ייִדישע ליטעראַטור און פּרעסע אויף פּויליש צווישן ביידע וועלט-מלחמות

20180923_134945
די אויסגאַבעס פֿון “היינט”, בתוכם אויף פּויליש
מיכאל דונאַיעווסקי

אין דער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט-מלחמות האָט וואַרשע געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון פּוילישע ייִדן. זי איז געווען אַ גרויסער קולטורעלער צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק אין דעמאָלטיקן פּוילן און אַפֿילו אין דער גאָרער וועלט.

ניט געקוקט דערויף, וואָס אין וואַרשע זײַנען אין יענע יאָרן אַרויסגעגאַנגען אַ ריי טעגלעגע צײַטונגען, זשורנאַלן און אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף העברעיִש, וואָלט איך געוואָלט צוציִען דעם אויפֿמערק צו דער טעמע פֿון ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור און פּרעסע, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אויף דער אָפֿיציעלער מלוכישער שפּראַך.

מיר ווייסן, אַז נאָך פֿון די השׂכּלה-טעג אָן האָט אינעם ייִדישן קולטורעלן לעבן פֿון פּוילן עקזיסטירט די אַזוי גערופֿענע דרײַ־שפּראַכיקע סיסטעם, דהײַנו: ייִדיש (אומגאַנגשפּראַך), העברעיִש אָדער לשון-קודש (ציוניסטן, די שפּראַך פֿון תּפֿילה) און פּויליש (די שפּראַך פֿון דער סבֿיבֿה). אינטערעסאַנט, אַז די באַציִונגען צווישן די שפּראַכן אין דער סיסטעם איז געווען קאָמפּליצירט, אָבער זיי האָבן אַלע געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע, וואָס איין שפּראַך איז ניט געווען מעגלעך אָפּצוטיילן פֿון די אַנדערע צוויי.

baobakhter

אויב מיר ריידן וועגן דער ייִדישער פּרעסע אויף פּויליש, איז וויכטיק צו באַמערקן אַזאַ פֿאַקט: אָנהייבנדיק פֿון דער צײַטונג Dostrzegacz Nadwiślański (דער בעאָבאַכטער אַן דער װײַכסעל) און ביז די 1920ער יאָרן האָבן אין די פּעריאָדישע אויסגעבעס אויף פּויליש געהערשט מערקווערדיקע אַסימילאַטאָרישע שטימונגען. אין אָנהייב 20סטן י״ה האָט זיך באַוויזן אַ געוויסע ענדערונג אין דער אידעאָלאָגישער פּאָזיציע פֿון דער פּרעסע לגבי נאַציאָנאַלע פֿראַגן. די ערשטע וועלט-מלמחה און דער פֿאַקט, וואָס פּוילן איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, האָבן גורם געווען צו בולטע שינויים אי אין געזעלשאַפֿטלעכן, אי אין קולטורעלן ייִדישן לעבן. דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטיזם און דאָס באַטאָנען דעם נאַציאָנאַלן כאַראַקטער פֿון דער מדינה האָבן פֿאַרמאַכט פֿאַר די ייִדן אַלע טירן און מעגלעכקייטן זיך צו אַבסאָרבירן אין דער פּוילישער געזעלשאַפֿט.

אָט די וויכטיקע אויסערלעכע פֿאַקטאָרן האָבן געבראַכט דערצו, אַז די שפּראַכלעכע אַסימילאַציע האָט גיך אָנגעהויבן שטײַגן, בעת די אידעאָלאָגישע אַסימילאַציע איז כּמעט אויסגעגאַנגען. דער גרעסטער פֿאַקטאָר, וואָס האָט געווירקט אויף דעם פּראָצעס פֿון שפּראַכלעכער אַסימילאַציע, איז געווען די וואַקסנדיקע צאָל ייִדישע שילערס אין די פּוילישע מלוכישע שולן; און אַוודאי דער פֿאַקט, וואָס ייִדיש און העברעיִש זײַנען ביסלעכווײַז, אָבער זיכער פֿאַרקלענערט געוואָרן. איך וויל ניט ממש אַרײַנגיין אין אַלע פּרטים פֿון דער דערשײַנונג און לאָז עס איבער פֿאַר די היסטאָריקער.

nasz Przדי נײַע קולטורעל-געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג איז, אַז אין דער ייִדישער סבֿיבֿה איז אויפֿגעקומען אַ באַדערפֿעניש צו האָבן אַ טאָג־טעגלעכער אויסגאַבע אויף דער מלוכה־שפּראַך. די פֿאַרשפּרייטע ייִדישע צײַטונג „הײַנט‟, האָט אויך אַרויסגעגעבן אויף פּויליש Kurier Nowy. דערנאָך זײַנען דערשינען נאָך עטלעכע צײַטונגען: Dziennik Poranny, Dziennik Nowy און Nasz Kurier, וואָס איז געווען דער טאַטע פֿון דער פּובליקאַציע Nasz Przeglad, וועלכע איז אַרויס במשך פֿון 16 יאָרן, פֿון 1923 ביז 1939.

די ערשטע דרײַ צײַטונגען האָבן זיך באַזירט „אויפֿן יסוד פֿון ליבעראַליזם, פּראָגרעס און דעמאָקראַטיע‟ פֿאַר „אינטעליגענציע-קרײַזן, וואָס אָנערקענען דעם כּבֿוד און די נאַציאָנאַלע סאָלידאַרישקייט‟, כּדי צו קעמפֿן קעגן אַנטיסעמיטיזם און אויפֿוועקן דעם נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן אין דער אַסימילירטער געזעלשאַפֿט. דאָס זײַן אומאָפּהענגיק פֿון פאָליטיק איז אויך געווען אַ וויכטיקער מאָמענט. די דאָזיקע פּרינציפּן זײַנען געוואָרן דער יסוד פֿאַר די ווײַטערדיקע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף פּויליש.

די גרינדערס פֿון די דאָזיקע צײַטונגען זײַנען געווען יעקבֿ אָפֿענשלאַק, שאול וואָגמאַן, נתן שוואַלבע, שמואל הירשהאָרן און שמואל וואָלקאָוויטש. זיי האָבן אויסגעבילדעט דעם כאַראַקטער און די אָריענטאַציע פֿון די צײַטונגען. ס׳איז כּדאי אויסטיילן די בולטע ציוניסטישע אָריענטאַציע פֿון די אויסגאַבעס.

עס איז אינטערעסאַנט, אַז אין משך פֿון דעם גאַנצן פּעריאָד צווישן ביידע וועלט-מלחמות, האָט זיך כּמעט ווי ניט געהערט קיין שום פּרינציפּיעלע שטעלונג מכּוח דער עקזיסטענץ פֿון דער ייִדיש-פּוילישער פּרעסע. ס׳קאָן זײַן, אַז די באַטייליקונג אינעם אַרויסגעבן די ייִדישע צײַטונגען אויף פּויליש פֿון „הײַנט‟ און שפּעטער פֿון „דער מאָמענט‟, איז אַ פרוּוו צו פֿאַרשטיין דאָס שווײַגן; כאָטש דאָ און דאָרט איז יאָ אַרויסגעזאָגט געוואָרן אַ געוויסע שטעלונג אויף דעם ענין. ס׳איז קלאָר, אַז עס זײַנען טאַקע געווען ניט ווייניק קעגנערס פֿון דער ייִדיש-פּוילישער פּרעסע און צווישן זיי — נישט ווייניק פֿאָרשטייער ניט בלויז פֿון דער ייִדישער, נאָר אויך פֿון דער פּוילישער אינטעליגענץ.

די רעדאַקציע פֿון „הײַנט‟ האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן אַ וועכנטלעכע צײַטונג
Opinia,כּדי צו פֿאַרטיידיקן די פֿיזישע און גײַסטיקע עקזיסטענץ פֿון ייִדן און צו זײַן אַ בריק צווישן צוויי געזעלשאַפֿטן — דער ייִדישער און פּוילישער. ס׳איז אָבער דאָ אַ ספֿק, ווי ווײַט מ׳איז אין דעם מצליח געווען. דער הויפּט־ציל איז דאָך געווען, אַז ניט בלויז ייִדן, נאָר אויך פּאָליאַקן זאָלן לייענען די צײַטונג, כּדי צו מאַכן אַ בשותּפֿותדיק גײַסטיק דערקענטעניש.

די דאָזיקע פּרעסע האָט צוגעשטעלט פֿאַר אירע לייענערס אַ ברייטע אינפֿאָרמאַציע אויפֿן קולטור-געביט: טעאַטער, פּוילישע און אַלוועלטלעכע ליטעראַטור און פּרעסע, ווי אויך דאָס זעלבע, אָבער שוין פֿון ייִדיש און העברעיִש. דערצו זײַנען געדרוקט געוואָרן פֿאַרשיידענע שאַפֿונגען פֿון פּוילישע מחברים און איבערזעצונגען פֿון ייִדישע און העברעיִשע ווערק.

אין די יאָרן 1939-1931 איז דערשינען די ביליקע צײַטונג Piata Rano, וואָס האָט אויף אירע שפּאַלטן געדרוקט קורצע טאָג־נײַעס און סענסאַציאָנעלע ידיעות. אַזאַ מין צײַטונג האָבן געהאַט אויך די פּאָליאַקן, אָבער פֿאַר די ייִדישע לייענערס איז עס געווען אַ חידוש.

די פֿראַגע איז, פֿאַר וואָס האָבן די צײַטונגען אויף ייִדיש אָנגעהויבן אַרויסגעבן ייִדיש-פּוילישע צײַטונגען, ניט-נעמענדיק אין באַטראַכט די אידעאָלאָגישע סיבות? לויט צבֿי פּריצולקיס מיינונג, איז די עיקרדיקע סיבה געווען די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון די אַרויסגעבער. ס׳האָט דאָך געהאַלטן אין איין וואַקסן די צאָל פּויליש-לייענער אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. די פֿאַרשפּרייטונג פֿון די ייִדיש-פּוילישע צײַטונגען איז בפֿירוש געשטיגן.

Nowy Glos האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין דעצעמבער 1937 און איז געוואָרן נאָך איין ייִדיש-פּוילישע טעגלעכע צײַטונג.

20180923_131109
דאָס זאַמלבוך, אַרויסגעלאָזט פֿונעם “וועלטפֿאַרבאַנד פֿון די ייִדישע זשורנאַליסטן”, תל־אָביב, 1975

אין דער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע שרײַבערס זײַנען געווען וויכּוחים לגבי דער צעשטערנדיקער השפּעה פֿון די דאָזיקע צײַטונגען אויף דער ייִדישער מאָדערנער קולטור. יהושע פּערלע, למשל, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ באַשולדיקונג קעגן דער ייִדש־פּוילישער פּרעסע.

ס׳איז כּדאי צו באַמערקן, אַז נאָכן פֿאַרגלײַכן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדישע און ייִדיש-פּוילישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס און אויך די סטאַטיסטישע אָנגאַבן פֿון ביכער אין ייִדישע ביבליאָטעקן פֿון פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע באַוועגונגען, ווײַזט זיך אַרויס, אַז די נויט אין פּויליש איז אַ סך גרעסער, ווי אין ייִדיש, אָדער אין העברעיִש.

איצט גיי איך איבער צו דער ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור. צווישן די יאָרן 1928-1915 זײַנען דערשינען בלויז דרײַ „ייִדישע‟ ביכער אויף פּויליש. ביז דאַן האָבן זיך „ייִדישע שרײַבערס‟ פֿאַרנומען נאָר מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור; ס׳זײַנען אַפֿילו צוליב דעם געגרינדעט געוואָרן זעקס דרוקערײַען.

אין די אָנהייב 1920ער יאָרן האָבן זיך געהערט קולות וועגן דער וויכטיקייט פֿון איבערזעצונגען פֿון די ייִדישע אויסגעוויילטע ווערק אין פּויליש אויף צו דערנענטערן די ייִדישע פּויליש-רעדנדיקע אינטעליגענץ צום ייִדיש-רעדנדיקן המון. דערצו האָט מען אין יענער צײַט געהאָפֿט, אַז ס׳וועט נאָך אַמאָל אויפֿקומען אַ בולטער ייִדיש-פּוילישער שרײַבער.

שמואל הירשהאָרן האָט אין יאָר 1929 אַרויסגעזאָגט אַ מיינונג, אַז מע קען שוין זען אַ נײַעם טיפּ פֿון מחברים, וועלכע שרײַבן אין דער ייִדיש-פּוילישער פּרעסע. ווידער האָט ער זיך צו דער טעמע אומגעקערט בעת זײַן אַטאַקע אויף דעם פּע״ן-קלוב פֿון ייִדישע שרײַבערס אין וואַרשע. ער האָט אויסגעדריקט זײַן פּראָטעסט מחמת זײער אויסמײַדן די ייִדישע שרײַבערס, וואָס שאַפֿן אין דער פּוילישער שפּראַך בפֿרט, און דעם שפּראַך־צוגאַנג בכלל; אַז בלויז דער, וואָס שאַפֿט אויף איינער פֿון די ייִדישע שפּראַכן, קאָן זיך רופֿן ייִדישער שרײַבער.

wiadomosci-literackie

עס איז פֿאַראַן נאָך אַ באַווײַז פֿון אַן אָנהייב פֿון דער ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור — די בכּבֿודיקע וועכנטלעכע ליטעראַטורישע צײַטונג Wiadomości Literackie, אַרויסגעלאָזט פֿון די פּוילישע ליבעראַלע שרײַבערס. צווישן זיי זײַנען געווען ניט ווייניק שרײַבערס פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.

די בלי-תּקופֿה פֿון דער ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור איז אויסגעפֿאַלן אויף דער ערשטער העלפֿט 1930ער יאָרן. ייִדישע טעמעס זײַנען געווען צווישן די צענטראַלע אין די ליטעראַרישע ווערק פֿון די שרײַבערס, וועלכע האָבן זיך באַטראַכט ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער איינציקער אונטערשייד זייערער איז געווען, אַז זיי האָבן זיך אויך געפֿילט ווי אַ טייל פֿון דער פּוילישער קולטור.

lwow-2-440x440
לעמבערג אין די 1930ער יאָרן

די דאָזיקע שרײַבערס זײַנען געווען גרופּירט אין לעמבערג (און אין גאַליציע בכלל) און זייערע ערשטע פּובליקאַציעס זײַנען געדרוקט געוואָרן אין Chwila און אין Chwilki. דאָס זײַנען געווען מאַוריצי שימעל, קאַרל דרעזדנער, יוליוש וויקטאָר, רבֿקה גורפֿין, אקר, יוליאַן סטריקאָווסקי, דבֿורה פֿאָגעל, רחל אויערבאַך און יהודה וואַרשאַוויאַק. די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער גרופּע איז געווען ראָמאַן בראַנדשטעטער. ביזן יאָר 1930 איז וואַרשע געווען אַ ראַנד־ראַיאָן פֿון דער ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור און דער איין-און-איינציקער פֿאָרשטייער איז געווען יאַנוש קאָרטשאַק, דער רעדאַקטאָר פֿון אַ קינדער-בײַלאַגע בײַם Nasz Przegląd . דאָס אָנקומען און באַזעצן זיך אין וואַרשע פֿון שימעל, פּומער, אקר און דרעזדנער האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם ליטעראַרישן סטאַטוס פֿון דער הויפּטשטאָט. ס׳איז צוגעגעבן געוואָרן אַ ליטעראַרישע בײַלאַגע צו Nasz Przegląd און די דערשײַנונג פֿון Opinia. אין שפּיץ פֿון דער אויסגאַבע איז נאָמינירט געוואָרן בראַנדשטעטער, וואָס האָט אַרום זיך קאָנצענטרירט אַ גרופּע שרײַבערס און קריטיקער צו העלפֿן די יונגע ליטעראַרישע כּוחות, וועלכע הייבן אָן פֿלאַנצן אויפֿן ייִדישן באָדן.

אין דער בלי-תּקופֿה פֿון דער ייִדיש-פּוילישער ליטעראַטור 1935-1928 זײַנען פּובליקירט געוואָרן 13 ביכער, און שפּעטער, ביזן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען אַרויס נאָך 6.

אַ פּאָר פּרוּוון זײַנען געמאַכט געוואָרן אַרויסצוגעבן ליטעראַרישע זשורנאַלן, אָבער אומזיסט. קיין הצלחה האָט עס ניט געהאַט, און די שרײַבערס האָבן ממשיך געווען צו פּובליקירן זייערע שאַפֿונגען אין די צײַטונגען.

ס׳איז וויכטיק צו באַטאָנען, אַז די ייִדיש-פּוילישע שרײַבערס האָבן אויסגעמיטן צו זײַן מיטגלידער אין דעם „ליטעראַטן-פֿאַראיין‟ צוליב געוויסע סיבות. נחמן מײַזל האָט געטענהט, אַז „יעדע ייִדישע ליטעראַטור אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך האָט ניט קיין צוקונפֿט‟. אויסער דעם איז זייער שאַפֿונג ניט געווען קיין אויסערגעוויינטלעכע; זייערע דערגרייכונגען זײַנען געשטאַנען אויף אַ סך אַ נידערקן ניוואָ פֿון זייערע פּוילישע קאָלעגן. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז זייער שאַפֿן געווען גאָר אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער אַלגעמיינער ליטעראַטור פֿון ייִדן אין פּוילן…

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s