
פּראָזאַיִקער, דיכטער, דראַמאַטורג, איז משה אַלטמאַן געבוירן געוואָרן אין ליפּקאַן, בעסאַראַביע. געלערנט זיך אין חדר דערנאָך אין גימנאַזיע אין דער שטאָט קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. שטודירט שפּראַכן. פֿון 1918 האָט ער געלעבט אין רומעניע; געווען אַ צײַט אַן אַרומפֿאָרנדיקער אינסטרוקטאָר און לעקטאָר בײַ דער ייִדישער קולטור־פֿעדעראַציע. דעביוטירט אין ליטעראַטור אין 1920. אַ יאָר צײַט געוווינט אין בוענאָס־אײַרעס (אַרגענטינע), אָבער אין 1931 האָט אַלטמאַן זיך אומגעקערט קיין רומעניע. געוווינט אין בוקאַרעשט און אין טשערנאָוויץ ביזן אויסבראָך פֿון דער וועלט־מלחמה. געווען עוואַקויִרט קיין צענטראַל־רוסלאַנד. אין 1945 קומט אַלטמאַן צוריק קיין טשערנאָוויץ, וווּ ער אַרבעט אינעם אָרטיקע ייִדישן מלוכה־טעאַטער, וואָס איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן פֿון קיִעוו. ווי אַ צאָל אַנדערע טשערנאָוויצער און בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבערס ווערט אַלטמאַן אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין „גולאַג‟. ערשט אין 1955 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און האָט זיך אומגעקערט צוריק אַהיים. זינט ס׳האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין מאָסקווע דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ דרוקט ער דאָרט זײַנע ווערק. געשטאָרבן איז משה אַלטמאַן אין טשערנאָוויץ. אויפֿן הויז, וווּ ער האָט געוווינט, הענגט אַן אַנדענק־שילד מיט זײַן באַרעליעף.
לייענט אַן אויסצוג פֿון משה אַלטמאַנס ראָמאַן „מדרש פּינחס‟ (1936). מיר דרוקן עס איבער פֿון דער ערשטער אויסגאַבע: בוקורעשט, „שלום־עליכם‟־פֿאַרלאַג.
מאַריאַנע
אין מאָטל אומרוס בלעטלעך, די איינציקע, אַזוי צו זאָגן, לעבעדיקע עדות פֿון דער דראַמע, וואָס האָט זיך דאָרט צעוויקלט, טרעפֿט מען זייער אָפֿט דעם נאָמען מאַריאַנע. פֿון דעם אופֿן, ווי אַזוי דער נאָמען ווערט דערמאָנט, און פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע סימנים, אויך פֿון דעם אינהאַלט פֿון די בלעטלעך, קומט אויס, אַז מאָטל אומרו, דער כּלומרשט זײַטיקער צושויער פֿון דער דראַמע, איז שוין גאָרנישט געווען אַזאַ זײַטיקער.
עס איז דאָ אַ גרונט צו גלייבן, אַז ער האָט אַפֿילו געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די געשעענישן און באַציִונגען, אָבער וואָס פֿאַר אַ ראָלע, דאָס איז נישט צום דערגיין. איינס איז קלאָר: מאָטל האָט ליב געהאַט מאַריאַנען; און דער פֿאַרדאַכט איז, מעגלעך, דערלאָזבאַר: יוסף האָט אויך ליב געהאַט מאַריאַנען…
צי קומט אויס דערפֿאַר, אַז צווישן יוספֿן און מאָטלען זאָל געווען עקזיסטירן אַ געוויסע קעגנערשאַפֿט? ניין. לחלוטין. מאָטל האָט צו פֿיל ליב געהאַט יוספֿן. אין געטרײַשאַפֿט צו יוספֿן האָט ער אפֿשר איבערגעשטיגן אַלע אַנדערע, כאָטש זאָגן בפֿירוש זאָגט ער עס נישט.
איבעריקסן, ניין… עס איז דאָך געווען ריטאַ.
און עס איז אויך געווען מאַריאַנע.
זי איז געווען שיין… לויט די בלעטלעך קומט אויס אַפֿילו, אַז זי איז געווען פֿיזיש אַ זעלטענע שיינהייט. הויך, ברייט, רײַך צעוואַקסן און דערבײַ שטאַרק האַרמאָניש, זייער ווײַבלעך, זייער גראַציעז, אַ טיפּ פֿון אַ פֿרוי, וואָס מ׳באַגעגנט זעלטן אַפֿילו בײַ גאָר שיינע פֿעלקער.
דאָס אַליין איז גענוג אויף צו מאַכן אַ פֿרוי באַליבט. אָבער מאַריאַנע איז געווען נישט נאָר „איין שענעס ווײַב‟, זי איז געווען עפּעס מערער. זי איז געווען פֿיל מערער. און געזאָגט זאָל דאָס ווערן, אַז מע מעג זיך אויף די זאַכן אויף מאָטלען פֿאַרלאָזן. ער איז טאַקע אַן אומרו און קיין סטאַבילן באָדן אונטער די פֿיס וועט ער שוין נישט האָבן, אָבער אַ חוש פֿאַר גײַסט האָט ער: אָ, אין דעם קאָן מען אים נישט אָפּזאָגן. איז וואָס שייך צו מאַריאַנען… עס וועט נישט איינער חלומען אַזאַ מאַריאַנע, נישט איינעם וועט דאָס לײַב און די זעלע בסוד קלאָגן, פֿאַר וואָס ער האָט נישט באַגעגנט מאַריאַנען.
עס איז אָבער נישט פֿאַראַן קיין סך מאַריאַנעס. און עס איז גוט אַזוי. עס איז אַ גליק פֿאַר זיי, די ווייניקע און זעלטענע, אַ גליק אויך פֿאַר די אַנדערע פֿרויען, פֿאַרן גאַנצן פֿרויען־געשלעכט. און אויך פֿאַר די מענער. צוליב דער זעלטנקייט קען זיך יעדע פֿרוי כאָטש אַ מאָל שאַפֿן די אילוזיע, אַז זי איז… אַ מאַריאַנע… און אויך אָנשטעקן מיט דער אילוזיע דעם מאַן. דאָס אויסנעמלעכע דאַרף בלײַבן אויסנעמלעך, כּדי מע זאָל עס קענען איבערטראָגן, כּדי מע זאָל עס געדענקען און בענקען דערנאָך.
מאַריאַנע איז געווען, ווײַזט אויס, אַן אויסנאַם־שיינע פֿרוי, אַ יוצא־מין־הכּלל. איבעריקנס, לויט די בלעטלעך קומט אויס, אַז די גאַנצע משפּחה אירע איז באַשטאַנען פֿון זעלטן שיינע מענטשן. אַ משפּחה פֿון געוויינטלעכער אָרעם־מיליטערישער אָפּשטאַמונג, קליין־פּריציש און שטאַרק דעגענערירט, האָבן די קינדער איבערראַשט מיט זייער שיינקייט.
דער פֿאָטער, אַן אַלטער מאַיאָר, איז געווען קאָמענדאַנט אויף אַ ווײַטער באַן־סטאַנציע, דאָרט געלעבט מיט זײַן „פּילגש‟ און גאָר זעלטן געקומען אַהיים באַזוכן די זײַניקע: דאָס ווײַב, דאָס ייִנגסטע מיידל, אַ שילערין פֿון העכערן קלאַס גימנאַזיום, אַ זון אַ שילער פֿון אָפֿיצירן־קלאַס און מאַריאַנע. מאַריאַנע איז געווען אַ געגטע, זי איז זיך צעגאַנגען מיט איר מאַן, אַן עלטערן מענטשן אַ גרויסן גוט־באַזיצער, שוין אַ יאָר פֿאַר דער מלחמה. זי האָט געהאַט פֿון דעם מאַן אַ מיידעלע.
די משפּחה, ווי עס איז שוין, דאַכט זיך, ערגעץ געזאָגט געוואָרן פֿריִער, האָט געוווינט שכנות בײַ די קראָכמאַלס, אין פֿליגל, אין דעם זעלבן, אין וועלכן דער אַלטער ברוך־בענעדיקט האָט זיך אָפּגעזונדערט פֿון זײַניקע.
(עס וואָלט געווען דאָ פּלאַץ פֿאַר אַ ביסל קאָמיזם: באמת האָט די סיטואַציע — אונטער איין דאַך דער אַלטער ברוך־בענעדיקט, פּראַווענדיק פּרישות פֿון זײַן ווײַב און קינדער, און מאַריאַנע, די זינד אַליין, די זינד אין פֿלייש און גײַסט!.. נאָר מיר זײַנען נישט מער רעסטאַווראַטאָרס. מיר גייען ווײַטער!)
וואָס האָט געקענט טאָן מאַריאַנע צווישן אירע אייגענע, וועלכע זי איז איבערגעוואַקסן, פֿון וועלכע זי איז אַרויסגעוואַקסן? זי האָט זיך גאַנצע טעג געוואַלגערט אויפֿן דיוואַן, געלייענט, געשלונגען צענדליקער ביכער, פֿאַנטאַזירט… אַ וווּלקאַן, וואָס קאָכט אינעווייניק און די לאַווע זוכט אַן אויסוועג.
צווישן די אָפֿיצירן פֿונעם אָרטיקן גאַרניזאָן איז געגאַנגען אַ באַשטענדיקער געוועט איבער איר. זי האָט אייניקע איבערגעקאָסט אַ פֿאַרמעגן. זעלטן געבליבן פֿאַרבונדן מיט עמעצן אַ לענגערע צײַט. זי האָט געהאַט אַ טבֿע, זיך גיך פֿאַרליבן און אויך אַזוי שנעל זיך אַנטוישן. עס פֿלעג איר באַלד נימאס ווערן. דערצו האָבן די מוטער און דער ברודער זי געהיט, ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט זי זאָל נישט קאָמפּראָמעטירן דער ייִנגערער שוועסטערס צוקונפֿט. נישט איין מאָל האָט דער עקספּאַנסיווער שייגעץ געכאַפּט די קאַראַבינע און געדראָט זי צו דערשיסן. עס וואָלט אפֿשר געווען געקומען דערצו, ווען נישט די מוטער.
דאָס איינציקע פּלאַץ, וווּהין מאַריאַנע האָט געקאָנט גיין אומגעשטערט, איז געווען צו ריטאַן.
עס איז אפֿשר כּדאַי בײַ דער געלעגנהייט צו פֿאַרצייכענען די באַאָבאַכטונג: די אַנטיסעמיטישע משפּחה, אַנטיסעמיטיש על־פּי טראַדיציע, אַזוי געירשנט פֿון זייערע עלטערן, ווי אַ מין מאַיאָנטעק, האָבן צוטרוי צו דער מאָראַל פֿון ייִדישער סבֿיבֿה. ווען זיי האָבן קאַליע געוואָרענע קינדער זײַנען זיי גערן, אַז די קינדער פֿאַרקערן מיט ייִדן, גלײַך זיי האָפֿן, אַז די געשעדיקטע וועלן אונטער דער השפּעה פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה, אויסגעבעסערט ווערן… אַזוי איז אויך געווען דער פֿאַל מיט דער משפּחה מאַריאַנעס.
מאַריאַנע פֿלעג זייער אָפֿט אויסנוצן אָט דעם צוטרוי. זי פֿלעג אונטערן מאָטיוו, אַז זי גייט אַרײַן צו ריטאַן, זיך אַרויסכאַפּן אין שטאָט אויף אירע אַווענטורעס. די מוטער און דער ברודער פֿלעגן שוין האָבן אַן אַרבעט זי צו גיין זוכן. נישט שטענדיק האָבן זיי זי געפֿונען…
צווישן די צוויי קריסטלעכע טעכטער און ריטאַן האָט זיך אָנגעשטעלט אַ געוויסע היימישע באַציִונג. די גאַנצע משפּחה מאַריאַנעס האָט ריטאַן רעספּעקטירט, ווי דרך־ארץ געהאַט פֿאַר איר ריינקייט, פֿאַר איר פֿאַרנומענקייט, פֿאַר איר יאָך, וואָס זי האָט אַזוי מוטיק און איידל געטראָגן. באַזונדערס מאַריאַנע מיט איר אָפֿענעם כאַראַקטער און אימפּולסיווער נאַטור, האָט זיך צו ריטאַן צוגעבונדן.
אַ מערקווירדיקע פֿרײַנדשאַפֿט! די קלוגע ראַפֿינירטע קריסטין און דאָס איינפֿאַכע שטילע ייִדישע מיידל, וואָס פֿאַר אַ גרעסערן קאָנטראַסט האָט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן? און דאָך אַזוי האָבן זיי זיך באַפֿרײַנדעט. עס איז צווישן זיי קיין פֿרײַנדשאַפֿט־דערקלערונג נישט געקומען, און זיך אַליין האָבן זיי אויך דערפֿון נישט געדאַכט, נאָר אויפֿן טונקעלן פֿאָן פֿון זייער נישט צופֿרידענעם לעבן זײַנען די באַציִונגען צווישן זיי געווען ליכטיקע און דערלײַכטערנדיקע פֿלעקן.
מאַריאַנע האָט זיך מיט איר געטיילט, איר אויסדערציילט אַלע אירע משוגענע פֿאַנטאַזיעס, אירע משונהדיקע פֿאַרבינדונגען און נאָך מער משונהדיקע צעשיידונגען. צו ריטאַס גליק, האָבן אָט די אָפֿנהאַרציקייטן געווירקט אויף איר נאָר מיט דער ליכטיקער זײַט. מאַריאַנע האָט ווי אויסגעפֿולט אַ בלויז אין ריטאַס דערציִונג, אָפּטיילנדיק זי פֿון איר אייגענער עקספּיריענץ אין לעבן. דאָס האָט אויף ריטאַן געווירקט מילדערנדיק, שטילנדיק דעם נאַטירלעכן נײַגער, וואָס ווערט אַמאָל פֿאָטאַל בײַ מיידלעך אין אַזעלכע ניט־גינסטיקע אומשטענדן.
*
פֿרײַנדשאַפֿט גייט אָבער נישט אָן לײַדן. דאָס ווערטל „באַהיט מיך גאָט פֿון מײַנע פֿרײַנד‟, האָט אַ פֿיל טיפֿערן זינען ווי עס דאַכט זיך געוויינטלעך. באַזונדערס, ווען די פֿרײַנדשאַפֿט איז געשלאָסן צווישן אינדיווידן מיט להיפּוכדיקער נאַטור. ווען איינער פֿון די פֿרײַנד איז לויט זײַן נאַטור — לאָמיר עס אַזוי באַצייכענען — „מאָנאָגאַם‟, און דער צווייטער — „פּאָליגאַם‟, מוזן אַרויסקומען מיספֿאַרשטענדענישן, פֿון וועלכע דער קרבן איז שטענדיק דער „מאָנאָגאַם‟. דער „פּאָליגאַם‟ איז היפּאָקריט און פֿאַררעטער פֿון נאַטור אויס… בשעת דער „מאָנאָגאַם‟ איז קאָנסטאַנט, אויפֿריכטיק ביז אַראָפּ, ביז אין די טיפֿסטע טיפֿענישן.
דער „מאָנאָגאַם‟ קען לײַדן פֿאַר זײַנע איבערצײַגונגען, פֿאַר זײַן פֿרײַנדשאַפֿט, ער איז אַלטרויִסטיש, ער וויל כּמעט גאָרנישט פֿאַר זיך, און אַלצדינג פֿאַר זײַן פֿרײַנד. בשעת דער „פּאָליגאַם‟ איז עגאָצענטריש, מאַניאַקיש אַמביציעז, טראָגט פֿון בונין צו שמונין, רעספּעקטירט נישט זײַן פֿרײַנדס סוד, זײַן פֿרײַנדס שוואַכקייט און אַפֿילו נישט זײַן אומגליק.
ווען עס זאָל זיך עמעצער וועלן אינטערעסירן דערמיט, וואָלט ער אַנטדעקט, אַז די בעסטע דיפּלאָמאַטן זײַנען יענע פֿון פּאָליגאַמישער נאַטור. אין יעדן מאַנירערירטן „געבוירענעם‟ דיפּלאָמאַט וואָלט מען זיך אַזוי אַרום געקענט דערגראָבן אויך צו דער נאַטור פֿון אַן אַפּאַש: אין אַ מאַקיאַוועלי, אין אַ טאַלייראַן איז בשכנות מיט דער געניאַליטעט אָן צווייפֿל געווען אָט די נאַטור.
פֿון די פּאַרשוינען פֿון אָט דער געשיכטע, וואָס מיר רעסטאַוורירן, איז ריטאַ זיכער געווען מאָנאָגאַמיש, בשעת דער שרײַבער צ. ב. ש. וואָלט געקענט פֿאַררעכנט ווערן אין אַ גרויסער מאָס פֿאַר פּאָליגאַמיש. מאַריאַנע — אַ געמישטע נאַטור, עקסצענטריש. און יוסף… דער איז מיר אַ רעטעניש, אַ פֿאַרחתמעטע טיר.
*
ריטאַס אינסטינקטן, מער ווי איר פֿאַרשטאַנד, האָט איר דיקטירט אויסצובאַהאַלטן פֿון מאַריאַנען אירע געפֿילן צו יוספֿן… זי וואָלט אַפֿילו גערן אים אין גאַנצן אויסבאַהאַלטן פֿון מאַריאַנען. זי האָט שוין אויך געהאַט אַ געוויסע עקספּיריענץ, מיטן שרײַבער. דער שרײַבער האָט זיך אין איין צײַט אינטים „באַפֿרײַנדעט‟ מיט מאַריאַנען. דער שאָדן פֿאַר ריטאַן איז געווען גאַנץ קליין. זי האָט געהאַלטן פֿון דעם יונגער־מאַן. ער האָט געהאַט חן אין אירע אויגן, זי האָט געפֿילט אויך אַ יראת־הכּבֿוד צו זײַן טאַלאַנט, אָבער ווײַטער — גאָרנישט. וואָס מ׳האָט איר וויי געטאָן איז געווען עפּעס אַנדערש: זי האָט זיך פֿון מאַריאַנען דערוווּסט, אַז דער שרײַבער האָט מאַריאַנען אויסדערציילט זאַכן וועגן איר, וואָס אַ נאָבעלער מענטש דאַרף נישט דערציילן. למשל, אַז ער האָט זי אַ קוש געטאָן… ער האָט אויך דערציילט זאַכן, וואָס נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן. ריטאַ האָט נישט רעאַגירט דערויף, זי האָט געהאַט גרעסערע דאגות, אָבער וויי געטאָן האָט איר. זי וואָלט גערן, ווען זי קען נאָר, אין גאַנצן אויסגעהיט יוספֿן פֿון באַגעגענען זיך מיט מאַריאַנען…
אין דעם ענגן קרײַז איז עס אָבער געווען כּמעט אוממעגלעך. און — ס׳איז אפֿשר הײַנטיקע צײַטן אַ בושה אַזוינס אויף די ליפּן צו ברענגען — אַ פֿאַטאַליטעט האָט אַזוי געפֿירט, יענע פֿאַטאַליטעט, וואָס איז אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן דער לאָגישער שנור פֿון כאַראַקטער, אָט דער סאַטעליט פֿונעם גורל.
ריטאַ האָט זיך אַרויסגעכאַפּט פֿאַר מאַריאַנען!..
זי איז געווען איבערפֿולט פֿון דעם נײַעם, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. זי האָט נישט געקענט אַזוי פֿיל האַלטן אין זיך. און אַז זי האָט אָנגעהויבן רעדן, האָט זי געזאָגט. זי האָט גאָרנישט אויסגעטראַכט, איר פֿאַנטאַזיע איז געווען צו אָרעם אויף צו שאַפֿן פֿאַנטאַסטישע פֿיגורן, אָבער אויב ליבע שאַפֿט פּאָעטן… ריטאַ האָט ליב געהאַט. מאַריאַנעס ליידיק־גייערישע פֿאַנטאַזיע האָט זיך אָנגעצונדן. זי האָט געוואָלט קענען יוספֿן. זי האָט זיך באַנוצט מיטן שרײַבער.