„יאַקובס געשיכטע‟ — אין לעבן און אויף דער בינע

לאה שלאַנגער

טאַדעוּש סלאָבאָדזיאַנעק — דראַמאַטורג, רעזשיסאָר, קריטיקער, געווינער פֿון דער „ניקע‟־פּרעמיע פֿאַר זײַן פּיעסע „אונדזער קלאַס‟, — איז לעצטנס אַרויס מיט אַ נײַער פּיעסע „יאַקובס געשיכטע‟. אָנצושרײַבן די פּיעסע האָט אים אינספּירירט די אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע פֿונעם גלך יאַקוב, וואָס איז געשען אין די נאַצישע צײַטן.

Tadeusz-Slobodzianek
טאַדעוּש סלאָבאָדזיאַנעק, דראַמאַטורג און רעזשיסאָר

די פּערזאָן, וועגן וועלכער די פּיעסע איז אָנגעשריבן, לעבט צווישן אונדז און דעריבער האָט דער דראַמאַטורג געמוזט דורכפֿירן אַ גענויע אויספֿאָרשונג. „מען דאַרף זאָגן גלײַך, — האָט מען געשריבן אין דער פּוילישער פּרעסע, — אַז דאָס איז אַ וויכטיקע און נויטווענדיקע פֿאָרשטעלונג, אַ באַזונדערע אין דער הײַנטצײַטיקער פּוילישער קונסט‟. אַגבֿ, אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן אינטערנאַציאַנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין ישׂראל אין קאַמערי־טעאַטער, איז דער דראַמאַטישער טעאַטער, מיט וועלכן עס פֿירט אָן סלאָבאָדזיאַנעק, געקומען מיט אָט דער פֿאָרשטעלונג.

אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם מחבר טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1955 אין יעניסעיסק (סיביר). נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין פּוילן, זיך באַזעצט אין ביאַליסטאָק. פֿאַרענדיקט די טעאַטראָלאָגישן פֿאַקולטעט בײַם קראַקאָווער אוניווערסיטעט, האָט סלאָבאָדזיאַנעק געשריבן רעצענזיעס אונטערן פּסעודאָנים יאַן קאָניעצפּאָלסקי. ווי אַ שרײַבער דעביוטירט אין 1980. אַ באַזונדער דערפֿאָלג און אָנערקענונג האָט אים געבראַכט די פּיעסע „אונדזער קלאַס‟ (2010) — אַ געשיכטע וועגן 10 שילער פֿון איין קלאַס. אַ טייל זײַנען בײַ דער מיינונג, אַז די פּיעסע איז וועגן די שרעקלעכע מעשׂים אין יעדוואַבנע [1].

nasza_klasa5
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג “אונדזער קלאַס”

אָבער איך וויל אײַך דערציילן נישט וועגן דער פֿאָרשטעלונג „יאַקובס געשיכטע‟ און אַפֿילו נישט וועגן דעם מחבר, נאָר וועגן דעם מענטש, וואָס איז, נישט ווילנדיק, געוואָרן דער העלד פֿון דער דראַמע „יאַקובס געשיכטע‟.

צוליב די אומשטענדן און אַ דאַנק ערלעכע מענטשן (אויך אַזעלכע זײַנען דעמאָלט געווען, כאָטש אַ צו קליינע צאָל), איז יאַקוב געבליבן לעבן. ער האָט געהאַט מזל, קאָן מען זאָגן. אייגנטלעך, וואָס איז אַזוינס מזל?

די פּוילישע דיכטערין, די נאָבל־פּרײַז געווינערין פֿאַר ליטעראַטור, וויסלאַוואַ שימבאָרסקאַ, האָט עס אָנגערופֿן אין איינעם פֿון אירע לידער „אַ צופֿאַל‟. יאַקובס פּערזענלעכע דראַמע איז פֿאַרלאָפֿן צוליב דעם אַנטאָגאַניזם און דעם אומלייזלעכן פּלאָנטער בײַם געפֿינען זײַן פּערזענלעכן לעבנס־מהות אין זײַן צווייאַרטיקער צעריסנקייט. דאָס אויפֿדעקן אין דער אייגענער ביאָגראַפֿיע דעם מהות, האָט אים געשטעלט פֿאַר אַ גורלדיקער דילעמע: פון אַ פֿאָלק, רעליגיע, קולטור, געזעלשאַפֿט, שבֿט, אידעאָלאָגיע, וואָס פֿריִער האָט ער נישט געדאַרפֿט וועגן דעם טראַכטן; און דער עיקר: וואָס איז דער זין פֿון מענטשנס זײַן? אַוודאי, קאָן מען לעבן אָן דעם אַלעמען, אָבער נישט אונדזער העלד. אייגנטלעך, האָט ער זיך מיט דעם, סוף־כּל־סוף, גוט אַן עצה געגעבן — ער איז אַ ייִד!

די געשיכטע אַנטוויקלט זיך אין אָנהייב פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע אין דער געטאָ פֿון סטאַרי סווענטשיאַן (Stary Swiencian) לעבן ווילנע. דאָרט איז אין יאָר 1943 געבוירן געוואָרן אונדזער העלד. די געטאָ איז אייגנטלעך ליקווידירט געוואָרן שוין אין 1941, אָבער יאָקובס פֿאָטער איז געווען אַ גוטער שנײַדער, האָט מען אים מיט דער משפּחה געלאָזט אין דער געטאָ. אין 1943, פֿילנדיק, אַז דער סוף איז נאָענט, האָט יאַקובס מוטער בתיה, געבראַכט איר עופֿעלע צו דער קריסטלעכער משפּחה וואַשקינעל. זעענדיק, אַז די קריסטן וואַקלען זיך, האָט זי געבעטן רחמים: „אין נאָמען פֿון יעזוסן, דעם ייִד, אין וועלכן איר גלויבט, ראַטעוועט מײַן קינד. אַז ער וועט אויסוואַקסן זאָל ער ווערן אַ גלך‟. די ווערטער פֿון דער ייִדישער מוטער זײַנען מקוים געוואָרן.

weksler
ראַמואַלד וואַשקינעל־יאַקוב וועקסלער מיט די בילדער פֿון זײַנע צוויי מאַמעס

ראַמואַלד, ווי מען האָט דעם ייִנגעלע אַ נאָמען געגעבן, איז געוואַקסן אין דער משפּחה וואַשקינעל. די „עלטערן‟ פֿלעגן אים אַלץ נאָכגעבן, ווײַל ער האָט אַרויסגעוויזן פֿעיִקייטן מער פֿון אַנדערע קינדער, געווען אַ בעסערער שילער פֿון אַנדערע; ער אַליין האָט אַלץ מער געפֿילט זײַן אַנדערשקייט. ער האָט געזוכט אַן ענלעכקייט מיט די „עלטערן‟, מיט דער „שוועסטער‟ — און נישט געפֿונען. באַזונדערס שטאַרק האָט ראַמואַלד געוואָלט זײַן ענלעך צום „פֿאָטער‟. ענדלעך, קומט ער צו דער השערה, אַז זײַן מוטער איז, ווײַזט אויס, פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן. ווען ער האָט פֿאַרענדיקט די שול און געשטאַנען פֿאַרן אויסווײַל, וואָס צו טאָן ווײַטער אין לעבן, האָט אים די „מוטער‟, צום שטוינען פֿון דער משפּחה, געזאָגט ער זאָל ווערן אַ גלך. און אונדזער העלד איז געוואָרן אַ גלך. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם גלכים־סעמינאַר, שטודירט פֿילאָסאָפֿיע, פֿילאָלאָגיע, געמאַכט אַ דאָקטאָראַט, געשטיגן אין דער קירכישער היעראַרכיע אַלץ העכער און העכער במשך פֿון 12 יאָר.

בעת אַ צופֿעליקן ווערטער־אויסטויש האָט זיך די „מוטער‟ אַרויסגעכאַפּט מיט די ווערטער: „איך האָב דיך שטענדיק ליב געהאַט ווי אַן אייגן קינד…‟.

yakub
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג “יאַקובס געשיכטע”

דאָ מוז מען אָפּכאַפּן דעם אָטעם, אַזוי ווי ראַמואַלד-יאַקוב האָט עס געטאָן, ווען ער האָט דערפֿילט, אַז ס’פֿעלט אים אויס אָטעם. ער איז דאַן אַלט געווען 35 יאָר און געווען אַ קאַטוילישער בישאָף. דעמאָלט האָט ער געפֿאָדערט אַ דערקלערונג. האָט אים די „מוטער‟ אַנטדעקט דעם אמת. אויף זײַן פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָט מען עס אים נישט דערציילט פֿריִער.

„ווער זשע בין איך?‟ — שטעלט ער זיך די פֿראַגע און בײַ זײַנע כּמעט 50 יאָר נאָך לאַנגע אויספֿאָרשונגען געפֿינט ער סוף־כּל־סוף אויס די נעמען פֿון זײַנע ביאָלאָגישע עלטערן — יעקבֿ און בתיה וועקסלער. ער הייבט אָן זוכן זײַנע קרובֿים. אין 1992 קומט ער צום ערשטן מאָל קיין ישׂראל, וווּ אין אַ קיבוץ געפֿינט ער דעם פֿאָטערס אַ ברודער און אַ שוועסטער. ער באַשליסט צו לעבן ווי אַ ייִד, נישט פֿאַרלאָזנדיק דערבײַ זײַן קאַטוילישער דינסט. צו די נעמען ראַמואַלד וואַשקינעל גיט ער צו די נעמען יאַקוב וועקסלער (Romuald Waszkinel–Jakub Weksler).

שפּעטער מיט אַ האַלב יאָר איז ער געשטאַנען אין שיל מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ. „מענטשן ווילן, איך זאָל זײַן אָדער דאָ, אָדער דאָרט‟, — באַקלאָגט ער זיך. הײַנט צו טאָג געפֿינט זיך יאַקוב וועקסלער אין ירושלים, אַרבעט אין יד-ושם.

הײַיאָר, אין חודש יולי, זײַענדיק אין וואַרשע, בין איך געגאַנגען ס’צווייטע מאָל זען די פֿאָרשטעלונג „יאַקובס געשיכטע‟ אינעם וואַרשעווער דראַמאַטישן טעאַטער. דער גרויסער זאַל איז געווען אויסגעפֿילט מיט אן עולם פֿון יונג און אַלט. די פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט געדויערט איבער 3 שעה, האָט מען אויפֿגענומען מיט שטייענדיקע אַוואַציעס. כ’ווייס נישט, וואָס איר מיינט וועגן דעם, אָבער מיך האָט טיף גערירט צו זען, ווי דער פּוילישער עולם נעמט אויף די פֿאָרשטעלונג מיט אַזוי פֿיל דאַנקבאַרקייט, פֿאַרשטענדעניש און אָנערקענונג.

אַגבֿ די נײַע פּיעסע, וואָס טאַדעוּש סלאָבאָדזיאַנעק האָט אָנגעשריבן לויט יצחק באַשעוויס־זינגער, הייסט „פֿאַטאַליסט‟.

[1] יעדוואַבנע — אַ שטעטל אין פּוילן, אין לאָמזשער געגנט, וווּ די פּוילישע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל האָבן אומגעבראַכט זייערע ייִדישע שכנים אין יולי 1941; פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרברענט זיי לעבעדיקערהייט. די פֿאַקטן פֿון דער באַרבאַרישער אַקציע האָט אויסגעפֿאָרשט און פֿאַרעפֿנטלעכט פּראָפֿ׳ יאַן טאָמאַש גראָס אין זײַן בוך „שכנים‟.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s