אַלט־קאָנסטאַנטינער בית־עולם — אין באָסטאָן

OLYMPUS DIGITAL CAMERA
דער אַרײַנגאַנג אינעם באָסטאָנער אַלט־קאָנסטאַנטינער בית־עולם

מיכאל כאַזין

אַלעמען איז באַקאַנט דער ריזיקער טרויעריק־באַרימטער באַבי־יאַר אין קיִעוו; עס זײַנען אָבער אויך פֿאַראַן הונדערטער „קליינע‟ באַבי־יאַרן, און איינער פֿון זיי איז געווען אינעם שטעטל אַלט־קאָנסטאַנטין. אין אָנדענקט פֿון יענע אומגעבראַכטע ייִדן, איז אין באָסטאָן, אויפֿן ייִדישן בית־עולם „אַלט־קאָנסטאַנטין‟ אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ דענקמאָל.

דער דאָזיקער בעת־עולם געפֿינט זיך אין דער הינטערשטאָט וועסט ראָקסבערי, אויף דער בייקער־גאַס, נומער 776. זײַן אָנהייב פֿירט ער פֿון יאָר 1920, ווען די באָסטאָנער קהילה האָט אָפּגעקויפֿט דאָס לאַנד פֿון אַ געוועזענער פֿאַרם. די רחבֿותדיקע טעריטאָריע איז צעטיילט געוואָרן אויף עטלעכע צענדליק ערד־חלקים, און יעדער חלק האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ באַזונדערן בית־עולם, אָנגעפֿירט פֿון אַ באַזונדערער קהילה.

דאָס איז די פֿאָרגעשיכטע פֿון איינעם צווישן די צענדליקער בית־עולמס, אויפֿגעשטעלט פֿון די אַלט־קאָנסטאַנטינער אימיגראַנטן אין דער ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט. סוף 20סטן יאָרהונדערט זײַנען אין באָסטאָן אָנגעקומען נײַע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, בתוכם פֿון סטאַראָקאָנסטאַנטינאָוו (בלע״ז). גרויס איז געווען זייער חידוש, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז אין אַמעריקע עקזיסטירט שוין יאָרן־לאַנג אַ בית־עולם, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם אַמאָליקן אוקראַיִנישן פּראָווינץ־שטעטל אַלט־קאָנסטאַנטין.

אַהער קיין באָסטאָן איז אויך אָנגעקומען פֿון סטאַראָקאָנסטאַנטינאָוו די משפּחה רודיאַק, סעמיאָן און רות. סעמיאָן רודיאַק איז אַ לערער פֿון פֿיזיק און מאַטעמאַטיק, באַקאַנט ווײַט אויסער זײַן אייגענער שטאָט.

בײַ זײַנע אַכט יאָר איז דער קליינער סיאָמקע מיט זײַנע צוויי ברידערלעך און די עלטערן פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער געטאָ. געהונגערט, געקרענקט אויף טיפֿוס און אַנדערע שלאַפֿקייטן. דאָס איז געווען נישט קיין קינדשאַפֿט, נאָר אַ „געטאָשאַפֿט‟, פֿול מיט צרות און פֿאַרלוסטן. שפּעטער, שוין אין די רײַפֿע יאָרן, האָט סעמיאָן רודיאַק אָנגעשריבן עטלעכע דערציילונגען וועגן יענער צײַט: „רחל‟, „דאָן קישאָט פֿון געטאָ‟, „זקן‟ און אַנדערע, וועלכע זײַנען פּובליקירט געוואָרן אין ניו־יאָרק, מאָסקווע, באָסטאָן.

IMG_1206
דער דענקמאָל לזכּרון די אומגעבראַכטע אַלט־קאָנסטאַנטינער ייִדן

ווען מיכאַיִל רודיאַק, דער זון פֿון רות און סעמיאָן, אַ באַוווּסטער אין מאָסקווע בויער, געלערנטער, מעצענאַט, איז פֿאַר דער צײַט געשטאָרבן, האָט מען אויף זײַן נאָמען אָנגערופֿן די שול אין סטאַראָקאָנסטאַנטינאָוו, וועלכע מיכאַיִל האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל. צו ברענגען דעם זון צו קבֿורה האָבן די עלטערן באַשלאָסן אויפֿן באָסטאָנער אַלט־קאָקנסטאַנטינער בית־עולם. אין אָנדענק פֿון מיכאַיִלן איז געגרינדעט געוואָרן אַ ספּעציעלער פֿאָנד, וואָס האָט שוין אויפֿגעטאָן אַ סך גוטע זאַכן — אין געביט פֿון קולטור, אַרויסהעלפֿן די נויטבאַדערפֿטיקטע אין מאָסקווע און באָסטאָן. הײַיאָר איז אויפֿן אַלט־קאָנסטאַנטינער בית־עולם אין באָסטאָן אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַן אָנדענק לזכּרון די כּמעט 6 טויזנט פֿאַרפּײַניקטע ייִדן אין 1942, בשעתן ליקווידירן די אָרטיקע געטאָ.

דאָס אַנטהילן דעם דענקמאָל וועט פֿאָרקומען דעם 30סטן סעפּטעמבער, 1 אַזייגער נאָך מיטאָג, אויפֿן אַדרעס:
776 Baker Street
West Roxbury, Suffolk County, Massachusetts

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s