צום 115טן געבוירן־טאָג פֿון זעליק באַרדיטשעווער
משה לעמסטער
געלעבט האָבן זיך ייִדן אינעם קאַנט באַסאַראַביע מיט אַ פֿריילעך לידל אויף די ליפּן, מיט אַ שפּאַס, מיט ווערטלעך, מיט חכמות אין טאָג־טעגלעכן לעבן. אין די ייִדישע שטעטלעך האָבן געוווינט שנײַדערס, שוסטערס, סטאָליערס, בלעכערס, בעקערס… דאָס פּשוטע פֿאָלק. אויך אין די דערפֿער האָבן געוווינט ייִדן. כּמעט אין יעדן דאָרף — עטלעכע משפּחות, וועלכע האָבן געהאַט דאָרט צי אַ קרעטשמע, צי געהאַלטן שאָף אויף צו האַנדלען מיט שאָפֿענער ברינדזע, צי ווײַנגערטנער פֿאַר ווײַנגעשעפֿטן…
גערעדט האָבן זיי צווישן זיך ייִדיש, ליב געהאַט צו גיין אין אַ ייִדישן טעאַטער, ווען אַקטיאָרן פֿלעגן קומען פֿון גרויסע שטעט, צו הערן אַ ייִדישן זינגער. געווען דאָ אויך שילן, חדרים, וווּ ס’האָבן זיך געלערנט ייִדישע קינדער, געוווינט רבנים, שמשׂים, לערער, דאָקטוירים… פֿויליאַקעס צווישן די ייִדן זענען ניט געווען, מע האָט געאַרבעט פֿון פֿאַר טאָג אָן ביז בײַ נאַכט און פֿאַרדינט אַ פֿאַרהאָרעוועטע קאָפּיקע. געלעבט ערלעך, מיט גאָט אין האַרצן, שבת איז געווען בײַ זיי שבת, די ייִדישע יום־טובֿים געפּראַוועט סײַ מיט שׂימחה סײַ מיט אַ טרער אין די אויגן.
איין מאָל האָבן זיך אנגעהויבן פֿאַר זיי שווערע, ביטערע, אומגליקלעכע צײַטן. פֿון יענער זײַט טײַך פּרוט איז געקומען אַ בייזער שׂונא־ישׂראל און גענומען ראַבעווען, הרגענען ייִדן, פֿאַרגוואַלדיקן ייִדישע טעכטער… דערנאָך האָבן די רוצחים צונויפֿגעזאַמלט אַלע לעבן־געבליבענע מענטשן און זיי געטריבן אין אַן אַנדער קאַנט. מיטן וועג האָט מען די ייִדן ניט געגעבן צו עסן און צו טרינקען. מענטשן זײַנען געשטאָרבן פֿאַר הונגער, פֿאַר דאָרשט. די וואָס פֿלעגן פֿאַלן אָן כּוחות האָט מען דערשאָסן…
אין אַן אָסיען־טאָג דערגרייכן זיי צו אַ גרויסן וואַלד. עס זײַנען געווען קאַלטע צײַטן, פֿונעם הימל האָט געמבולט. מע איז געשלאָפֿן, זיצנדיק בײַ די שטאַמען פֿון ביימער. די מאַמעס האָבן געהאַלטן זייערע קינדער אויף די הענט, כּדי יענע זאָלן ניט פֿאַלן אין די לוזשעס און גריבער מיט וואַסער. צו די הימלען האָט זיך געטראָגן אַ שוידערלעכער געוויין פֿון די ייִדן, מענער האָבן געדאַוונט, געוואָנדן זיך צו גאָט מיט תּפֿילות, נאָר די הימלען זענען געבליבן גלײַכגילטיק צו זייערע געבעטן — געשאָסן מיט דונערן און בליצן, געגאָסן אויף זיי קאַלטע שטראָמען וואַסער…

געווען צווישן די ייִדן אַ בחור, וואָס מע האָט אים גערופֿן יאַנקו. הייסט עס, געהייסן האָט ער יאַנקל, די מאַמע און די זיידע־באָבע האָבן אים גערופֿן יאַנקעלע. די משפּחה האָט, צוערשט, געוווינט אין אַ דאָרף און די דאָרטיקע אײַנוווינערס האָב אים גערופֿן אויף זייער שטייגער — יאַנקו. יאַנקו איז געווען אַ ייִדישיסט. זײַן האַרץ איז געווען פֿול מיט הייסער, שײַנענדיקער ליבע צו ייִדיש, צו מאַמע־לשון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ער האָט אין זײַן שטעטל, וואָס האָט זיך געפֿונען אין צפֿון־באַסאַראַביע, אָרגאַניזירט אַ ייִדישע „קולטור־ליגע‟, אַ דאַנק אים איז דאָ געווען אַ ביבליאָטעק. ער פֿלעג האַלטן לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און אירע קלאַסיקער, אַרומטראָגן זיך מיט נײַע ייִדישע ביכער, ווי מע פֿלעג זיי נאָר ברענגען אין שטעטל. צוויי טעג אין דער וואָך פֿלעג ער קנעלן מיט קינדערלעך ייִדיש, געלערנט זיי שרײַבן און לייענען. אויף זײַנע לעקציעס האָט יאַנקו געטענהט, אַז די ייִדן דאַרפֿן זײַן ניט נאָר אַ ייִדיש־רעדנדיק און אַ ייִדיש־טראַכטנדיק פֿאָלק, נאָר אויך אַ פֿאָלק פֿון ייִדיש־לייענענדיקע און ייִדיש־געבילדעטע מענטשן. ניט אַלע האָבן געוווּסט, אַז ער האָט אויך געשריבן לידער און צוגעפּאַסט צו זיי מוזיק. מע האָט זיי געזונגען אין די ייִדישע שטעטלעך אָפֿט מאָל מיינענדיק, אַז דאָס זענען פֿאָלקסשאַפֿונגען.
די בעל־מלאָכות האָבן געזונגען און ניט אַלע האָבן געוווּסט, אַז ער, יאַנקו, דער מחבר פֿון די לידער, וווינט לעבן זיי. זײַנע לידער האָט געזונגען:
אַ שנײַדער, וואָס האָט גענייט עפּעס אַ פּאָר הויזן:
בין איך מיר אַ שנײַדערל*,
רופֿט מען מיך רב בערל —
ניי איך מיטן נעדעלע,
שנײַד איך מיטן שערל…
אַ סטאָליער, וואָס האָט געהובלעוועט אַ ברעטל:
…ווערן הענט און פֿיס מיר שווער,
היקעט צו דער הובל,
און דאָס האַרץ ס’קלעמט מיך זייער —
האָט נישט קיין פֿאַראיבל…
אַ שוסטער, וואָס האָט געלאַטעוועט אַ פּאָר שיך:
גיסט און גיסט אַ רעגנדל,
וואַקסט און וואַקסט די בלאָטע –
זיץ איך אויפֿן בענקעלע,
לאַטעווע און לאַטע…
די דאָרפֿס־ייִדן האָבן אויך געזונגען זײַן ליד:
שפּילט זשע שטאַרקער, העי קאַפּעליע,
שפּילט אַ דוינע, שפּילט אַ זשעליע!**
נישט קיין שאָף און נישט קיין רינדער,
נאָר אַ הונגעריק ווײַב און קינדער…
אין אַלע עקן פֿונעם קאַנט באַסאַראַביע און אויך אין אַנדערע מקומות האָט מען זיך געטרייסט מיט זײַן ליד:
פֿרייען זיך איז גוט,
פֿרייען זיך איז גוט.
לאָמיר זיך פֿאַרגעסן כאָטש אויף איין מינוט!…
גייען צרות, קומען ליידן,
און די שׂימחות מיט די פֿריידן
אײַנגעווייקט אין בלוט, אין טרערן —
לאָמיר גלעזלעך איבערקערן!…
יאַנקו איז אויך געווען צווישן יענע ייִדן אין דעם שרעקלעכן וואַלד…
ניט ווײַט פֿונעם וואַלד איז געליגן אַ דערפֿל. דאָ האָבן גענעכטיקט די שומרים פֿון די, וואָס מע האָט זיי געטריבן. זייער שלאָף איז געווען אַ רויִקער, ווײַל דער בייזער שׂונא האָט געוווּסט: ייִדן וועלן זיך ניט צעלויפֿן, אַז דעם וואַלד איז שווער אַדורכצוגיין, באַזונדערס אין אַזאַ רעגנדיקן דרויסן.
בײַ נאַכט ווען די שומרים זײַנען שוין געשלאָפֿן און די ייִדן האָבן געציטערט פֿאַר קעלט, די אַרומיקע נאַסקייט האָט זיך אײַנגעגעסן אין די ביינער אַרײַן, איז יאַנקו אויפֿגעשטאַנען פֿאַר זיי און געזאָגט: „ייִדן! וויפֿל צרות קאָנען מיר לײַדן פֿון די מערדער. לאָמיר געפֿינען אַן אויסוועג פֿון דעם שוואַרצן וואַלד. ס’דאַרף דאָך ערגעץ זײַן אַן אַרויסגאַנג, אַלץ האָט אַן עק און דער וואַלד האָט אים אויכעט. לאָמיר זיך לאָזן אין וועג אַרײַן, איצט בײַ נאַכט, ווען די גזלנים שלאָפֿן. מיר זענען דאָך מענטשן, ניט שאָף, וועלכע מע טרײַבט צום קוילען!‟ ס’האָבן אַ קוק געטאָן אויף אים די ייִדן און געזען, אַז ער איז צווישן זיי דער בעסטער און דער שענסטער, אַז אין זײַנע אויגן ברענט אַ פֿײַער, אַז עס לויכט אין זיי אַ יונגער כּוח, אַן עקשנותדיקער ווילן צו לעבן און צו קעמפֿן. האָבן די ייִדן צו אים געזאָגט: „פֿיר אונדז!‟
און יאַנקו האָט זיי געפֿירט אין די טיפֿענישן פֿון וואַלד און די מענטשן האָבן געאײַלט נאָך אים. יאַנקו האָט געזונגען זײַן נײַע ליד און די ייִדן האָבן מיטגעזונגען:
סע זאָל דונערן און בליצן,
סע זאָלן בייזע רעגנס גיסן
וועלן מיר דווקא לידער זינגען!
עלע בעלע, עלע בעלע…
נאָר אַלץ געדיכטער איז געוואָרן דער וואַלד. די צווײַגן פֿון ביימער זענען געוואָרן געדיכט, ווי פּאָוועטינע, ווי ריזיקע שפּינוועבס, און די מענטשן זענען, ווי פֿליגן, אַרײַנגעפֿאַלן אין זיי און, פֿאַרלירנדיק די כּוחות, געפֿאַלן אין לוזשעס, אין טײַכן וואַסער און פֿאַרכלינעט זיך… ווען דער הימל איז אויף אַ רגע אַנטשטילט געוואָרן, האָט געזאָגט צו יאַנקו אַ באַוווּסטער אין באַסאַראַביע רבֿ: „יאַנקו, קינד מײַנס, אומזיסט זענען דײַנע באַמיִונגען. ווײַזט אויס, דער רבונו־של־עולם, צוליב אונדזערע זינד, וויל פּטורן ווערן פֿון אונדז, ווי ער האָט זיך אַ מאָל געפּטרט פֿון נחס דור. אויב דער אייבערשטער וויל ניט, אַז מיר זאָלן זיך ראַטעווען, וועט שוין קיינער אונדז ניט העלפֿן‟.
יאַנקו האָט פֿאַרשטאַנען, אַז נאָך דעם רבֿס ווערטער וועט שוין קיין שום כּוח ניט קאָנען אויפֿהייבן די פֿאַרפּײַניקטע ייִדן צו גיין ווײַטער. נאָר יאַנקו האָט ליב געהאַט די מענטשן. ער האָט געטראַכט: „וואָס פֿאַר אַ זינד קאָן האָבן דאָס פּשוטע פֿאָלק, דער עמך, וואָס האָט געהאָרעוועט טאָג און נאַכט, כּדי צו פֿאַרדינען אַ גראָשן פֿאַר דער משפּחה, פֿאַר די קינדער, פֿאַר אַ מער־ווייניק בכּבֿודיק לעבן? וואָס זאָל איך טאָן פֿאַר זיי, פֿאַר די, וועמען איך באַזינג אין מײַנע לידער?‟
און דעמאָלט האָט יאַנקו, ווי זײַן ליבער העלד דאַנקאָ, פֿון אַן אַנדער, ניט ייִדישער מעשׂה, פֿון אַ ניט ייִדישן שרײַבער, צעריסן זײַן ברוסט און אַרויסגעריסן פֿון דאָרט דאָס האַרץ, עס אויפֿגעהויבן הויך איבערן קאָפּ. זײַן האַרץ האָט געפֿלאַמט ווי די זון, ניין! — העלער פֿון דער זון. און דער וואַלד, און דער הימל זענען אײַנטשטילט און פֿאַרגליווערט געוואָרן, פֿאַרשעמט געוואָרן פֿון דעם העלן פֿאַקל פֿון גרויסער ליבע צו מענטשן. די נאַכט האָט זיך צעפּיצלט אויף שטיקלעך, וועלכע זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין די לויפֿנדיקע רעגן־וואַסערן. די ייִדן זענען געזעסן גלײַך ווי פֿאַרשטיינערט. „קומט!‟ — האָט אַ שרײַ געטאָן יאַנקו און זיך אַ וואַרף געטאָן פֿאָרויס, האַלטנדיק הויך זײַן שטראַלנדיק האַרץ און באַלויכטנדיק פֿאַר די מענטשן דעם וועג פֿאָרויס. ער האָט געזונגען:
אײַ, די נאַכט וועט באַלד פֿאַרפֿאַלן
און די זון וועט זיך צעשטראַלן
וועלן מיר ווײַטער לידער זינגען
עלע בלע, עלע בעלע…
די פֿאַרוווּנדערטע, דערשטוינטע מענטשן האָבן זיך געלאָזט נאָך אים. מע איז געלאָפֿן גיך, זעענדיק פֿאַר זיך בלויז דעם וווּנדער — דאָס ברענענדיקע האַרץ. פּלוצעם ענדיקט זיך דער וואַלד. ער בלײַבט ערגעץ הינטן. די ייִדן האָבן זיך אײַנגעטונקען אין אַ ים פֿון ליכט, פֿון זונענשײַן. די דונערן און בליצן האָבן מיט בייזקייט געשאָסן פֿון הימל ערגעץ איבערן וואַלד, וואָס איז שוין געווען אין דער ווײַטקייט. פֿאַר די אויגן האָט זיך געשפּרייט אַ גרינע לאָנקע, נאָך ווײַטער איז גערונען אַ טײַך, און איבערן טײַך איז געהאָנגען אַ בריק, וואָס האָט געפֿירט צו אַן עפּלסאָד מיט רײַפֿע גאָלדענע עפּל… דער שיינער, שטאָלצער יאַנקו האָט אַ קוק געטאָן אויף דעם פֿרײַען וועלטל און צופֿרידן צעלאַכט זיך. דערנאָך איז ער געפֿאַלן און געשטאָרבן…
די מענטשן האָבן ניט באַמערקט יאַנקוס טויט, ניט באַמערקט, אַז לעבן אים פֿלאַמט נאָך זײַן מוטיק האַרץ… זיי זענען געלאָפֿן ווײַטער, ווײַטער. נאָר דער שטעטלדיקער רבֿ, וואָס האָט זיך פֿאַרהאַלטן, האָט געזאָגט צו דעם טויט־ליגנדיקן יונג: „יאַנקו, דו ביסט געווען דער בעסטער פֿון אונדזער דור!‟ דער לעצטער איז אַרויס פֿונעם וואַלד אַ פּאַרשוין. דערזען יאַנקוס ברענענדיק האַרץ, האָט ער זיך דערשראָקן און גענומען עס טאָפּטשען מיט איין פֿוס, טענהנדיק דערבײַ: „מיר דאַרפֿן אַן אייגן לאַנד, מיר דאַרפֿן אַן אייגן לאַנד, אַן אייגן לאַנד…‟ דאָס האַרץ, וואָס איז נאָך אַלץ געווען פֿול מיט הייסער, שײַנענדיקער ליבע צו ייִדיש, צום פּשוטן פֿאָלק, האָט זיך צעשיט אויף הונדערטער פֿונקען און פֿאַרלאָשן געוואָרן…
נאָך הײַנט דערציילן מענטשן פֿון די אַרומיקע דערפֿער, אַז ווען עמעצער פֿאַרבלאָנדזשעט זיך אין דעם וואַלד און בלײַבט דאָרט ביז בײַ נאַכט, זעט ער אין דער ווײַטנס פֿליִענדיקע צום הימל פֿונקען, וועלכע ווײַזן אים אָן דעם ריכטיקן וועג אַהיים. די מענטשן רופֿן דאָס אָרט: „יאַנקוס ברענענדיק האַרץ‟.
נאָך הײַנט זינגען ייִדן זײַן ליד, די ליד פֿון יאַנקו דעם ייִדישיסט:
העי, לעבעדיק און פֿריילעך!
לעבעדיק און פֿריילעך!
וואָס איז דאָ דער חידוש?
מלאָכה־מלוכה,
זינגט במנוחה
אַ לידעלע אַ ייִדישס!..
*אַלע לידער פֿון זעליק באַרדיטשעווערן.
**זשעליע (רומ.) — טרויעריקס