די אָפּגעשטויסענע

בערל קאָטלערמאַן

דער 26־יאָריקער ר’ דבֿ-יהודה דײַנאָ, דער דוכאָוונער רבֿ פֿון דער סטאַנציע מאַנזשוריע, האָט אויסגעפֿילט אויף זײַן פּאָסטן עטלעכע פֿונקציעס באַגלײַך. אַ חוץ זײַנע דירעקטע רבנישע פֿליכטן, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קליינער תּלמוד-תּורה פֿאַר ייִנגלעך, ווי אויך געדינט ווי אַ שוחט. זינט ער איז אָנגעקומען פֿון פּאָנעוועזש אויף דעם גאָט-פֿאַרגעסענעם אָרט מיט אַ יאָר צוריק לויט דער אײַנלאַדונג פֿון דער קליינער היגער קהילה, האָט ער זיך געפֿונען אין גאָר אַ דעפּרעסיוון צושטאַנד. גלײַך נאָך זײַן אָנקומען איז אים געוואָרן קלאָר, אַז די קהילה האַלט זיך ווײַט פֿון די עלעמענטאַרע מיצוות, ווי שבת און כּשרות, שוין אָפּגערעדט פֿון אַנדערע, אפֿשר ניט אַזעלכע בולטע, אָבער פֿאָרט ניט ווייניקער וויכטיקע פֿאַר יעדן שיינעם ייִד התחײַבֿותן.

ניין, די מאַנזשורער ייִדן האָבן בפֿירוש באַצאָלט אָן שהי-פּהי זייער בײַשטײַער פֿאַר דער שיל און פֿאַר דעם הקדש, וואָס אין די לעצטע יאָרן איז געווען איבערגעפֿולט מיט היימלאָזע פּליטים. דאָך, אָפּצאָלנדיק זייער רעליגיעזן און נאַציאָנאַלן חובֿ, האָבן אַ סך פֿון זיי פֿאָרגעזעצט צו לעבן אין חטא: אינעם פּלאָנטער פֿון דער ברידער-מלחמה אין רוסלאַנד האָבן זיי עפּעס „פֿאַרגעסן‟ זייערע געזעצלעכע ווײַבער אין די מערבֿדיקע קאַנטן פֿון דער זיך צעפֿאַלנדיקער אימפּעריע און זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן מיט אַנדערע פֿרויען, וואָס זייער סטאַטוס האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ פּאָר גוטע פֿראַגעס. נאָר קיין איבעריקע פֿראַגעס האָט רבי דײַנאָ ניט געפֿרעגט, ער האָט מורא געהאַט אַפֿילו צו טראַכטן וועגן דעם: גיי ווייס, וויפֿל ממזרים האָט שוין פֿאַרשאַפֿן די-אָ לאַגע. ר’ דײַנאָ, וואָס איז אויך געווען אַ מוהל, האָט געלויבט גאָט, אַז ביז איצט האָט אים נאָך קיינער ניט פֿאַרבעטן צו מלען אַ נײַגעבוירן קינד.

שוין דער ערשטער גט, וואָס דער רבי האָט געדאַרפֿט אויספֿירן, האָט אים געשטעלט פֿאַר אַ טרויעריקן פֿאַקט: עס איז געווען פּשוט אוממעגלעך צו באַשטעטיקן די געזעצלעכקייט פֿונעם הייראַט. דערצו, קיין איין היגער ייִד, לויט די פּאָנעוועזשער שטרענגע קריטעריעס, האָט ניט געקענט זײַן קיין עדות אויפֿן פּראָצעס. דאָס זעלבע האָט אים דערוואַרט אינעם פֿאַל פֿון אַ חתונה, כאָטש דערווײַל קיין שום חתונות לויט תּורת־משה און ישׂראל האָט מען דאָ ניט פּלאַנירט.

די מלחמה האָט איבערגעריסן כּמעט אַלע פֿאַרבינדונגען מיט אירקוטסק און טשיטאַ, די גרויסע סיבירער שטעט מיט אַן אַלט-באַזעסענער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אַזוי אַז רבי דײַנאָ האָט זיך אַמאָל געפֿילט ווי אַ מין ראָבינזאָן קרוזאָ אויף אַן אינדזל. מיזרח־צו, אין כאַרבין, איז שוין אַ יאָר צען געזעסן דער ברייטבאַוווּסטער רב יואל-משה קיסין, אַ גוואַלדיקער תּלמיד-חכם, דער עילוי פֿון באָריסאָוו, וואָס זײַן רום איז דערגאַנגען ביז די ליטווישע ישיבֿות. אין אויסברוך פֿון ייִאוש האָט ר’ דײַנאָ געשיקט אַ בריוו צו ר’ קיסין, וווּ ער האָט באַשריבן פּרטימדיק זײַן ביטערן מצבֿ. באַלד איז געקומען דער ענטפֿער.

„כב’ הרב החכם ירא אלוהים וכו’, — האָט פֿרײַנדלעך געשריבן ר’ קיסין, — איך פֿאַרשטיי דעם צער פֿונעם חשובֿן רבֿ, וואָס דער גורל האָט אים געצוווּנגען אײַנצושטעלן זײַן זיצאָרט אין איינער פֿון די סאַמע אָפּגעשטויסענע שטעט, ווײַט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים, און וואָס די מענטשן פֿון זײַן קהילה זענען לרובֿ גאָטלעסטערס און קדש-אָפּלייקערס. אָבער צי איז עס ניט פֿונעם אייבערשטן מִצְעֲדֵי גֶבֶר כּוֹנָנוּ? וואָס זאָל מען טאָן, אויב מיר זענען ניט אימשטאַנד צו באַפֿעסטיקן די אמונה און אַנטקעגנשטיין די עובֿרי-עבֿרה און, ווי עס שטייט געשריבן: ׳המשכיל בעת ההיא ידום׳, דער משכּיל זאָל בעסער שווײַגן אין אַזאַ שלעכטער צײַט? אפֿשר וועט דער בכּבֿודיקער רבֿ אויסבעסערן כאָטש דאָס, וואָס מע קען אויסבעסערן, און דעמאָלט וועט ער זוכה זײַן כּפֿליים, ווײַל לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא, לויט דעם צער איז דער שׂכר.‟

רבי דײַנאָ האָט זיך געפֿרייט מיט ר’ קיסינס פֿאָטערלעך-מילדער באַציִונג. ער האָט זיך דערפֿילט אַ ביסל זיכערער. די פּראָבלעמען אָבער זײַנען ניט נעלם געוואָרן. יום-וליל איז ער געזעסן איבער די פּוסקים, כאָטש דער קהל, צופֿרידן מיט דעם עצם פֿאַקט צו האָבן אַן אייגענעם רבֿ, האָט אים ניט איבעריק באַאומרויִקט מיט שאלות און הלכות. די פּשוטע מיטגלידער האָבן זיך געהאַלטן ווײַטלעך פֿונעם געלערנטן „רבינער‟. אַזוי, אַז דער רבֿ האָט זיך שטאַרק באַוווּנדערט, ווען אין איינעם אַ האַרבסט-טאָג פֿון 1921 איז געקומען צו זען אים אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט געבעטן אַן אָנערקענונג ווי אַן אַלמנה.

ר’ דײַנאָ האָט שוין ערגעץ געזען די-אָ פֿרוי: זי איז געווען דאָס ווײַב פֿון איינעם אַ רײַכן סוחר, וואָס האָט ניט איין מאָל געגעבן פֿעטע נדבֿות אויף קהלס נויטן. מיט אַ חדשים דרײַ צוריק האָט זי באַקומען אַ בשׂורה, אַז באַנדיטן האָבן געהרגעט איר מאַן ערגעץ אין מאָנגאָליע. זײַן קערפּער האָט מען נאָך אַלץ ניט געפֿונען, אָבער דער ענין איז געווען גאָר קלאָר, האָט זי געזאָגט נערוועז און זיך פֿאַרוויקלט אין אַ שוואַרצער שאַל. זי האָט ניט קיין חשק צו בלײַבן אַן עגונה, האָט זי צוגעגעבן. וואָס שייך, נעבעך, איר מאַנס טויט, האָט זי דערויף עטלעכע פֿעסטע עדות פֿון גאָר חשובֿע און פֿאַרמעגלעכע מאַנזשורער תּושבֿים, ווי אויך פֿון אָ פּאָר אָרטיקע, צי בוריאַטן, צי באַרגוטן, גאָט ווייסט זיי. די פֿרוי האָט האַרציק געבעטן רבי דײַנאָ ער זאָל ניט אָפּלייגן דעם ענין און דערקלערט, אַז זי וויל באַלד מיטנעמען איר זון און, ווי מעגלעך גיך, פֿאַרלאָזן די ווילדע קאַנטן, וווּ מע הרגעט אַוועק אומשולדיקע מענטשן אויף רעכטס און אויף לינקס. די פֿרוי האָט מורא געהאַט, אַז אויב ניט לייזן איר לאַגע איצטער, קען זי חלילה בלײַבן אַן עגונה אויף אייביק, ווען זי איז נאָך אַזוי יונג!.. ר’ דײַנאָ האָט מיט אַ זיפֿץ אָפּגערוקט זײַנע ספֿרים און געהייסן דער פֿרוי צו ברענגען אירע עדות שוין אויף מאָרגן.

אַבֿרהם רבינאָוויטש האָט גאָר אָפֿט באַזוכט די אַזוי גערופֿענע אויסערלעכע מאָנגאָליע. אמת, אין דער צײַט פֿון די כינעזער איז דאָרטן געווען אַ סך שטילער ווי הײַנט און קיינער האָט ניט געשטערט צו פֿירן דעם מיסחר. מע האָט געקויפֿט בײַ די היגע, דער עיקר, פֿלייש, פֿעל און וואָל — די מאָנגאָלן האָבן ניט געהאַַט קיין מחסר אין דעם זינט דזשינגיס-כאַן אָן. ווען רבינאָוויטש האָט זיך באַזעצט אין מאַנזשוריע אינעם אַלטן גוטן יאָר 1912, האָט ער כּמעט באַלד געכאַפּט, אַז די מיזרח-כינעזישע אײַזנבאַן גיט אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו פֿאַרקויפֿן פֿלייש צו קליינע און גרויסע אײַנקויף-קאָנטאָרן פֿון דער רוסישער גרענעץ ביז דער סאַמע קוואַָטענצזי אויף דער דרום-מאַנזשורער אײַזנבאַן-ליניע, וווּ לויטן אָפּמאַך מיט די יאַפּאַנער האָט זיך פֿאַרענדיקט די רוסישע אײַנפֿלוס-זאָנע. צוריק קיין רוסלאַנד פֿלעגט מען שיקן די מאַנזשורער תּבֿואה, קאָרן און סאָיע, ווי אויך טיי, געווירצן און אַ פּאָר אַנדערע אַרטיקלען, וועגן וועלכע מ׳האָט עפֿנטלעך ניט גערעדט.

רבינאָוויטש איז געווען אַ מסוכּן גרויסער מבֿין אויף פֿלייש. נאָך ווי אַ קינד אין סקווירע האָט ער זיך צוגעטשעפּעט צו די פֿלינקע בחורים-קצבֿים אין הויכע שטיוולען און גרויע באַפֿלעקטע כאַלאַטן, וואָס האָבן געאַרבעט אינעם שטאָטישן שחיטה-הויז. אָן שום פּחד האָט ער נאָכגעקוקט, ווי די שאַרפֿע מעסערס-חלפֿים שנײַדן איבער גיך כּהרף-עין די האַלדז-אָדערן בײַ מעכטיקע אָקסן. אַ רגע פֿאַר דעם האָט אַזאַ אָקס ווילד געדרייט מיט די בלוט-פֿאַרלאָפֿענע באָלעכעס און קיינעם ניט געלאָזט זיך דערנענטערן צו אים, און אָט ליגט ער שוין אָן אַן אָטעם אַויף דעם באַפֿלעקטן מיט בלוט און פּישעכץ דיל, נאָר זײַן הינטערשטער פֿוס ציטערט אַ ביסל. ווי אַ פֿאַרכּישופֿטער האָט אַבֿרהם געקוקט אויף אָט דעם פֿוס, ווען די פֿלינקע בחורים-קצבֿים האָבן צעשניטן די באַרכאַט-פֿעל און דער בודק האָט אַרײַנגעשטעקט זײַנע פֿינגער און זיך אײַנגעקוקט אין די לונגען, טראַכייען און קישקעס.

די ריזיקע טושעס פֿלעגט מען אויפֿהענגען אויף אַ גרויסן האָקן צו דער סטעלע, כּדי דאָס בלוט זאָל פֿרײַ אַראָפּרינען אויפֿן דיל אין ספּעציעלע רינוועס. דאָס קינד האָט געחלומט, אַז אַמאָל וועט אויך ער, אַבֿרהם, ווי די-אָ פֿלינקע בחורים, ווערן אַ קצבֿ און מיט צוויי-דרײַ שנײַדן פֿונעם חלף אַראָפּנעמען די פֿעל פֿון אַן אָקסן-טול, ווי אַ העמד. דערווײַל האָט ער נאָכגעמאַכט אַלע זייערע פֿירעכצן און אין יעדן שמועס געזוכט אַרײַנצושטעקן אַ קצבֿיש ווערטל.

זײַן טאַטע האָט קוים אויסגעטראָגט דעם זונס מאָדנעם אינטערעס. כּדי זיך באַרויִקן, פֿלעג ער איבערחזרן, אַז דער אייבערשטער האָט צוגעטיילט זײַנע באַשעפֿענישן דעם גאַנצן קלאַפּערגעצײַג פֿון פֿאַרשיידענע נייגונגען און אויב ס’האָט זיך שוין אַזוי באַקומען, אַז אַ מענטש האָט אַ נטיה צו פֿאַרגיסן בלוט, טאָ זאָל עס שוין זײַן לשם-מיצווה. לויט דעם טאַטנס בקשה האָט דער אַלטער גוידערדיקער רבֿ נחום שו”ב אָנגעהויבן לערנען אַבֿרהמען די פֿילצאָליקע שחיטה-דינים, אָבער יענער האָט ניט געהאַט קיין זיצפֿלייש. מיט דער צײַט האָט ער זיך אָנגעשלאָסן צו אַ טשיקאַוון געשעפֿט בײַם שחיטה-הויז: פֿאַרקויפֿן די טריפֿות צו גויים. אַ קאַרבאָוואַנעץ דאָ און אַ גראָשיקל דאָרטן, האָט אַבֿרהם צונויפֿגעשלאָגט פֿאַר עטלעכע יאָר אַ קײַלעכדיקע סומע. אַזוי, לכל־הפּחות, האָט מען געשמועסט אין סקווירע. אַבֿרהם איז שטאַרק אויסגעוואַקסן און האָט אויסגעהאָדעוועט זיך אַ קורץ „בערליניש‟ בערדל, אין וועלכן ער האָט באַהאַלטן אַ פֿילזיניקן האַלב-שמייכל. ווען די שדכנטע ביילקע האָט פֿאָרגעלייגט זײַנע עלטערן-קבצנים אַ גוטן שידוך, האָט זיך קיינער ניט געחידושט.

רבֿקה, די ייִנגערע טאָכטער פֿונעם גבאַי איז געווען אַ געלע לאַכערקע מיט בלישטשענדיקע אויגן. זי האָט געלאַכט פֿון יעדן וואָרט אַבֿרהמס — אי בעת זייערע דרײַ טרעפֿונגען פֿאַרן קנס, אי בעתן חופּה-קידושין, ווען אַבֿרהם האָט אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף איר קעפּל דעם לײַכטן שניייִק-ווײַסן שלייער. נאָך דער חתונה אָבער האָט רבֿקהס געלעכטער געקלונגען שוין ניט אַזוי אָפֿט, און נאָך יוסעלעס געבורט איז עס געוואָרן גאָר אַ זעלטענע דערשײַנונג, אונטער אַבֿרהמס פֿאַרפֿרירנדיקע בליקן. אַבֿרהם האָט פֿאַראייניקט רבֿקהס נדוניה מיט זײַנע קאַפּיטאַלן און ווי פֿאַרלאָרן זײַן אינטערעס צו איר, זיך באַגנוגנדיק מיט קורצע פֿראַזעס אויף שטייגערישע טעמעס. די שכנים האָבן שוין ניט פֿאַרכאַפּט די-אָ ענדערונג; די פֿאַרשלאָפֿענע סקווירע איז געוואָרן ענג אַבֿרהמען, און די יונגע משפּחה האָט זיך אַריבערגעפּעקלט קיין קיִעוו און פֿון דאָרטן ווײַטער, אַוועק פֿונעם תּחום. אינעם היים-שטעטל האָט מען זיי מער ניט געזען.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s