די מתּנה פֿונעם ליטווישן מלוכה־אַרכיוו

פּינחס פֿרידבערג

אויף דער עלטער, האָב איך זיך געפֿונען אַ טשיקאַווע באַשעפֿטיקונג, דהײַנו: איך זוך אין די ליטווישע אַרכיוון דאָקומענטן פֿון די פֿאַרשטאָרבענע ווילנער ייִדן. למשל, נישט לאַנג צוריק האָט מײַן געפֿינס געהאָלפֿן אויפֿצולעבן דעם נאָמען פֿונעם פֿאַרגעסענעם ייִדישן פּאָעט לייב סטאָצקי; אָדער פּרטים וועגן דעם ליברעטיסט ראובֿן צאָרפֿאַס, וואָס איז אומגעקומען אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער דאַכאַו.

0_004
זיידע־באָבע, נאָענטע קרובֿים פֿון מײַן מאַמעס צד (זי אַליין שטייט אונטערן זייגער). 1932

ס׳האָט זיך בײַ מיר פֿאַרהיט אַ בילד, געמאַכט אין 1932: זיידע־באָבע, נאָענטע קרובֿים פֿון מײַן מאַמעס צד (זי אַליין שטייט אונטערן זייגער). אַלע, אַ חוץ מײַן מאַמען, זײַנען זיי אומגעקומען אין איינער פֿון די גריבער אין פּאָנאַר. דאָס בילד איז דער איינציקער שפּור, וואָס נאָך זיי איז געבליבן.

האָב איך זיך געלאָזט זוכן די בילדער פֿון מײַנע באָבע־זיידע אין די פֿאָנדן פֿון LCVA (מלוכישער נאַציאָנאַלער אַרכיוו פֿון ליטע). דורכגעקוקט די באַקומענע פֿונעם קאָמפּיוטער אינפֿאָרמאַציע, האָב איך אויף מײַן ייִדיש מזל גאָרנישט ניט געפֿונען. אַז כ׳בין שוין געווען אינעם אַרכיוו, האָב איך באַשלאָסן איבערצוקוקן אַלע „ענינים‟ פֿון די זלאַטקאָוויטשס, וואָס דער ברייטהאַרציקער קאָמפּיוטער האָט מיר צוגעשטעלט. אין איינעם אַן „ענין‟ האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַ דײַטשישן פּאַס.

0_003
בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעגט די „דײַטשישע הויפּט־אָנפֿירונג איבער מיזרח‟ אַרויסגעבן אַזעלכע פּאַסן די ווילנער ייִדן

איר וועט נישט גלייבן, אָבער דעזעענדיק אויפֿן טעוועלע ייִדישע אותיות, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז נאָך לאַנגע שעהען פֿון נישטערן און לייענען די אַרכיוו־דאָקומענטן, האָבן זיך בײַ מיר אָנגעהויבן האַלוצינאַציעס. אויפֿגעעפֿנט דעם פּאַס, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעגט די „דײַטשישע הויפּט־אָנפֿירונג איבער מיזרח‟ אַרויסגעבן אַזעלכע פּאַסן אַלע ווילנער ייִדן. אַגבֿ, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט דער פּאַס געהערט צום זיידנס אייגענער שוועסטער. אַגבֿ, איז אויפֿן שטעמפּל אָנגעוויזן (אויף ליטוויש) די דאַטע: אָקטאָבער 7, 1920. דווקא אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער סוּוואַלקי־אָפּמאַך, לויט וועלכן פּוילן האָט אָנערקענט, אַז ווילנע און ווילנער געגנט געהערן צו ליטע. נישט געקוקט דערויף, האָבן די מיליטערישע טיילן פֿון גענעראַל זשעליגאָווסקי פֿאַרנומען ווילנע און דעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון ליטע.

אַ קורצער קאָמענטאַר:

אין יאָר 1916 האָבן אין ווילנע געוווינט 140,8 טויזנט אײַנווינער, פֿון זיי: פּאָליאַקן — 50,1%, ייִדן — 43,5%, ליטווינער — 2,1%, רוסן — 1,6% און ווײַסרוסן — 1,4%. אינעם פֿאָנד, וואָס איך האָב איבערגעקוקט, געפֿינען זיך אַן ערך צוואַנציק טויזנט דאָקומענטן. דאָרט האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף דײַטשישע פּאַסן מיט פּויליש; כ׳האָב אָבער נישט געזען קיין איין דײַטשישן פּאַס מיט רוסיש אָדער ליטוויש. צי האָבן אַזעלכע פּאַסן עקזיסטיר בכלל, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו באַשטימען.

вилне
ווילניוס. אויף די שפּורן פֿון ירושלים דליטא

כ׳האָב געפּרוּווט צו געפֿינען אין ליטעראַטור דאָס בילד פֿון אַ דײַטשישן פּאַס פֿאַר די ייִדן פֿון ווילנע און אין דער געגנט. דורכגעקוקט די לעצטע אויסגאַבע פֿונעם רוסישן בוך פֿון אירינע גוזענבערג און גענריך אַגראַנאָווסקי „ווילניוס. אויף די שפּורן פֿון ירושלים דליטא‟, האָב איך דאָרט וועגן דעם גאָרנישט ניט געפֿונען. דעמאָלט האָב איך „דורכגעגוגלט‟ אויף ייִדיש די פּאָר ווערטער „פּאַס+ווילנע‟ — און באַלד אַנטפּלעקט, אַז אַזאַ פּאַס איז פֿאַראַן אינעם פּריוואַטן מיני־מוזיי פֿון פּראָפֿ׳ דוד קאַץ.

אַ ברייטהאַרציקע מתּנה פֿאַר די יורשים פֿון ווילנער ייִדן

מע דאַרף נישט זײַן קיין גרויסער חכם צו פֿאַרשטיין, אַז די דײַטשישע פּאַסן פֿלעגט מען אַרויסגעבן אויפֿן סמך פֿון געוויסע „דיסקאָנט־קאַרטלעך‟, וואָס האָבן געטראָגן נישט בלויז די ידיעות וועגן אַ קאָנקרעטן מענטש, נאָר אויך זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע. אין שײַכות דערמיט זײַנען אויפֿגעקומען אַ ריי פֿראַגעס: צי האָבן זיך פֿאַרהיט די קאַרטלעך, און אויב יאָ, וווּ ליגן זיי? און דער עיקר: צי קאָן מען צו זיי פֿרײַ צוקומען?

איך ענטפֿער אויף די ערשטע צוויי פֿראַגעס: יאָ, מערסטנס פֿון זיי האָבן זיך פֿאַרהיט און געפֿינען זיך אין LVIA, F. 641, ap. 2; פֿרײַ צוקומען צו זיי איז מעגלעך געוואָרן ערשט נישט לאַנג צוריק. אין מײַן פּריוואַטן שמועס מיטן שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם אַרכיוו־דירעקטאָר, אַלפֿאָנסאָס טאַמולינאַז האָט ער די געשעעניש אָפּגעשאַצט ווי אַ „מתּנה צו די 100 יאָר פֿון ליטווישער מלוכה‟.

די קאַרטלעך, ווער ס׳וועט זוכן, ליגן אויסגעסדרט לויטן ערשטן אות פֿון דער פֿאַמיליע. אָבער „אין מיטן‟ דעם אות איז דערווײַל קיין סדר ניטאָ. יעדנפֿאַלס, מע אַרבעט דערויף.

0_002
די דײַטשישע פּאַסן פֿלעגט מען אַרויסגעבן אויפֿן סמך פֿון געוויסע „דיסקאָנט־קאַרטלעך‟

דעם פֿרילינג האָב איך געזוכט דאָס בילד פֿונעם באַקאַנטן דיריגענט אַהרן אָלעווסקי (1877־1965). אָט וואָס ס׳האָט מיר געשריבן אין איר בריוו די עצה־געבערין בײַם אינפֿאָרצאַציע־אָפּטייל גאַלינאַ באַראַנאָוואַ: „אינעם אַדרעס־בוך ׳גאַנץ ווילנע׳ פֿאַרן יאָר 1915 איז אָנגעוויזן, אַז אָלעווסקי אַהרן האָט געוווינט אין ווילנע אויף דער סאַפֿיאַנאָווסקי־גאַס, 3. הײַנט הייסט די גאַס מײַראָניאָ אָדער טימאָ. אויף וויפֿל איך געדענקט, האָט דאָרט אויך געוווינט די משפּחה פֿון יאַשע חפֿץ‟.

און צום סוף: טײַערע יורשים פֿון די ווילנער ייִדן! קומט קיין אַרכיוו, באַקומט ווײַסע הענטשקעס און נעמט זיך צו דער אַרבעט. און אויב איר האָט אַ ביסעלע מזל, וואַרט אײַך אַ טרעפֿונג מיט אײַערע אָבֿות.

מיר האָט, צום באַדויערן, נישט זייער אָפּגעגליקט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מײַנע באָבע־זיידע האָב איך טאַקע נישט אָפּגעזוכט. אַ פּנים, אַזאַ מזל האָב איך שוין!

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s