די רעצענזיע אויף „קיניג ליר‟, געשפּילט אינעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער, האָב איך צופֿעליק געפֿונען אין אַ צײַטונג פֿונעם יאָר 1938. אויפֿן בילד צו דער רעצענזיע, געמאַכט באַלד נאָך דער פֿאָרשטעלונג, קוקט פֿון הינטער מיכאָעלס׳ און זוסקינס פּלייצעס אַרויס דער יונגער אַקטיאָר באָריס קרייטשמאַן. איך ברענג ווײַטער סײַ די רעצענזיע פֿון אַדאָלף גאָטליב און סײַ די צוויי בילדער, אויף וועלכע מע קאָן זען באָריס קרײטשמאַן.
לעאָניד פֿליאַט
דער טעות פֿון גאָרדאָן קרעג*
דער פּראָצענטניק קלמן, טרעפֿנדיק בײַ זיך אין שטוב הערשעלע אָסטראָפּאָלער, וואַרפֿט אים בײַ נאַכט אַרויס אין דרויסן. אויסגעטשוכעט זיך נאָכן פֿאַלן, הייבט זיך הערשעלע ווידער אַרויף מיט די טרעפּ צו קלמנס טיר און קלאַפּט אָן: „כ׳האָב פֿאַרגעסן צו ווינטשן אײַך אַ גוטע נאַכט!‟ — זאָגט חניפֿהדיק הערשעלע דעם בייזן באַלעבאָס. קיין אַנדער אָרט איבערצונעכטיקן, אויסער אונטער דער באַנק, האָט הערשעלע נישט געפֿונען. טרייסט ער זיך מיט אַ חכמה: „אייניקע וווינען אין אַ דירה אָן אַ דאַך, און איך האָב אַ דאַך אָן אַ דירה‟…

הערשעלע פֿאַלט נישט בײַ זיך קיין מאָל ניט. ער איז שטענדיק לעבעדיק און פֿריילעך, שאַרפֿזיניק און גיט זיך תּמיד אַן עצה. אַזוי שילדערט דער יונגער אַקטיאָר באָריס קרייטשמאַן זײַן העלד אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון משה גערשענזאָנס פּיעסע „הערשעלע אָסטראָפּאָליער‟, אויפֿגעפֿירט פֿון בנימין זוסקין אינעם „גאָסעט‟.
צום באַדויערן, קומט אָפֿט זען אַקטיאָרן, מיט אַ גרעסערן אַקטיאָרישן סטאַזש ווי בײַ קרייטשמאַנען (זײַן ערשטע ראָלע האָט ער געשפּילט אין 1932), וועלכע שפּילן וואָדעווילן און פּטרן דערבײַ זייער מײַסטערשאַפֿט אויף ביליקע „טריקן‟ און „קאָזשלקעס‟. דערמיט, מיינען זיי, וועט זייער דערפֿאָלג זײַן גרעסער. קרייטשמאַן האָט זייער פּינקטלעך פֿאַרשטאַנען דעם עיקר פֿון דער וואָדעווילער טעכניק — לײַכטקייט. ער דערגרייט זי דערמיט, וואָס גיט איבער די אַבסורדישע מעשׂים פֿון זײַן פּערסאָנאַזש, ווי אַבסאָלוט באַרעכטיקטע און נאַטירלעכע. ס׳וואָלט אויסגעזען זייער שלעכט, אויב אין אַ פּאַראַדאָקסאַלער סיטואַציע, וואָלט דער אַקטיאָר אָנגעהויבן שרײַען: „קוקט, קוקט, ווי קאָמיש איז די סיטואַציע, און ווי קלוג דרייט ער זיך פֿון איר אַרויס!‟. די שאַרפֿע וואָדעווילער סיטואַציע דערגייט בעסער צום צושויער, אויב דער אַקטיאָר „קוועטשט‟ נישט אויף איר בכּיוון אָן.
קרייטשמאַן פֿירט זיך אויף דער בינע אויף נאַטירלעך, וואָס מאַכט זײַן שפּילן זייער איבערצײַגעוודיק. דער פֿאַרשפּרייטער טריק אין אַ וואָדעוויל — טראַנספֿאָרמאַציע — פֿאָדערט פֿונעם אַקטיאָר אַ באַזונדערע מײַסטערשאַפֿט. אינעם צילינדער און אין דער צוגעטשעפּעטער באָרד פֿון אַ „קיִעווער דאָקטער‟ זעט קרייטשמאַן אויס סאָליד און גרויסהאַלטעריש, אָבער נישט איבערגעטריבן, נישט מער ווי מע דאַרף, אַז דער צושויער זאָל אין דעם גלייבן. אַוודאי, פֿאַרשטייט און זעט דער צושויער, אַז דער „דאָקטער‟ איז הערשעלע; הערשעלע אַליין באַהאַלט עס נישט אויס פֿון זײַנע פֿרײַנט אינעם זאַל, צו וועלכע ער שיקט בשתיקה זײַנע כיטרע שמייכעלעך. אַזוי — גרינג, אָן אַ „קוועטש‟ — שפּילט קרייטשמאַן אַלע סצענעס, וווּ זײַן העלד האַלט זיך אין איין איבערטאָן, באַנוצנדיק זיך בלויז מיט צוויי־דרײַ שטריכן, כּדי צו שאַפֿן אַ פּינקטלעכע געשטאַלט (למשל, ער בײַט נישט די שטים, נאָר ער ענדערט די מאַניר פֿון דער אויסשפּראַך).
עס קומט אָפֿט אויס צו הערן, אַז די סודות פֿון שפּילן וואָדעוויל זײַנען אין אונדזער צײַט פֿאַרלוירן געגאַנגען, אַז נאָר די אַלטע אַקטיאָרן באַהערשן זיי נאָך. דעריבער פֿריידט נאָך מער די הצלחה פֿונעם יונגן סאָוועטישן אַקטיאָר אין אָט דעם זשאַנער. פֿאַרשטייט זיך, אַז קרייטשמאַנס אַרבעט פֿאַרמאָגט אויך אייניקע פֿעלערן, אָבער ס׳איז גרינג זיי צו פֿאַרריכטן; דאָס אַלגעמיינע בילד איז געמאַכט געוואָרן פּינקטלעך און ריכטיק, מיט אַ גוטן געשמאַק, אינערלעכער איידלקייט, און מיט צוציִונג־קראַפֿט פֿון אַ קלוגן יונגן טאַלאַנט.

דעם עולם אין זאַל, פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂים פֿון דעם פֿריילעכן הערשעלע, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דער זעלבער אַקטיאָר וועט אויפֿן צווייטן טאָג אָנטאָן די בגדים פֿונעם פֿינצטערסטן פּערסאָנאַזש פֿון שייקספּירס „קיניג ליר‟, דעם הערצאָג קאָרנוועל. עס וואָלט זיך געדאַרפֿט דאַכטן, אַז די געשטאַלטן פֿונעם וויצלער הערשעלע און דעם גאווהדיקן הערצאָג, געפֿינען זיך אין היפּוכדיקע זײַטן פֿון אַקטיאָרישן אַמפּלואַ; אָבער קרייטשמאַן שפּילט די פֿאַרשיידנאַרטיקע כאַראַקטערס מיטן זעלבן כּוח, פּשוטקייט און איבערצײַגעווידקייט.
גאָרדאָן קרעג נאָכן באַזוכן די פֿאָרשטעלונג אין „גאָסעט‟ האָט אָנגערופֿן פֿיר אַקטיאָרן, וואָס זייער מײַסטערשאַפֿט האָט אים אַנציקט. לויט זײַנע ווערטער, האָבן זיי געשפּילט „עכט שייקספּירעריש‟. אויך דער נאָמען פֿון באָריס קרייטשמאַן איז אָנגערופֿן געוואָרן. געפֿינענדיק זיך הינטער די קוליסן, האָט קרעג געבעטן אים צו באַקענען מיטן אַקטיאָר, וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון הערצאָג קאָרנוועל. ווי גרויס איז געווען זײַן חידוש, ווען ער האָט דערזען פֿאַר זיך נאָך גאָר אַ יונגן מענטש. „זעענדיק אײַך אויף דער בינע, — האָט ער געזאָגט, — בין איך געווען איבערצײַגט, אַז דעם הערצאָג שפּילט אַ רײַפֿער מײַסטער‟…
אין יאָר 1929 איז אין דער טעאַטער־סטודיע בײַם מאָסקווער „גאָסעט‟ אָנגענומען געוואָרן אַ שיימעוודיקער פּראָווינציעלער בחור. מיט גרויסע שוועריקייטן האָט ער זיך דערקליבן קיין מאָסקווע, כּדי צו פֿאַרבינדן זײַן לעבן מיטן ייִדישן טעאַטער, וועגן וועלכן ער האָט אַזוי געטרוימט אין זײַן שטעטל, זיך לערנענדיק זייגערמאַכערײַ. קרייטשמאַן האָט זיך אָפּגעגעבן דעם לערנען אין דער סטודיע מיט לײַב און נפֿש. זיך געפּײַניקט נאָך יעדן קרומען בליק פֿון זײַנע לערערס.
באָריס קרייטשמאַן אַרבעט אינעם טעאַטער פֿאַרכאַפּטערהייט און מיט ליבע, ערלעך און מיט גרויס אַחריות. אין דער נאָענטער אויפֿפֿירונג פֿון „גאָסעט‟, אין דער פּיעסע „אומרויִקע עלטער‟ פֿונעם דראַמאַטורג ראַכמאַנאָוו שפּילט ער זייער אַ קאָמפּליצירטע ראָלע.
*גאָרדאָן קרעג (1873־1966) — גרויסער ענגלישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר