אַ גאַסט אויף אַ ווײַל…

לאה שלאַנגער

כ’בין אַרײַנגעפֿאָרן דעם זומער קיין פּוילן, אין אַ לאָנד, וואָָס איז איבער 800 יאָר געווען אַן אָרט, וווּ ייִדן האָבן געוווינט און געמאַכט אַ לעבן. די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס, דיכטערס, קינסטלערס זײַנען געבוירן געוואָרן און געשאַפֿן אין פּוילן. אַזוי האָבן די ייִדן דאָס לאַנד גערופֿן — „פּוילן‟, אויף העברעיִש: פּוֹלין, פּולניה — און פֿאַרטײַטשט: פּה־לן-יה, דאָ רוט גאָּט…

דער העלד פֿון דער פֿאָרשטעלונג „יאַקובס געשיכטע‟ פֿון דעם גרעסטן הײַנטצײַטיקן דראַמאַטורג אין פּוילן טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק [זע: „ייִדיש־בראַנזשע‟, סעפּטעמבער, 2018 — רעד.] זאָגט: „יאָ, דאָס לאַנד איז פֿאַרייִדישט [ZAZYDZONE]
און ס’וועט אויף אייביק בלײַבן פֿאַרייִדישט, ווײַל אין דער ערד געפֿינען זיך מיליאָנען ייִדישע מתים‟.

אמת, עס ווערן געמאַכט באַמיִונגען אָנצוהאַלטן דאָס, וואָס איז פֿאַרבליבן, אויפֿלעבן די רײַכע קולטור, אָבער די פֿראַגע איז — פֿאַר וועמען? אויף דער פֿראַגע האָט מיר קיינער נישט געענטפֿערט.

lea-festival-warshe
דער פּלאַקאַט פֿונען וואַרשעווער פֿעסטיוואַל “וואַרשעווער זינגערס”

הײַיאָר, פֿון דעם 25סטן ביזן 29סטן אויגוסט איז פֿאָרגעקומען אין וואַרשע דער 15טער, יערלעכער פֿעסטיוואַל „זינגערס וואַרשע‟, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דער דירעקטאָרין פֿון ייִדישן טעאַטער און „פֿונדאַציע שלום‟ אין וואַרשע, פֿרוי גאָלדע טענצער. אויך זי האָט אויף מיר אַ קוק געטאָן, ווי כ’וואָלט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל, ווען כ’האָב זי געפֿרעגט, צי ס׳קומען ייִדן אויפֿן פֿעסטיוואַל. „ווי אַזוי? פֿון וואַנען?‟ — האָט זי מיר געענטפֿערט.

ווי גאָלדע טענצער גיט אונדז איבער, נעמען אָנטייל אין דעם פֿעסטיוואַל איבער 250 אַרטיסטן, וואָס זײַנען געקומען פֿון ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד, דענמאַרק, בעלגיע, שפּאַניען און יאַפּאַן.

מ’האָט אויך געקאָנט זען זיגמונט טורקאָווס אַ פֿילם פֿון 1924 און אַ סך מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען, אָבער גאָר, גאָר ווייניק הערן ייִדיש. פֿון דעסטוועגן, זאָג איך: „אַ יישר־כּוח, גאָלדע טענצער!‟. זי האָט אַרומגעקלעפּט גאַנץ וואַרשע מיט פּלאַקאַטן, גערעדט אויף דער טעלעוויזיע און ראַדיאָ, געשריבן אין די צײַטונגען וועגן דעם ייִדישן פֿעסטיוואַל. די אונטערנעמונגען זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשידענע זאַלן פֿון דער שטאָט, ווײַל דער ייִדישער טעאַטער אַליין האָט הײַנט אַ קליינעם בנין אָן אַ בינע נאָך דעם, ווי מ’האָט דעם גרויסן בנין, וווּ עס האָט זיך איבער 50 יאָר געפֿונען דער ייִדישער טעאַטער, ווי אויך די רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג „דאָס ייִדישע וואָרט‟ און דער TSKZ, צעשטערט. אויף דעם אָרט בויט מען אַ וואָלקן-קראַצער. די שטאָט האָט צוגעזאָגט אויפֿצובויען אַ נײַעם טעאַטער אויף דער אַמאָליקער ייִדישער גאַס אין וואַרשע, אויף דער פּרוזשנע־גאַס.

JewishCultureFestivalinCracow(1)
בעת אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע

דער אַזוי גערופֿענער „ייִדישער פֿעסטיוואַל‟ אין וואַרשע איז נישט דער איינציקער, וואָס קומט פֿאָר אין פּוילן; אויך אין קראָקע איז אין חודש יוני פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אונטערן נאָמען „ציון‟, געווידמעט 70 יאָר זינט ס׳איז אַנטשטאַנען מדינת־ישׂראל, און 100 יאָר פֿון פּוילישער אומאָפּהענגיקייט. דעם פֿעסטיוואַל האָט געשאַפֿן יאַנוש מאַקוך צוזאַמען מיט קשישטאָף געראַט אין 1988 אויפֿן קאַזשימיעזש (די קראָקעווער ייִדישע געגנט פֿון פֿאַר דער מלחמה).
אויך איך האָב געהאַט דעם כּבֿוד אויפֿטרעטן אויף איינעם פֿון די קראָקעווער פֿעסטיוואַלן.

הײַנט איז דער 58־יאָריקער יאַנוש מאַקוך דער אָנפֿירער פֿונעם פֿעסטיוואַל. „ביידע לענדער‟, — זאָגט ער, — „איינע נאָך 2000 יאָר, די צווייטע נאָך 123 יאָר האָבן באַקומען זייער ׳ציון׳. כ’וואָלט נישט געוואָלט, אַז איינע פֿון זיי זאָל עס ווידער פֿאַרלירן. אָן ירושלים וואָלט מײַן לעבן געווען אָרעמער‟. „אַ גוי, וואָס האָט אַן אמתע ייִדישע נשמה‟, — שרײַבט מען וועגן אים. אַגבֿ, צו זײַן נאָמען יאַנוש האָט ער זיך צוגעגעבן דעם נאָמען יונה. ער געפֿינט אויס און פּובליקירט דעם אמת וועגן דעם חורבן און וועגן דער געשיכטע פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דער איינציקער פּאָלאַק, וואָס האָט אין 2018 באַקומען פֿון דעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, פֿרוי אַננאַ עזרי, דעם טיטל „פֿרײַנד פֿון ישׂראל‟.

„דעם פֿעסטיוואַל, — זאָגט מאַקוך, — באַזוכן יעדעס יאָר אַרום 30 טויזנט מענטשן, קליין און גרויס. די הויפּט־טעמע הײַיאָר איז ׳ציון׳. ס׳איז אַן אָרט, נאָך וועלכן מע בענקט. ס׳איז דער סימבאָל פֿון שטאָלץ!‟ — אַזוי דריקט יאַנוש זיך אויס.

דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אונטערן דאַך פֿון דעם „יודאַיִקאַ־פֿונדאַציע־צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור אין קראָקע‟, אָנגעפֿירט פֿון יאָאַכים רוסעק. אין צענטער קומען פֿאָר אַ גאַנץ יאָר פֿאָרלעזונגען, רעפֿעראַטן אויף פֿאַרשידענע טעמעס, פֿאַרבונדן מיט ייִדן. עס איז אויך פֿאַראַן אַ קאַפֿע-הויז „חדר‟, וווּ עס קומען פֿאָר טרעפֿונגען, קאָנצערטן, וואַרשטאַטן, אַ צענטער, וווּ מען קאָן זיך לערנען העברעיִש אַ גאַנץ יאָר.

rebetn
די רביצין טאַניאַ סגל

און נאָך אַ רעטעניש אין קראָקע — די רביצין טאַניאַ סגל. אַן אַקטריסע, געקומען פֿון מאָסקווע קיין ישׂראל, געוואָלט זיך אָנשליסן אין דער טעאַטער־סבֿיבֿה, אַפֿילו פֿאָרגעשטעלט ווי אַ מאָנאָדראַמע, אַנ־סקיס „דער דיבוק‟; אָבער, ווײַזט אויס, נישט געפֿונען איר אָרט. נאָך 18 יאָר וווינען אין ישׂראל האָט זי דאָס לאַנד פֿאַרלאָזט, געפֿאָרן קיין פּוילן, געוואָרן אַ רביצין און אין קראָקע געשאַפֿן אַ „ייִדישן‟ טעאַטער. זי פֿירט מיט אים אָן שוין 10 יאָר. „דער טעאַטער שפּילט אויף פּויליש אַ מאָל מיט ייִדישער, אַ מאָל מיט העברעיִשער מוזיק און לידער‟, — זאָגט טאַניאַ סגל.

צום 75סטן יאָרצײַט נאָכן אויפֿשטאַנד אין דער ביאַליסטאָקער געטאָ (16טער אויגוסט, 1943) האָט מען געקאָנט הערן און זען אויף דער טעלעוויזיע, ווי די פּויערים אין די שטעטלעך דערציילן וועגן „זייערע ייִדן‟; אַז „יעדער האָט געהאַט זײַן ייִד‟, — האָט זיך אויסגעדריקט אַ פּויער; און אַן אַנדערער האָט דערציילט, אַז יעדע פּוילישע משפּחה האָט געהאַט איר „ייִדישע משפּחה‟, מיט וועלכער זי איז געווען באַפֿרײַנדעט.

דאָס אַלץ, מײַנע ליבע פֿרײַנד, וועגן דעם לאַנד, וואָס איז אויסגערייניקט געוואָרן פֿון לעבעדיקע ייִדן, און „פֿאַרייִדישט‟ געבליבן מיט קרבנות.

און נאָך: דעם 1טן מײַ האָבן אַרום 100 נאַציאָנאַליסטן אין וואַרשע אויף קראַקאָווסקיע פּשעדמיעשטשיע (קראָקעווער פֿאָרשטאָט), און פֿריִער אין ביאַליסטאָק, דעמאָנסטרירט מיט סימבאָלן פֿון דער „עס. עס.‟ אויף זייערע קליידער, העמדלעך און שאַליקעס. צווישן זיי זײַנען אויך געווען סטודענטן פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, אייניקע מיט פֿאַרשטעלטע פּנימער. זיי האָבן מאַרשירט און געשריגן: „פֿרײַהייט פֿאַרן וואָרט פֿון נאַציאָנאַליסטן!‟. כאָטש די נאַציאָנאַליסטן האָבן געטראָגן די צייכנס פֿון „עס. עס.‟, האָבן די מאַניפֿעסטאַציע אָפּגעהיט 200 פּאָליציאַנטן. אָנשטאָט צו רעאַגירן אויף דער פֿאַשיסטישער פּראָפּאַגאַנדע, האָבן זיי אַרעסטירט די קעגנער, וואָס האָבן זיי געשטערט, טענהנדיק, אַז דווקא זיי, די קעגנער, פּרובירן צעשטערן די דערלויבטע מאַניפֿעסטאַציע.

אַזוי טוט זיך הײַנט אויף דער „פּוילישער גאַס‟. מ’דאַרף זײַן אַ גאָון צו פֿאַרשטיין דאָס הײַפֿל ייִדן, וואָס וויל דווקא דאָרט ממשיך זײַן זייער לעבן.

פּוילן, יולי-אויגוסט, 2018

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s