לאַפּסוס־קאַקטוס — 14

ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (2):

בורמילע

איך ווייס נישט, פֿון וואַנען עס קומט אַרויס דאָס וואָרט, ס׳איז אָבער פֿאַרשפּרייט געווען אין אונדזערע בעסאַראַבער מקומות. אַז מ׳האָט וועגן עמעצן געוואָלט זאָגן, אַז ער איז אַ נאַר, אַ טיפּש, אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ איז גענוג געווען צו זאָגן: „אַ בורמילע!‟

בורמילע האָט געקאָנט זײַן סײַ אַ מאַן און סײַ אַ פֿרוי; דאָס וואָרט אַליין האָט זיך נישט געביטן פֿונעם מין. איך געדענק, ווי די באָבע פֿלעגט זאָגן: „אַז עס קומט אַרויס פֿון אַ בורמילע, איז נישט צו וויינען און נישט צו לאַכן!‟

גאָלאָדריגע

שפּעט אין האַרבסט אָדער ווינטער, די באָבע לויפֿט אַרײַן אין שטוב, אײַנגעקוטעט אין איר גראָבער פּויערישער שאַל, דעם שטערן זעט מען נישט, דער קין מיט דער אונטערשטער ליפּ באַהאַלטן זיך אויך אונטערן שאַל. עס שטעקט נאָר אַרויס איר רויטלעכע נאָז און באַקן. די באָבע באַפֿרײַט דעם אונטערשטן טייל פּנים און עס הערט זיך:

— אַ גיפֿטיקע קעלט איז הײַנט, אַ גאָלאָדריגע!

איין מאָל אין אַ ווינטער איז מיר אין מאָסקווע אויסגעקומען זיך דורכגיין מיטן שרײַבער שמואל גאָרדאַן. ס׳איז טאַקע געשטאַנען אַ גיפֿטיקע קעלט. אַ גאָלאָדריגע. האָב איך עס געזאָגט אויף אַ קול, ווי ס׳האָט זיך מיר פֿון די קינדער־יאָרן פֿאַרגעדענקט.

— או־וואַ! — האָט ממש אויסגעזונגען גאָרדאָן, — אַזאַ ייִדיש האָב איך שוין לאַנג נישט געהערט…

האָב איך אים געענטפֿערט:
— ס׳איז נישט מײַן ייִדיש, נאָר מײַן באָבעס ייִדיש. איך בין נאָר אַן אימיטאַטאָר.

סטאָכען און פּאַסיקן

נישט זעלטן קומען אַרויס ווערטער און אויסדרוקן, וואָס איך פֿאַרשטיי זייער באַטײַט און ווייס ווען זיי צו באַנוצן, אָבער פֿון וואַנען נעמען זיי זיך, קאָן איך נישט דערקלערן.

צו אַזאַ אויסדרוק געהערט אויך „סטאָכען און פּאַסיקן‟. זאָגן פֿלעגט מען עס אין שײַכות מיט באַשטראָפֿן: „דער מלמד אין חדר פֿלעגט די קינדער, נעבעך, סטאָכען און פּאַסיקן‟. דאָס וואָרט „פּאַסיקן‟ איז מיר קלאָר, עס קומט פֿון „שנײַדן פּאַסן‟. אָבער וואָס מיינט סטאָכען, האָב איך נישט קיין אַנונג.

אָדער אַזאַ אויסדרוק: „נאַ צימבאַלע און נאַ טרימבאַלע‟. די באָבע פֿלעגט עס זאָגן וועגן מענטשן, וועלכע האָבן קיין אייגענע דעה נישט געהאַט: אָט זאָגן זיי אַזוי און אָט זאָגט זיי שוין פּונקט פֿאַרקערטס. ווי עס לוינט אין דעם מאָמענט.

פֿאַרטאַרטאַרען

אַ לענגערע צײַט האָב איך דאָס לאַנגע וואָרט נישט געקאָנט אַרויסרעדן — צו פֿיל „ר‟ איז אין דעם וואָרט געווען פֿאַר אַזאַ צוציק ווי איך. אָפֿט מאָל איז עס מיר אויסגעקומען צו הערן. די רישן פֿלעגן אַרויסשטעקן און ווי שפּיזן פֿליִען אין מײַן זײַט. שרעקלעך! יעדעס מאָל, ווען די באָבע האָט זיך געכאַפּט, אַז עפּעס איז בײַ איר פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, זײַנען באַלד אין מײַן זײַט געפֿלויגן די שאַרפֿע „רישן‟:

— האָסט שוין ווידער ערגעץ פֿאַרטאַרטאַרעט די שער!
— וווּהין האָסטו פֿאַרטאַרטאַרעט די שיינע קנעפּלעך?
— אַ קינד זאָל אַלץ פֿאַרטאַרטאַרען!

כ׳מיין ס׳איז שוין קלאָר, וואָס דאָס פּאַסקודנע וואָרט מיינט: ערגעץ אַהין טאָן, פֿאַרשלעפּן, באַהאַלטן מע זאָל עס נישט באַלד אָפּזוכן וכּדומה.

נישט איין יאָר איז אַוועק זינט דעמאָלט ביז כ׳בין געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק, פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן בײַ דעם וואָרט — פֿאַרטאַרטאַרען.

לאָזט זיך אויס, אַז „טאַרטאַרוס‟, מיינט אויף אַלט־גריכיש, תּהום. פֿון דעם אַלט־גריכישן וואָרט איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס רוסישע „טאַרטאַראַרי‟ (тартарары), דאָס הייסט, אין אַ וויסט פֿינצטערניש, אין גיהנום… פֿון דעם רוסישן סובסטאַנטיוו, איז אויסגעוואַקס דער ייִדישער ווערב „פֿאַרטאַרטאַרען‟ — פֿאַרשלעפּט ווערן דער רוח ווייסט וווּ!

וואָס אַ פֿאָלקס־שפּראַך איז!

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s