערהאַלבן? און דאָך האָט די לעקטאָרישע דערפֿאַרונג פֿון קאָטלערמאַנען דערמעגלעכט אים אין די דלתּ אמות פֿון דער געפּרעסער צײַט, אַנטפּלעקן אייניקע מאָמענטן פֿון דער ניסתּרדיקער פּערזענלעכקייט אויפֿן סמך פֿון אוניקאַלע אַרכיוו־דאָקומענטן, בריוו, עדי־ראיה און, אַוודאי, אייגענע ווערק פֿון דער טראַגישער שרײַבערישער פֿיגור.

דער גורל גופֿא האָט געפֿירט דעם ניסתּער דורך די פֿאַרפּלאָנטערטע און סכּנהדיקע לאַבירינטן פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט. קאָטלערמאַן האָט בולט געוויזן, ווי אַזוי דעם ניסתּר, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין סאַמע צענטער פֿון דער ייִדישער שאַפֿערישקייט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט זיך פֿאָרט אײַנגעגעבן זיך אַרויסצודרייען פֿון די הויך־קלינגעוודיקע און מאַטעריעל־באַוואָרנטע טיטולן און פּאָסטנס, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אַזוי ברייטהאַרציק צעטיילט אירע געטרײַע משרתים.
זיך האַלטנדיק וואָס ווײַטער פֿון דער „אָנגענומענער סאָוועטישער ייִדישקייט‟, ווי פֿון אַ פֿאַלשן משיח, איז דער ניסתּר, נאָכן חורבן, געקומען צום געדאַנק, אַז דווקא ביראָבידזשאַן קאָן זײַן דער שטח, וווּ די לעבנגעבליבענע סאָוועטישע ייִדן וואָלטן געקאָנט געפֿינען זייער נאַציאָנאַלן מקום־מיקלט. זײַענדיק פֿאַרכאַפֿט מיט אָט דער אידעע, איז דער ניסתּר געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, און שטיל, אויף זײַן אופֿן, פֿאַרשפּרייט זײַן אַנטפּלעקונג… די מאַכט האָט עס אָפּגעשאַצט אַנדערש, ווי אַן אָפּווענדונג פֿון דער אָפֿיציעלער גענעראַל־ליניע מכּוח דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט דער לאַבירינט פֿון סאָוועטישער ווירקלעכקייט געבראַכט דעם ניסתּר צום תּהום פֿון „גולאַג‟.
די פֿאָרשונגען פֿון דעם ניסתּרס לעבן און שאַפֿן האָבן געבראַכט קאָטלערמאַנען אויפֿן ווײַטן צפֿון, וווּ דער גרויסער שרײַבער האָט אויסגעהויכט זײַן נשמה. וועגן דעם איז שוין אַ סך אָנגעשריבן געוואָרן און איצט, ווי ס׳האַלט בער קאָנטלערמאַן, איז אונדזער חובֿ צו שטעלן אויפֿן אָרט פֿון דעם אָפּגעזוכטן קבֿר אַ בכּבֿודיקע מצבֿה.

עס קומט אַ האַרציקער יישר־כּוח די דרײַ ייִדישע ניו־יאָרקער אינסטיטוציעס: אַרבעטער־רינג, ייִדיש־ליגע און „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרן פֿאַרבעטן פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן, וואָס האָט דורכפֿירן אַזאַ פֿאַרכאַפּנדיקע און באַלערנדיקע לעקציע.
און צום סוף פֿון מײַנע נאָטיצן וויל איך באַגריסן דעם שרײַבער בער קאָטלערמאַן מיטן צוטיילן אים דעם פּרעסטיזשן סעגאַל־פּרײַז (ייִדישע ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל) פֿאַר ליטעראַטור („דער סוד פֿון ווײַסע בערן‟), פֿאַרן יאָר 2018. מזל־טובֿ!
נאָוועמבער, ברוקלין, ניו־יאָרק