משה לעמסטער
איך געדענק דאָס, וואָס ניט מיט מיר האָט פּאַסירט
מײַן מומע פּערל און איר מאַן, פֿונעם דאָרף סטאָלניטשען, וועלכע די רומענישע פֿאַשיסטן האָבן דערשאָסן אין אָסיען 1941 — געווידמעט.
(די מומע האָט אין יענער צײַט געשוואַנגערט. מע דערציילט, אַז אויך אייניקע היגע קריסטן האָבן אָנטייל גענומען אין זייער אומברענגען, יעדנפֿאַלס, קיינער פֿון די דאָרפֿס־לײַט האָט ניט געשטערט מע זאָל זיי דערשיסן…)
אַ מאָל אין דעם דאָרף לעבן בלאָטיקע וועגן
געוווינט האָבן דרײַ משפּחות ייִדן
שטיבער געהאַט אויך אַ שטיקל פֿאַרמעגן,
געלעבט מיט די שכנים זייערע אין פֿרידן.
געפֿירט זיך באַשיידן, יום־טובֿים געפּראַוועט.
בריות געווען די דרײַ ייִדישע ווײַבער.
די מענער זייערע פֿאַרנומען מיט אַרבעט:
אַ פֿאַרבער,
אַ קרעמער,
אַ שנײַדער.
דער קרעמער, דער, וווילער, גוטהאַרציקער זוניו,
האָט זיך פֿאַר אַ גראָשן, ניט ווייניק געמאַטערט —
האַלב דאָרף איז אים שולדיק געבליבן מזומן
פֿאַר גרויפּן,
פֿאַר צוקער,
פֿאַר אַטלעס.
אין פּויערישע שטיבער, ווי בלומיקע פֿעלדער,
טעפּעכער הענגען אין צימערן גרעסטע,
געפֿאַרבט האָט די קראַנצן פֿון וואָלענע פֿעדעם,
דער קונציקער פֿאַרבער — דער שווײַגיקער הערשקו.
ס’האָבן לאַנג נאָך געטראָגן אייניקע קריסטן,
גענייטע, געפּרעסטע, פֿאַר גאָר קליינע געלטער —
פֿונעם זינגיקן שנײַדער, פֿונעם פֿריילעכן איצקו:
אַ פּאָר לײַנענע הויזן,
אַ רעקל,
אַ פּעלצל…
עס ווייסן ניט קינדער אין דעם זוניקן דאָרף,
קיינער וויל זיי ניט זאָגן דעם אמת,
אַז ייִדן אַ מאָל געוווינט האָבן דאָ:
אַ שנײַדער
אַ פֿאַרבער,
אַ קרעמער.
אַז אין עטלעכע שטיבער הי קאָן מען געפֿינען
אויך ייִדישע זאַכן מיט ייִדישע חנען,
זיי שטייען פֿאַריתומט אין הויפֿן, אין צימערס
און בענקען נאָך זייערע אַמאָליקע היימען:
אַ שאַפֿע מיט פֿיסלעך לאַקירטע, געטאָקטע,
אויף צו פֿאַרבן וואָלענע פֿעדעם אַ קעסל,
אַ דעמבענער טיש פֿאַר אַ גרויסער משפּחה
און דער ניימאַשין, און אויף קוילן דאָס פּרעסל…
נאָר פֿאַר ראָש־השנה אין שטערן־פֿאַרנאַכטן,
ווען דאָרפֿישע שלאָפֿן און זעען זיסע חלומעס
לעבן אויף מיט אַ מאָל יענע ייִדישע זאַכן
אין די קריסטלעכע שטיבער, אין די פּויערשע הויפֿן:
די שאַפֿע מיט פֿיסלעך לאַקירטע, געטאָקטע,
אויף צו פֿאַרבן וואָלענע פֿעדעם דער קעסל,
דער דעמבענער טיש פֿאַר אַ גרויסער משפּחה,
און דער ניימאַשין, אויך אויף קוילן דאָס פּרעסל…
זיי פֿון דער פֿינצטער פֿליִען אַרויסעט
זיך הייבן צום הימל, ווי ריזיקע פֿויגל —
דאָס פּרעסל פֿון קוילן צעפֿלאַמט זיך אין רוימען
עס הודיעט דער קעסל, ווי צענדליקער פּויקן!
זיי פֿליִען צום ריוו, וווּ עס ליגן פֿאַרשאָטן
דרײַ משפּחות ייִדן אין איין ברידער־קבֿר.
מע האָט זיי דאָ אַלע אין אָסיען דערשאָסן —
ניטאָ דאָרט קיין שטיינדל, ניטאָ קיין מצבֿה…
אַ מאָל אין דעם דאָרף דרײַ משפּחות ייִדן
האָבן שטיבער געהאַט, האָבן ערנסט געאַרבעט,
געלעבט מיט די שכנים זייערע אין פֿרידן:
אַ קרעמער,
אַ שנײַדער,
אַ פֿאַרבער…
2017
אַ מאָל אינעם יאָר 1941
אויף אַ הויכן ברעג, אין מיטן זומער,
אין אַ שיינעם מאָלדאַווישן דאָרף,
אַ ייִדיש ייִנגל איז געליגן פֿאַרוווּנדעט
אין וויסטן און שוואַרצן
איין און פֿערציקסטן יאָר.
די ייִדן פֿון דאָרף האָט מען נעכטן דערשאָסן,
אים מיט אַלע פֿאַרשאָטן — געמיינט, ער איז טויט,
בײַ נאַכט פֿונעם קבֿר איז ער ווי אַ שאָטן,
קוים־קוים, און אָן כּוחות,
אַרויסגעפּויזט.
ווען טוי האָט געשטראַלט אויף בלימלעך און גראָזן
איז ער נאָך דער לאַנגער, שרעקלעכער נאַכט,
צום ברעג, צו דעם הויכן, פּאָמעלעך דערקראָכן
נאָר קומען צום וואַסער
ניט געהאַט שוין קיין קראַפֿט…
ערגעץ ניט ווײַט האָט גערוישט די מלחמה,
ער קרעכצט לעבן טײַך אין דער פֿריִיִקער קיל.
בלוט פֿון דער וווּנד איז גערונען אַ שטראָמל,
„טרינקען, טרינקען…‟ —
זיך געהערט אין דער שטיל.
זײַנער אַ פֿרײַנד אַ פּאַסטעך, אַ היגער,
אַ זילבערן צלמל אויפֿן האַלדז ווי אַ טרער,
האָט וואַסער אין דלאָניעס געטראָגן דעם ייִנגל
געלאָפֿן, געפֿאַלן
און צום טײַך זיך געקערט…
דער קריסטל דער יונגער האָט געהערט פֿון אַ גלח,
אַז בײַם געקרייצטן אין ייִדישן לאַנד,
איז געווען פֿון די ייִדן זײַן געטלעכע מאַמע
דאָרטן, וווּ גאָט
האָט זייער אמונה פֿאַרפֿלאַנצט.
געגלייבט האָט אין האַרצן דער גלויביקער פּאַסטעך,
אַז הויך אויפֿן ברעג, ווי געקרייצט ליגט אין גראָז,
ניט דאָס ייִנגל, פֿאַר וועמען הײַנט טראָגט ער דאָס וואַסער —
נאָר דער מיטן נאָמען,
איסוס כריסטאָס…
דעצעמבער, 2017