קומט די קאַץ איבערן ים

יואל מאַטוועיעוו

אין זײַן האַנט האָט דער יונגער־מאַן געהאַלטן אַן אַסטראָלאַביע
(אילף און פּעטראָוו, „צוועלף בענקלעך‟)

ווען פֿײַוויש אוילענבוים האָט שוין געהאַט געקויפֿט דעם בילעט קיין מאָסקווע, האָט ער באַשלאָסן צו באַזוכן די געגנט אַרום קינגס־הײַוויי. זײַן ידיד יעקבֿ־לייב האָט אים דערציילט, אַז דאָרטן רעדט דער עולם אויף רוסיש און אין די אָרטיקע געשעפֿטן ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי רוסישע מאכלים. זייער מאָדנע, האָט ער צוגעגעבן: „דאָס כּשרע פֿלייש קויפֿן דאָרטן כּסדר מענטשן, וואָס זעען אויס ווי אַראַבער. רעדן רעדן זיי אָבער צווישן זיך אויף רוסיש.‟

שפּעטער, בעת זײַן נסיעה אין רוסלאַנד, איז פֿײַוויש טאַקע געווויר געוואָרן, אַז מאָסקווע איז פֿול מיט אַזעלכע טיפּן. איין מאָל האָט ער אַפֿילו באַגעגנט אינעם מאָסקווער פּאַרק אַן עכטן טעראָריסט. באַוואָפֿנט מיט אַ טייטלעכער מעכאַנישער זעג, האָט ער אים געסטראַשעט אויף שטיקער צעזעגן. אַפֿילו אין דער מאָסקווער שיל איז פֿײַווישן אויסגעקומען צו זען אַ פּאַרשוין מיט פּונקט אַזאַ אָפּשרעקעוודיקער מוסולמענישער צורה.

has-uman
פֿײַוויש און יעקבֿ־לייב

שבת בײַם קידוש, נאָך מיט אַ פּאָר חדשים פֿאַר דער נסיעה, האָט אים יעקבֿ־לייב דערציילט, אַז פֿון זײַנעם אַ באַקאַנטן רוסישן ייִד האָט ער אויסגעלערנט אַ פּאָר ווערטער אויף רוסיש. ווען וואָלאָדיע, דער בעל־הבית פֿון אַ קליינער טאַקסי־פֿירמע, האָט דערזען זײַן פֿרוי קעגנאיבער דער גאַס, האָט ער צו איר געגעבן אַ פֿײַף און אויסגעשריִען: „קודאַ פּאָשלאַ, זשאָפּאַ טאָלסטאַיאַ?‟ [1]. וואָלאָדיע האָט מסביר געווען, אַז מיינען מיינט עס פּשוט אַ „גוט־מאָרגן‟. פֿון דעסטוועגן, האָט יעקבֿ־לייב פֿאַרשטאַנען, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַטיק. מילא די ווערטער, אָבער דער פֿײַף?
זײַענדיק אַן עכטער ברוקלינער, אַ געטרײַער אײַנגעבוירענער בירגער פֿון באָראָ־פּאַרק, איז פֿײַוויש נאָך קיינמאָל נישט געווען אין יענע ווײַטע קאַנטן, אַחוץ דעם גרויסן אַקוואַריום אין קאָני־אײַלענד. ניו־יאָרק איז דאָך אַ גאַנצע וועלט מיט וועלטעלעך. אַלע סאָבוויי־סטאַנציעס איז אוממעגלעך צו באַזוכן. איידער זײַן משפּחה האָט זיך אַריבערגעפּעקלט קיין וויליאַמסבורג, האָט ער זיכער געהערט רוסיש אויף די באָראָ־פּאַרקער גאַסן; די שפּראַך האָט אָבער פֿאַר אים געקלונגען פּונקט אַזוי פֿרעמד, ווי שפּאַניש אָדער כינעזיש.

זיך אַראָפּגעלאָזט מיט די טרעפּ פֿון דער סאָבוויי־סטאַנציע, האָט פֿײַוויש אונטער דער בריק דערזען אַ מיטל־יאָריקע פֿרוי. אַ פֿעטע, מיט פֿאַלש־געפֿאַרבטע העל־רויטע האָר. אָנגעטאָן אין אַ ברייט ראָזעווע קלייד מיט שוואַרצע רויזן, האָט זי זיך באַוויזן פֿון דער פֿינצטערניש ווי אַ קאַץ. מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם שמייכל איז זי צו אים צוגעגאַנגען, געעפֿנט איר רענצל און פֿאָרגעשלאָגן צו קויפֿן פֿאַר צוואָנציק דאָלאַר אַ קליינעם געהיימנישפֿולן עלעקטראָנישן מכשיר: אַ געלן, מיט אַ גרויען עקראַן, אַ דיסק מיט פֿאַרשיידענע סימבאָלן און אַ פּאָר קנעפּלעך, אַרומגעוויקלט מיט צוויי דראָטן, אַ רויטן און אַ שוואַרצן.

פֿײַוויש האָט איבערגעגעבן דער פֿרוי, אַז אינגיכן קלײַבט ער זיך צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד און האָט שוין לאַנג געוואָלט אָפּשמועסן מיט אַן עכטן רוס. מיט אַ שטרענגן טאָן, האָט די פֿרוי געענטפֿערט, אַז זי קומט נישט פֿון רוסלאַנד, נאָר פֿון אָדעס, און אַז זי, צוזאַמען מיט אירע בעסטע חבֿרטעס, נינע און לענע, גייט יעדן יום־טובֿ צו דאַוונען אין שיל. אירע חבֿרטעס טראָגן צלמים, און זי טראָגט נישט! די פֿרוי האָט אונטערגעשטעלט איר ברייטע דעקאָלטע און מיט שטאָלץ געוויזן, אַז אַנשטאָט אַ סטאַניק הענגט בײַ איר דאָרטן צווישן די בריסט אַ גרויסער מגן־דוד.

פֿײַפֿן האָט פֿײַוויש סײַ ווי סײַ נישט געקענט, האָט ער געבעטן די רוסישע פֿרוי זי זאָל אָפּשאַצן די עטלעכע רוסישע ווערטער, וואָס יעקבֿ־לייב האָט אויסגעלערט פֿון זײַן באַקאַנטן וואָלאָדיע. פֿאַרחידושט, האָט די פֿרוי געוואָרפֿן אויף פֿײַווישן אַ בייזן בליק און זיך צוגעקוקט צו דער לאָך אויף זײַן לאַנגן חסידישן טונקל־גרויען ראָק, אויף וועלכן עס האָט געפֿעלט אַ קנעפּל. „עס מעסט אַליין, אַבי ס׳זאָל זײַן וואָס צו מעסטן‟, — האָט זי מיט אַ דיקן רוסישן אַקצענט דערקלערט אויף ענגליש בקיצור־נמרץ די פֿונקציע פֿונעם געלן אַפּאַראַט. אַ פֿאַרטראַכטער, האָט פֿײַוויש אַפֿילו נישט באַמערקט, וווּהין די טרעגערין פֿונעם גאָלדענעם מגן־דוד מיט בריליאַנטן איז אַהינגעקומען אונטער דער פֿינצטערער סאָבווייּ־בריק.

* * *

שפּאַנען אין שוואַרצן צוויי פֿערד,
שאָטנדיק פֿלאַטערן בערד,
שפּיציק גייט אויף אַ געוויין.
אַ צעהיצטער טראַמווײַ גיט אַ קלונג —
און בלײַבט שטיין.
(אַהרן צייטלין)

די וואַגאָנען האָבן זיך געצויגן אָן אַ סוף. אונטן האָבן געבליצט די גרוילעך־בלויע כוואַליעס. אָפּגעבראָטן אויף דער הייסער זומערדיקער זון, האָט די לופֿט געציטערט אין די קויטיקע פֿענצטער פֿון דער באַן. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די ווײַסע וואָלקנס־פֿעדערן, אָפּגעשלאָגן אינעם ים, זענען נאָך נישט אַנטדעקטע קאָראַל־אינדזלען.

цирк в трам
אין איין וואַגאָן האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ טרופּע צירק־אַרטיסטן…

יעדעס מאָל, ווען פֿײַוויש איז פֿאָרזיכטיק אַריבערגעגאַנגען פֿון איין וואַגאָן אין אַ צווייטן, האָט ער געזען אין דער באַן נײַע פּאַסאַזשירן. ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿון וואַנען יאַווען זיי זיך? ווײַזט אויס, ער איז געווען דער איינציקער, וואָס האָט נישט געקאָנט געפֿינען זײַן אָרט, דערפֿאַר מוז ער גיין אַלץ ווײַטער און ווײַטער. אַנשטאָט אַ נומער, איז דאָס זיץ־אָרט געווען באַצייכנט מיט אַ שיין באַזונדער בילד. דער צייכן אויפֿן בילעט האָט זיך יעדעס מאָל געביטן, בעת ער איז אַרײַנגעקומען אין אַ נײַעם וואַגאָן. יעדעס בילד איז דערצו געווען אַ גאַנצע וועלט: ווען מע קוקט זיך גוט אײַן אין די באַצירטע טאַבעלעס איבער די בענקלעך, הייבט זיך אָן דאַכטן, אַז מע געפֿינט זיך אין גאָר אַן אַנדער אָרט.

צווישן די וואַגאָנען האָט געבלאָזן אַ שטאַרקער ווינט. הגם די איבערגאַנג־בריקלעך זענען געווען באַשיצט מיט שטאַרקע אײַזערנע גראַטעס און פּאַרענטשעס, האָט פֿײַוויש מורא געהאַט אַראָפּצוקוקן.
אין איין וואַגאָן האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ טרופּע צירק־אַרטיסטן מיט פּינגווינען. די טשיקאַווע אויסדרעסירטע פֿויגלען זענען זשוואַווע געשפּרונען איבער אַ דיקן רויטן גומע־שטריק. אין אַן אַנדער וואַגאָן, באַצירט מיט מאַפּעס, זענען געזעסן נודנע פּאַרשוינען מיט פּאָרטפֿעלן, וואָס האָבן געשמועסט פֿון געזעצן און פּאָליטיק. פֿײַוויש האָט געוואָלט ווידער זען די פּינגווינען, אָבער אין יענעם וואַגאָן האָט ער אַנשטאָט דעם צירק געטראָפֿן אַ באַנדע גנבֿים מיט אַ צוגעגנבֿעט פֿערד. אַן איבערגעשראָקענער, האָט ער זיך אומגעקערט צו די פּאָליטיקער, נאָר געפֿונען אַ כאָפּטע האַלב־נאַקעטע מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געעפֿנט די פֿענצטער און זיך צעלייגט אויפֿן דיל ווי אויף אַ פּלאַזשע. זייער וואַגאָן איז טאַקע געווען באַדעקט מיט זאַמד און אין אַלע ווינקלען זענען געשטאַנען דייזשקעס מיט פּאַלמעס.

נאָכן אַרומבלאָנדזשען צווישן הונדערטער וואַגאָנען, איינער מאָדנער פֿון אַ צווייטן, האָט פֿײַוויש באַשלאָסן זיך צו זעצן, וווּ עס לאָזט זיך. פּלוצעם האָט זיך די טיר געעפֿנט; צום ערשטן מאָל איז אין דער באַן אַרײַנגעקומען אַ נײַע פּאַסאַזשירקע, ריכטיקער געזאָגט, די קאָנדוקטאָרשע! דאָס מאָדנע רוסישע וואָרט האָט פֿײַוויש פֿאַרגעדענקט בשעתן פֿאָרן מיט אַ באַן פֿון מאָסקווע קיין וואָלאָגדע. אַ נאַקעטע, איז די קאָנדוקטאָרשע צוגעקומען צו אים, האַלטנדיק אין דער רעכטער האַנט אַ זילבערנעם שטעקן מיט אַ שײַנענדיקן גרינעם שטיין אויפֿן שפּיץ. „אײַער בילעט!‟ — האָט די פֿעטע פֿרוי אין אירע פֿערציקער געפֿאָדערט מיט אַ פֿרײַנדלעכן, אָבער קאָמאַנדירסקע טאָן.

די קאָנדוקטאָרשע האָט באַקוקט דעם בילעט און אָנגעוויזן פֿײַווישן אויף זײַן אָרט מיט איר שטעקן. פּלוצעם האָט ער באַמערקט אויף איר האַלדז דעם גרויסן גאָלדענעם מגן־דוד: ס׳איז דאָך די זעלבע רוסישע פֿרוי פֿון ברוקלין מיט אַ געהיימנישפֿולן עלעקטראָנישן מכשיר!

אויפֿן טאַבעלע־בילד איבער זײַן בענקל האָט זיך באַוויזן זײַן חבֿר מאָטל, וועלכער האָט אים געטרייסלט בײַ די פּלייצעס. די באַן האָט זיך אָפּגעשטעלט און די קאָנדוקטאָרשע, שוין באַקליידט אין אַ געוויינטלעכער בלויער אוניפֿאָרמע, האָט צום דריטן מאָל איבערגעחזרט, אַז ס׳איז שוין צײַט אים אַראָפּצוגיין פֿונעם טראַמווײַ.

* * *

אײַנגענעצט אין בלוט פֿון העלדן.
מיטן שטױב פֿון טױזנט װעגן
קומט קײן מאָסקװע גוטאַמינגאָ.
אױפֿן רױטן פּלאַץ אין אָװנט
שטײט ער פֿאַרן טױטן לענין.
(לייזער וואָלף)

20160504_171348
אין ניו־סקווער האָט איינער אַ חסיד געכאַפּט אַ רעדנדיקן העכט, וואָס האָט געבעטן רחמים אויף ייִדיש…

ווען פֿײַוויש האָט זיך היפּש אָנגעשיכּורט מיט זײַנע מאָסקווער חבֿרים, האָט מאָטיעס ווײַב, נאַטאַשע, געהאָלפֿן אַרויפֿצושלעפּן דעם געחלשטן אַמעריקאַנער חסיד אויפֿן דיוואַן, געבראַכט חנהס וואָלטמעטער און געבעטן זיאַמען, ער זאָל באַשליסן, וואָס צו טאָן מיטן גאַסט. זיאַמע האָט אײַנגעשלאָסן דעם מכשיר, אַ דריי געגעבן דעם דיסק און זיך אַרײַנגעקוקט אינעם גרויען עקראַן, פֿאַרטאָן אין טיפֿע מחשבֿות. אין אַ מינוט אַרום האָט ער געפּסקנט: „סע גאָרנישט, לאָז ער זיך אַ ביסל אויסשלאָפֿן.‟

פֿון נאַטאַשעס ייִנגערער שוועסטער חנה האָט רב מאָטל שוין געהערט אַ סך מעשׂיות וועגן די אַמעריקאַנער חסידים. אין אָדעס, וווּ זי האָט אַמאָל געוווינט, האָט זי זיך פֿאַראינטעריסירט מיט ייִדישקייט נאָך אין די 1990ער. הײַנט וווינט זי אין ברוקלין און גייט כּסדר אין אַ ליובאַוויטשער שיל. ווען דער רבֿ האָט — וו׳זוי רופֿט מען עס? — געבראַכט נאַטאַשען אין אַ מיקווה און געמאַכט פֿון איר אַ ייִדישקע, האָט חנהלע געוואָלט טאָן דאָס זעלבע. איר מאַן האָט איר אָבער בשום־אופֿן נישט געלאָזט. ס׳טײַטש, האָט ער געטענהט: זײַן גאַנץ לעבן חלומט ער פֿון שיקסעס און איצט וויל זי, זײַן אייגענע באַליבטע רוסישע פֿרוי, אָפּטאָן אים אַזאַ שפּיצל?! פֿון דעסטוועגן, טראָגט זי אַ גרויסן גאָלדענעם מגן־דוד און רופֿט זיך אַליין חנהלע.

חנהס חבֿרטעס, פֿאַטימאַ און ליילאַ, האָבן אַ מאָל דערציילט אַ מאָדנע מעשׂה. אין ניו־סקווער, אַ חסידיש שטעטל לעבן ניו־יאָרק, האָט איינער אַ חסיד געכאַפּט אַ רעדנדיקן העכט, וואָס האָט געבעטן רחמים אויף ייִדיש. נו, דער בעל־הבית איז דאָך געווען אַ קלוגער ייִד; להיפּוך צום נעבעכדיקן פּערסאָנאַזש פֿון דער רוסישער באָבע־מעשׂה, האָט ער אינגאַנצן איגנאָרירט דעם פֿישס בקשה און צוגעגרייט דעם העכט לכּבֿוד שבת־קודש צום רבינס טיש.

אמת צי נישט, האָבן פֿאַטימאַ און ליילאַ דאָס געזען אין גאָר אַן ערנסטער צײַטונג: דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. אויפֿן קיך־טיש איז בײַ זיי דעמאָלט געלעגן דער ביליקער כינעזישער מולטימעטער. ווען פֿאַטימאַ, נאָכן איבערלייענען די פֿיש־מעשׂה, האָט דערמאָנט די אויסטערלישע מעשׂיות, וואָס האָבן מיט זיי פּאַסירט אין מאָסקווע, האָבן אויפֿן עקראַן פֿונעם אַפּאַראַט אָנגעהויבן שפּרינגען מאָדנע ציפֿערן און סימבאָלן. ליילאַ האָט געביטן די באַטאַרייקעס — נישט געהאָלפֿן. אַ ביסל איבערגעשראָקן, האָט דאָס פּאָרל באַשלאָסן אָפּצוגעבן דעם ווילדן מכשיר זייער חבֿרטע חנה.

שוין אַ סך יאָר האָט חנה געוואָלט פּטור ווערן פֿונעם צעבראָכענעם וואָלטמעטער. נישט לאַנג, אַ פּאָר חדשים צוריק, איז זי געגאַנגען שווימען אין קאָני־אײַלענד. לכתּחילה האָט זי פּלאַנירט זיך איבערצוטאָן אין דער היים, אָבער באַשלאָסן צו כאַפּן אַ שפּאַציר איבער דער שטאָט אינעם לאַנגן קלייד. זי קאָן עס נישט דערקלערן אַליין, הלמאַי האָט זי מיטגענומען יענעם משוגענעם אַפּאַראַט, אָבער זי געדענקט גאַנץ גוט, ווי איינער אַ חסיד, קרוע־בלוע מיט אָפּגעריסטענע קנעפּלעך, ממש אַ מחוצף, האָט זי באַליידיקט אויפֿן וועג מיט פֿאַרקריפּלטע גראָבע רוסישע ווערטער. דערצו האָט ער אַרײַנגעקוקט טיף, ממש ביז די סאַמע קני, אין איר דעקאָלטע!
חנהס באַקאַנטע האָבן זיך געקליבן צו פֿליִען קיין אייראָפּע, און חנה האָט דאַן באַשלאָסן איבערצושיקן דעם שלי־מזלדיקן וואָלטמעטער צו איר שווערסטער. נאַטאַשעס מאַן איז דאָך אַן עכטער כּל־בוניק, וועט ער עס שוין זיכער פֿאַרריכטן.

* * *

אַ נאַקעטער שפּיץ, דער פֿאַרוואָרפֿענער צפֿון,
אַ סאָסנע אַן עלנטע שטייט,
פֿאַרשאָטן מיט שניי, טוט זיך וויגן פֿאַרשלאָפֿן,
זי שטייט אין קאַפֿטן באַקליידט.

און חלומט זי אַלץ פֿונעם מידבר דעם ווײַטן,
פֿון דאָרט, וווּ עס שײַנט דער קאַיאָר,
וווּ ס׳וואַקסט אויפֿן פֿעלדז, אינעם טרויער פֿון צײַטן,
אַ פּאַלמע אַ שיינע ביז גאָר.
(מיכאַיִל לערמאָנטאָוו)

— איליושע, זעץ זיך צו!

אָנגעטאָן אין אין אַקוראַטנעם בעזש־קאָסמיום, איז איליאַ דער פֿילאָסאָף אַרײַן אין מאָטיעס דירה. ווי געוויינטלעך, האָבן זײַנע צעשויבערטע גרויע האָר הפֿקרדיק אַרויסגעשטאַרצט פֿון אונטער דעם אומגעלומפּערטן געלן היטעלע מיט אַ מיקי־מאַוז איבערן דאַשיק.

— איליושע, אפֿשר אַ שקאַליקל קאָניאַק!

эресуннский-мост
ווען מײַן שוועסטער איז געפֿאָרן אויף דער בריק פֿון מאַלמאָ קיין קאָפּענהאַגן, האָט זי אײַנגעדרימלט און דערזען אין איר חלום אַ חסיד…

דער פֿילאָסאָף האָט זיך אַראָפּגעזעצט אויפֿן דיוואַן. די גרויסע הילצערנע סאָווע אויף דער אַלטער שאַפֿע האָט אויף אים געקוקט פֿונעם קאָרידאָר מיט אירע שמייכלענדיקע קרישטאָלענע אויגן. איליאַ האָט אויסגעטאָן דאָס היטעלע, מיט די פֿינגער צוריכט געמאַכט די האָר, און ממשיך געווען זײַן נעכטיקן סיפּור־המעשׂה.

— ווען מײַן שוועסטער איז געפֿאָרן אויף דער בריק פֿון מאַלמאָ קיין קאָפּענהאַגן, האָט זי אײַנגעדרימלט און דערזען אין איר חלום עפּעס אַ חסיד. ער האָט אויסגעזען פּונקט ווי דו האָסט געשילדערט דײַן נײַעם אַמעריקאַנער חבֿר, יענעם, וואָס איז געשלאָפֿן געחלשט, ווי דו דערציילסט, אויף דעם־אָ דיוואַן. מײַן שוועסטער האָט, אַגבֿ, דעמאָלט מיטגעשלעפּט אין איר טשעמאָדאַן דײַן צעבראָכענעם וואָלטמעטער. דו מיינסט, אַז דאָס אַן „אורים־ותּומים‟, אַז מיט דער הילף פֿון אַזאַ וווּנדער־באָמבע ווערסטו שוין אַ נבֿיא, צי וואָס? זאָג איך דיר, אַז דו דאַרפֿסט בלויז אויסטוישן דעם טראַנזיסטאָר, וועט עס ווערן אַ נאָרמאַלער וואָלטמעטער.

בקיצור, ווײַטער. פֿאָרט זי מיט אַ באַן איבער יענער לאַנגער בריק. כ׳האָב דיר שוין דערציילט, אַז ס׳איז אַכט קילאָמעטער; מע זאָגט, די לענגסטע בריק אויף דער וועלט. האָט זי אײַנגעדרימלט און דערזען, אַז יענער חסיד פֿאָרט אויך פֿון שוועדן קיין דענמאַרק. איז וואָס זשע? דו ווייסט דאָך, אַז מײַן שוועסטער זעט אויס פּונקט ווי דײַן שוועגערין חנה און גלייבט פּונקט אַזוי אין אַלע סאָרטן משוגעתן. שטעל זיך פֿאָר, האָט זי אין איר חלום געדינט ווי אַ קאָנדוקטאָרשע, קאָנטראָלירט די בילעטן, וואָס האָבן אויסגעזען ווי וואַן גאָגס מאָלערײַ.

ס׳איז אמת, אַז גאָרנישט פּאַסירט ניט אין דער וועלט סתּם אַזוי על־פּי צופֿאַל. דער עולם מיינט, אַז די נומערן, נעמען, דאַטעס זענען סתּם ציפֿערן מיט בוכשטאַבן, אָבער שטעל זיך פֿאָר, לאָמיר זאָגן, אַ מיליאַרד. דערנאָך נעם אַראָפּ אָדער גיב צו נאָך איינס. מילא, וואָס שייך געלט איז טאַקע נישטאָ קיין חילוק, כאָטש אונדז איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַזאַ עשירות, אַפֿילו אַ מיליאַרד קאָפּעקעס.

די צאָלן גופֿא שיידן זיך אָבער גאַנץ שטאַרק אונטער. דער מיליאַרד טיילט זיך אויף צוויי און אויף פֿינף. נעם אַראָפּ איינס — און ער טיילט זיך פֿיר מאָל נאָכאַנאַנד אויף דרײַ. לייג אַרויף נאָך איינס — באַקומט זיך ווידער גאָר אַן אַנדער מעשׂה. מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק האָבן די גריכן דאָס שוין באַמערקט. די צאָלן ציִען זיך אָן אַ סוף, ווי די באַנען אויף יענער שוועדישער בריק.

יעדע צאָל איז נישט סתּם אַ נומער, נאָר ממש אַ גאַנצע וועלט מיט אַן אייגן פּנים. דערפֿאַר בין איך מסכּים, אַז אין די משוגעתן פֿון דײַן וואָלטמעטער שטעקן גרויסע סודות פֿונעם אוניווערס, נאָר נישט איך, נישט דו, נישט דײַנע חנה מיט נאַטאַשע זענען נישט מסוגל אַזעלכע סודות צו באַגרײַפֿן. שיק עס צו יענעם חסיד קיין אַמעריקע און זאָג, אַז ס׳איז אַ סוּוועניר, וועט ער דיר נאָך צוצאָלן.

* * *

ווען פֿײַוויש אוילענבוים האָט באַקומען אויף דער פּאָטשט דאָס פּעקל מיט רוסישע אויפֿשריפֿטן, האָט ער זיך זייער דערפֿרייט. קיין השׂגה האָט ער נישט געהאַט, וואָס זאָל ער טאָן מיטן געהיימנישפֿולן מכשיר? רב מאָטל האָט אים אין אַן „אימייל‟ געוואָרנט, אַז דער אַפּאַראַט איז צעבראָכן און טויג בלויז ווי אַ סוּוועניר, אַן אָנדענק פֿון זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד. דאָס מאַשינדעלע האָט אים דערמאָנט דעם אַנדערן חפֿץ, וואָס יענע פֿרוי מיט אַ גאָלדענעם מגן־דוד האָט געוואָלט אים פֿאַרקויפֿן אויף קינגס־הײַוויי. זי וואָלט אשפֿר געוווּסט, אָבער גיי געפֿין זי איצט.

ווען פֿײַוויש אוילענבוימס רביצין האָט דערזען דעם אַלטן וואָלטמעטער, איז זי געוואָרן ברוגז און גענומען קלאָגן: „וויפֿל האָססו שוין געפּטרט אויף דײַנע נאַרישע נסיעות, און איצט קריגסטו גיי ווייס וואָס פֿאַר אַ ׳קרעפּ׳ פֿון רוסלאַנד?‟ פֿײַוויש האָט באַשלאָסן אויסצובאַהאַלטן די מיסטעריעזע מאַשין שטילערהייט אויף זײַן פֿעטערס בוידעם אין מאָנסי. אויף דער לי־עוועניו איז פֿאַרבײַ אַ רויטע קאַץ. אויף אַ רגע האָט פֿײַוויש זיך עפּעס דערמאָנט און גלײַך פֿאַרגעסן.

[1] „וווּ גייסטו, פֿעטער תּחת?‟

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s