דער דיכטער משה טייף איז געבוירן געוואָרן אין מינסק. ער האָט געאַרבעט אויף אַ טאַפּעטן־פֿאַבריק און אין דער פֿרײַער צײַט זיך געלערנט אין אַן אָוונט־שול פֿאַר אַרבעטער־יוגנט, דערנאָך פֿאַרענדיקט די ייִדישע אָפּטיילונג פֿונעם ליטעראַטור־פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. דעביוטירט האָט ער מיט לידער אין 1921 און גיך זיך אַנטפּלעקט ווי אַ ליריקער און ראָמאַנטיקער. דאָס טרוימערישע, מיט וואָס עס זײַנען באַפֿאַרבט זײַנע פֿאַרמלחמהדיקע לידער, באַלאַדעס און פּאָעמעס („וויאָלאָנטשעל‟ און „אַ ראָמאַנטישע נאַכט‟), טרעט אָפּ אין זײַן פּאָעזיע דאָס אָרט פֿאַר טיף דראַמאַטישע און טראַגישע אינטאָנאַציעס („קיכעלעך און זעמעלעך‟, „זעקס מיליאָן‟, „אַנע פֿראַנק‟ א״אַנד.). אויך נאַציאָנאַלע מאָטיוון פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן נאָכן חורבן אין זײַן פּאָעזיע. דער וואַקסנדיקער אינטערעס צו די אַלטע אוצרות און צום תּנך ברענגט אים צו דער גלענצנדיקער איבערדיכטונג פֿון „שיר־השירים‟.
בעת דער מלחמה, אין וועלכער ער האָט זיך באַטייליקט ווי אַן אַרטילעריסט, האָט ער איבערגעלעבט די פּערזענלעכע טראַגעדיע; זײַן פֿרוי און קינד זײַנען אומגעקומען אין מינסקער געטאָ. צוויי מאָל איז ער אַרעסטירט געוואָרן — אין 1937 און אין 1948. נאָך סטאַלינס טויט האָט מען אים רעהאַביליטירט. דער דיכטער (געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים מ. סיבירסקי) האָט איבערגעלאָזט אַ מעקווירדיקן ציקל לידער וועגן די לאַגער־צײַטן.
מיר דרוקן עטלעכע לידער פֿון דעם ציקל, וואָס זײַנען אײַנגעשלאָסן אין משה טייפֿס לידערזאַמלונג „אויסדערוויילטע‟ (לידער, באַלאַדעס, פּאָעמעס), אַרויסגעלאָזט אין ירושלים אין 2004, צו זײַן 100־יאָריקן געבוירן־טאָג.
מיט די לידער ווילן מיר אויך דערמאָנען די טרויעריקע דאַטע, 12טער אויגוסט 1952, ווען אין מאָסקווע זײַנען דערשאָסן געוואָרן די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס.
לידער פֿון תּפֿיסה
(1937־1956)
מײַן טײַערער, זאָג מיר, וווּ זײַנען מיר ביידע?
— אין הויפּטשטאָט פֿון לאַנד סטאַליניאַדע, אין סאַמע גן־עדן.
איך זע ניט די גוטע מלאָכים, די ריינע צדיקים,
— אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר האָט דער קיניג געהייסן זיי אַלע דערשטיקן.
פֿאַר וועלכע פֿאַרברעכנס? צי האָבן זיי דען ווידערשפּעניקט?
— יאָ, ניין! זיי האָבן אַליין אים געזאַלבט פֿאַר אַ קיניג…
וואָס טוט ער, דער קיניג, בײַ זיך אין זײַן חדר־מיוחד?
— אַ באַלערינע אַ הוילע אים וואַרעמט זײַן מענערישע יוכע…
און ווער איז דער ייִד אויפֿן בילד, וואָס זעט אויס ווי אַ נגיד — אַ שענקער?
— ס׳איז לייזערקע ממזר! דערקענסט ניט דעם הענקער?
אַ שני־למלך! פֿון יענע פּאַסקודנע פֿאַררעטערס — אידליאַקעס,
וואָס האָבן געעצהט דעם קיניג די ייִדן פֿאַרשיקן העט ווײַט אין סיבירער באַראַקעס.
וואָס הודזעט בײַ נאַכט דאָ אויף גאַסן „די טשאָרנע וואָראָנע?‟ [1]
— דער קיניג ט׳באַפֿוילן כאַפּן שפּיאָנען…
ווי פּאַקט זיי דער קיניג? און וואָסערע מיטלען באַנוצט ער, וואָס העלפֿן?
— אַ קנאַק אין די ציינער, אַ זעץ אינעם בויך — און מע מאַכט פֿון אַ פֿליג אַ העלפֿאַנד.
וואָס שווײַגן די בירגערס? וואָס טוען זיי הינטער פֿאַרשלאָסענע טירן?
— זיי שרײַבן דאָרט איינס אויפֿן צווייטן מסירות.
און ווער זײַנען יענע מיט טרײַבלעך, מיט שנורן, אָט פּונקט ווי דאָקטוירים בײַ קראַנקע?
— שוין איין מאָל דאָקטוירים! זיי הערן בײַ איטלעכן מענטש די געדאַנקען.
און יענע, וואָס לעבן דאָרט ווײַט אויף די טויזנטער מײַלן?
— שיכּורים איוואַנעס, מיט שלעסער פֿאַרהאַקט אויף די מײַלער.
זע, טײַערער, וואָס לויפֿן די פֿרויען פֿאַרהאַוועט און בלאַסע?
— פֿאַרנעמען אַ ריי, דער קיניג גיט „טשײַנע קאָלבאַסע‟ [2].
וואָס ריידן די בירגערס, אָט די, וועלכע זינגען און האָפֿן, און וואַרטן?
— זיי ריידן ניט דאָס, וואָס זיי טראַכטן…
פֿון וואַנען זשע קומען די צרות, די העסלעכע מידות?
— דו הער נאָר אַ פֿראַגע? פֿון זיי, פֿון די זשידעס.
אוי, וויי איז מיר, זע! ווער הענגט אויפֿן שפּיץ פֿון קרעמל־פֿאָן אויבן, דערנעבן?
— ס׳איז לענין אַרויסעט פֿון דעם מאַווזאָליי און האָט זיך גענומען דאָס לעבן…
און הער ווי עס ליאַרעמט די ראַדיאָ הייליקע ווערטער־דעוויזן:
סאָציאַליזם… סאָציאַליזם… סאָציאַליזם…
אין מיטן נאַכט אַ קלאַפּ אין טיר
אין מיטן נאַכט… אַ קלאַפּ אין טיר…
כ׳בין יונג געווען,
נאָך גאָר אַ ייִנגעלע, אַ קינד,
איך לויף אַרום אין דער אַוקראַיִנער שטאָט
מיט פֿולע קעשענעס פּאַטראָנעס.
איך לויף אויף געסעלעך — אַ פֿרײַע הינד!
עס טרעטן אָפּ די ווײַסע לעגיאָנען…
און אָט:
עס פֿלאַטערן אין ברענענדיקער שטאָט
די רויטע פֿאָנען!
און איך — אַ מזיקל מיט הערלעך קוטשעראַווע,
שרײַ הויך מיט אַלעמען:
— דאַיאָש בערלין! [3]
— דאַיאָש וואַרשאַווע!
און שפּעט בײַ נאַכט,
אַז ערגעץ קלאַפּט מען אין אַ טיר
די מאַמע פֿלעגט מיר זאָגן, אַז אַ פּנים
די „טשעקאַ‟ [4] האָט וווּ געכאַפּט „פּעטליורישע תּלינים‟…
אָ, דעמלט…
דעמלט…
דעמלט…
ניין, דעמלט האָב איך ניט געטראַכט,
אַז קומען וועט אַ בייזע נאַכט,
ווען ניט צו יענעם, נאָר צו מיר —
אין מיטן נאַכט… מע גייט צו מיר…
אין מיטן נאַכט… אַ קלאַפּ אין טיר…
ווי גיך די יוגנט איז אַוועק
אַוועק און אויס…
כ׳בין אַ סאָלדאַט, אַ פּעקל טאַבאַק, ברויט — אַ לעבל
און ניט געוווּסט,
צי וועל איך מאָרגן פֿרי נאָך בלײַבן לעבן.
אויף פֿעלדער רוסישע בײַ נאַכט,
פֿון געטאָ האָט אַ ווינט געבראַכט
פֿון קליינע קינדער די יללה…
און אָט:
עס פֿלאַקערן אויף ס׳נײַ אין ברענענדיקער שטאָט
די רויטע פֿאָנען!
און בײַ דער נאַכט,
איך וועל דאָס גוט געדענקען,
אין טירן כ׳האָב געקלאַפּט, געזוכט די הענקער.
אָ, דעמלט…
דעמלט….
דעמלט…
ניין, דעמלט האָב איך ניט געטראַכט,
אַז קומען וועט אַ בייזע נאַכט,
ווען ניט צו יענעם, נאָר צו מיר…
אין מיטן נאַכט… מע גייט צו מיר…
אין מיטן נאַכט… אַ קלאַפּ אין טיר…
פֿון דעמלט אָן שוועבט אום מײַן ליד
ווי גלײַך אַ פֿויגל מיט צעקלאַפּטע פֿליגל,
אָ, יענע נאַכט! דער קלאַפּ אין טיר…
ער וועט ניט לאָזן רויִק מיך אין קבֿר ליגן.
אָ, וויי צו יענעם ייִנגעלע! געווען אַ פֿרײַע הינד…
און איצטער שרעקט אים אָפּ אַ שאָטן אויף דער גאַס.
אָ, ליבע מענטשן! זײַט אים מוחל זײַנע זינד
און היילט אים אויס פֿון אָט דעם משוגעת.
כ׳וועל הײַנט בײַ נאַכט מסתּמא שטאַרבן
כ׳וועל הײַנט בײַ נאַכט מסתּמא שטאַרבן…
מײַן ליד מײַן לעצט! און אויס, און אַלץ!
דער תּלין וואַרפֿט זיך ווי אַ שפּאַרבער,
ער וויל מיך כאַפּן פֿאַרן האַלדז.
אומזיסט! ניין, איך בין ניט פֿון יענע,
וואָס בעטן רחמים אויף די קני.
אַפֿילו טויט — מײַן האַרץ וועט ברענען
ווי זון אויף באַרגשפּיץ אין דער פֿרי.
און גאָרניט וויל איך, גאָרניט דאַרף איך…
נאָר ווען עס איז, כאָטש נאָר איין מאָל —
אַ ייִדיש קינד זאָל בײַ מײַן קבֿר
מײַן ליד דערמאָנען אויפֿן קול.
און זאָל פֿון דער מצבֿה שײַנען
מײַן איינציק און מײַן לעצט געבעט:
מײַן פֿאָלק! איך בין געווען דײַן זינגער,
אַן ערלעכער, אַ ייִדישער פּאָעט.
[1] „די טשאָרנע וואָראָנע‟ (שוואַרצע וואָראָנע) — די פֿאַרמאַכטע אויטאָ, אין וועלכער מע פֿלעגט פֿירן די אַרעסטירטע
[2] „טשײַנע קאָלבאַסע‟ (טיי־וווּרשט) — אַ סאָרט פֿון ביליקער וווּרשט
[3] דאַיאָש בערלין! (גיסט בערלין) — אַ לאָזונג אין צײַט פֿון בירגער־קריג
[4] „טשעקאַ‟ — רעפּרעסיר־אָרגאַן נאָך דער רעוואָלוציע