דער גורל פֿונעם קיִעווער אַרכיוו בײַם אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור (סוף)

יעפֿים מלמד

סוף [זע דעם אָנהייב אין אויגוסט־נומער, 2018 פֿון „ייִדיש־בראַנזשע‟]

DSC02678a
אַן אויסצוג פֿון אַ טראַנסקריבירטן טעקסט. אונטן אַ שטעמפּל: “קאָנטראָלירט. באַפֿולמעכטיקטער פֿאַר צענזור
געפֿינסן פֿונעם קיִעווער אַרכיוו

דער פּאָגראָם פֿונעם אינסטיטוט, רעפּרעסיעס קעגן די מיטאַרבעטער האָבן געוויס זיך אָפּגערופֿן אויפֿן צושטאַנד און גאַנצקייט פֿונעם אַרכיוו. מ׳האָט אים נישט איין מאָל צעטיילט; און ווידער, האָט דערפֿון געליטן, קודם־כּל, די „לענינגראַדער קאָלעקציע‟. לויטן באַפֿעל פֿונעם אוקראַיִנישן קאָמוניסטישן צענטראַל־קאָמיטעט פֿון 22סטן יוני 1936, האָט די „לעניגראַדער קאָלעקציע‟ געזאָלט איבערגעגעבן ווערן אינעם רשות פֿון דער צענטראַלער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק בײַ דער אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע.

עס זײַנען אָבער געווען צווייפֿלונגען, צי דער באַפֿעל איז טאַקע אויסגעפֿירט געוואָרן אין פֿולער מאָס; דאָס הייסט, נישט בלויז וואָס שייך ביכער און פּעריאָדישע אויסגאַבעס, נאָר אויך כּתבֿ־ידן. צי האָט זיי נישט געירשנט דער „קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור‟. אָבער די דאָזיקע צווייפֿלונגען האָט געלייזט דער באַקאַנטער אוקראַיִנישער אַרכיוויסט ניקאָלײַ געפּענער. אָנהייב 1937 האָט ער אינעם זשורנאַל פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿאָרגעשטעלט די זעלטנהייטן פֿון זײַן אָפּטייל, וווּ עס ווערט דערמאָנט וועגן „דער אויסשליסלעך־ווערטפֿולער קאָלעקציע פֿון מיטלעלטערלעכע און נײַע ייִדישע מאַנוסקריפּטן, וועלכע די אָפּטיילונג האָט באַקומען אין די לעצטע חדשים פֿונעם געוועזענעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור‟.

אַ חוץ אָט דער פּובליקאַציע, האָבן זיך געפֿונען אויך אַנדערע וויכטיקע אָנווײַזונגען וועגן דער „לעניגראַדער קאָלעקציע‟. און דאָך האָבן די ידיעות נישט געגעבן קיין ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: וווּ זשע זײַנען די אוצרות געווען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה?

13217_Levitan_article
פֿראַגמענט פֿון מיכל לעוויטאַנס אַרײַנפֿיר־אַרטיקל צו דעם מאַנוסקריפּט פֿון שעווטשענקאָס געזאַמלטע ווערק אין דער ייִדישער איבערזעצונג

אין שײַכות דערמיט זײַנען געווען פֿאַרשידענע מיינונגען און השערות: אַז די נאַציס האָבן געוואָלט די אוצרות איבערפּעקלען קיין בערלין, ס׳האָט זיי אָבער געשטערט דער וועטער און די שלעכטע וועגן; אַז די קאָלעקציעס זײַנען עוואַקויִרט געוואָרן, צוזאַמען מיט אַנדערע ווערטפֿולע זאַכן, אין דער שטאָט אופֿאַ (באַשקיריע), וווּהין עס זײַנען אויך אַריבערגעפֿאָרן אַלע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן פֿון אוקראַיִנע. עס זײַנען געווען מיינונגען, אַז די קאָלעקציעס זײַנען געבאַהאַלטן געווען ערגעץ אין אַ מקום־מיקלט, וואָס די דײַטשן האָבן עס נישט אַנטדעקט…

אַז זיי האָבן געקאָנטן עוואַקויִרט ווערן קיין באַשקיריע, אין דעם האָט זיך ווייניק געגלייבט. אין יענער שווערער צײַט, ווען ס׳פֿלעגן אויספֿעלן טראַנספּאָרט־מיטלעך, מענטשן און צײַט, איז דער קאָפּ נישט געלעגן צו „ייִדישע קאָלעקציעס‟ פֿון ביכער און מאַנוסקריפּטן. צו קאָנטראָלירן די עוואַקואַציע־ און רעעוואַקואַציע־רשימות איז קיין מעגלעכקייט נישט געווען.

פֿון דעסטוועגן, האָבן די לעצטע זוכונגען געוויזן, אַז אַלץ איז געשען נישט אין גאַנצן אַזוי ווי מ׳האָט געמיינט. אמת, קיין פּינקטלעכע און אַרומנעמיקע אָנווײַזונגען וועגן דעם, וואָס איז יאָ געווען אָפּגעשיקט קיין אופֿאַ און דערנאָך אומגעקערט געוואָרן צוריק קיין קיִעוו, זײַנען טאַקע נישטאָ, נאָר ס׳האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצוזוכן דעם שריפֿטלעכן „באַריכט וועגן דער אַרבעט פֿון קאָנטראָלירן די ביבליאָטעק־פֿאָנדן בײַ דער אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט פֿון אופֿאַ… (פֿון 14טן אויגוסט ביזן 15טן נאָוועמבער 1941)‟. פֿון אָט דעם באַריכט איז קלאָר געוואָרן, אַז צווישן אַנדערע קאַסטנס זײַנען געווען אויך 10 קאַסטנס, אָנגעוויזן ווי „ייִדישע פֿאָנדן‟…

DSC04561b
אַ צעטעלע, צוגעלייגט צום קאַסטן נומ. 138 פֿונעם “ייִדישע פֿאָנדן”, מיט מאַנוסקריפּטן פֿון האַרקאַוויס און פֿירקאָוויטשס אַרכיוון

מער פּרטימדיק, וואָס עס געפֿינט זיך אין די „ייִדישע פֿאָנדן‟, איז באַשריבן אין אַן אַנדער דאָקומענט, וועלכער איז געמאַכט געוואָרן שוין נאָכן אומקערן זיך אין קיִעוו, אין די יאָרן 1945־1947. ער ווערט גערופֿן: „קאַסטנס־ליסטע פֿון רעעוואַקויִרטע מאַנוסקריפּטן, אויפֿגעעפֿנטע, קאָנטראָלירטע און געשטעלטע אויפֿן אָרט‟. אין דעם פֿאַל טראָגן די אַנאָטאַציעס, גרופּירט לויט די חדשים, אַ מער גענויעם כאַראַקטער.

אין זיי פֿיגורירן אי די עטנאָגראַפֿישע, אי פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, צונויפֿגעזאַמלט בעת ש. אַנ־סקיס עקספּעדיציע, ווי אויך מאַטעריאַלן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה; אַ קאָלעקציע פּינקסים און מאַנוסקריפּטן פֿון די אַרכיוון, וועלכע האָבן געהערט צו פֿירקאָוויטשן און האַרקאַווי.

דאַס אַלץ זײַנען טיילן פֿון דער „לענינגראַדער קאָלעקציע‟. איצט ווייסן מיר נאָך איין עפּיזאָד פֿון זייער אָנגעפּלאָגטער געשיכטע, ווייסן, אַז אַפֿילו אין די שווערע יאָרן האָט מען זיי אָפּגעהיט, פּונקט ווי אַנדערע אַנטיקלען. הײַנט רופֿט עס, מעגלעך, אַרויס אַ חידוש, ווײַל מיר קוקן אויף דעם דורך אַ פּריזמע פֿון די ווײַטערדיקע טראַגישע געשעענישן.

DSC02681a
אַן אָפּצוג פֿון משה בערעגאָווסקיס צווייטן באַנד “ייִדישער מוזיק־פֿאָלקלאָר”

אַן אַנדער שליסל־פֿראַגע איז, וועלכע אַרכיוון האָט אַוועקגעפֿירט מיט זיך קיין אופֿאַ דער קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור און צי איז צווישן די זאַכן געווען די פֿאָנאָטעק, קודם־כּל, די גראַוויר־קלעצלעך מיט מוסטערן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס, געירשנט פֿונעם קאַבינעט.

וואָס האָט מען געוווּסט ביז אַהער? עדאַ, די טאָכטער פֿונעם אָנפֿירער פֿון פֿאָלקלאָר־אָפּטייל בײַם קאַבינעט משה בערעגאָווסקי, האָט געשריבן, אַז די גראַוויר־קלעצלעך האָבן בעת דער אָקופּאַציע פֿון קיִעוו, אַרויסגעפֿירט די אָקופּאַנטן קיין דײַטשלאַנד. נאָך דער מלחמה האָבן די סאָוועטישע סאָלדאַטן זיי געפֿונען און אומגעקערט צוריק. צווישן די דאָקומענט־אָנווײַזונגען, וועלכע האָבן כּלומרש באַשטעטיקט איר דערציילונג, זײַנען געווען באַמערקונגען אויף ייִדיש: „צעבראָכן בעת עוואַקואַציע‟. זיי זײַנען געמאַכט געווען נאָכן קאָנטראָלירן דעם קלאַנג־אַרכיוו און איבערגעלאָזט געוואָרן לעבן די נומערן פֿון די גראַוויר־קלעצלעך, וועלכע האָבן אויסגעפֿעלט.

דווקא אָט די באַמערקונגען האָבן בײַ מיר אַרויסגערופֿן גרויסע ספֿקות (ווײַל דאָס וואָרט „עוואַקואַציע‟ האָט זיך נישט געפּאָרט מיטן „ראַבעווען‟ קולטור־אוצרות). אויף דער טעמע האָב איך אָפֿט דיסקוטירט מיט מ. שאָלאָכאָוו, וועלכע האָט געשטיצט מײַנע זוכונגען אין ייִוואָ. איז אָט: אינעם אָפּגעזוכטן באַריכט פֿון עלי ספּיוואַק, דעם דירעקטאָר פֿונעם קאַבינעט, פֿאַרן 11טן נאָוועמבער 1943 אונטער דער רובריק „וועגן די אַרויסגעפֿירטע מאַטעריאַלן‟, האָט ער צווישן אַנדערש דערמאָנט „1250 גראַוויר־קלעצלעך […]. דאָס זײַנען די פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן פֿון די קאַבינעט־עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך די קלאַנג־גראַווירונגען פֿון אַ צאָל עטנאָגראַפֿן און קאָמפּאָזיטאָרן (פֿון 1912), באַקומען פֿונעם קאַבינעט אין אַ געוויסער צײַט‟.

נאָך דעם איז קלאָר געוואָרן, אַז די פֿאָרשער זײַנען ניט־וועלנדיק פֿאַרפֿירט געוואָרן מצד בערעגאָווסקיס טאָכטער; און די באַמערקונגען, וועגן וועלכע כ׳האָב פֿריִער דערמאָנט, זאָגן עדות וועגן דעם היזק, וואָס איז געבראַכט געוואָרן דער קאָלעקציע בשעתן איבערפֿירן זי נישט קיין דײַטשלאַנד, נאָר קיין אופֿא.

דאָס זײַנען די קורצע סך־הכּלען נאָך אַ לאַנג־יאָריקער אַרבעט פֿון זוכונגען, וועלכע דערקלערן אייניקע סיבות, ווי אַזוי דער אַרכעוו איז פֿון דעם אַמאָל גאַנצן און וויכטיקן וויסנשאַפֿטלעכן קאָמפּלעקס געוואָרן צעזייט און צעשפּרייט איבער זעקס אַרכיוון אין דרײַ לענדער. די אויפֿגאַבע פֿון הײַנט איז צו פֿאַראייניקן זיי אין איין גאַנצן אַרכיוו.

צום גרויסן באַדויערן, זײַנען קיין אויסזיכטן צונויפֿנעמען יענע פֿראַגמענטן, וועלכע געפֿינען זיך איצט אין אוקראַיִנע, רוסלאַנד און אַמעריקע, אונטער איין דאַך — נישטאָ; זע איך נאָר איין וועג צו לייזן די פּראָבלעם, אויסמײַדנדיק אַלע שטערונגען, בתוכם די יורידישע פּראָצעדור — צו שאַפֿן אַ ווירטועלע באַזע פֿון אַלע טעקסטן, וואָס זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר די פֿאָרשערס אין דער וועלט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s