פּראָזאַיִקער. געבוירן געוואָרן אינעם בוקאָווינער שטעטל וויזשניץ, אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער זיך געלערנט אינעם ווינער אוניווערסיטעט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון גערמאַניסטיק. מיט דער דערציילונג „אויפֿן ספּלאַוו‟ האָט בורג אין יאָר 1934 דעביוטירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געאַרבעט ווי אַ לערער אין טשערנאָוויץ און פּובליקירט זײַנע ייִדישע דערציילונגען אין פֿאַרשיידענע רומענישע אויסגאַבעס. די לירישע פּראָזע פֿונעם שרײַבער איז באַהויכט מיט ראָמאַנטיק, אָריגינעל לויט דער שפּראַך און סטיל, ברענגט אַרויס געשטאַלטן, וואָס פֿאַרגעדענקען זיך.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט בורג זיך עוואַקויִרט אין טיף רוסלאַנד. דערנאָך זיך אומגעקערט קיין טשערנאָוויץ, ווידער געאַרבעט ווי אַ לערער און געדרוקט דערציילונגען און עסייען אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אין די אויסלענדישע זשורנאַלן. זײַנע ווערק זײַנען איבערגעזעצט אויף דײַטש, אוקראַיִניש, ענגליש, אונגעריש, איטאַליעניש און אַנדערע שפּראַכן. אין זײַן געבוירן־שטעטל וויזשניץ טראָגט אַ גאַס זײַן נאָמען.
מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער די דערציילונג „אויפֿן ספּלאַוו‟, וואָס איז אַרײַן אין יוסף בורגס בוך „דאָס לעבן גייט ווײַטער‟ (פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1980)
אויפֿן ספּלאַוו
אַן אָפּגעשוואַכטע, האָט די זון זיך אָנגעהויבן זעצן. דער טשערמוש האָט אָנגעהויבן בײַטן דעם קאָליר, ווערן טונקל־בלוי, און דער הייסער זומער־טאָג, וואָס האָט זיך געשלעפּט פֿון גאַנץ קאַיאָר, איז דערגאַנגען אין אַ שטילן פֿאַרנאַכט.
דער טאַטע האָט אויפֿגעהויבן זײַנע ברייטע, פֿאַרמאַזאָליעטע הענט, זיי מיט שווערקייט אַ וואָרף געטאָן אויף דער קערמע און, אויסדרייענדיק דעם קאָפּ אויף צוריק, מיט אַ לויטער קול געפֿרעגט:
— מיכײַלע, ביסט פֿאַרטיק?
— דאַ! — האָט פֿונעם אַנדערן עק ספּלאַוו געענטפֿערט אַ יונגע, קלינגעוודיקע שטים.

און די קערמע האָט שווער אָנגעהויבן שנײַדן דאָס וואַסער. דער ספּלאַוו האָט מיט אַ זידערײַ זיך אָנגעהויבן צו דערווײַטערן פֿונעם ברעג. בײַ יעדן קער האָט דעם טאַטנס פֿעסטער גוף זיך געוואָרפֿן, און זײַן אָפּגעברענט פּנים, פֿון וועלכן ס׳האָבן אָראָפּגעקוקט אַ פּאָר גרויע פֿאַרקיסנעטע אויגן, האָט האַסטיק זיך באַוועגט.
— גענוג! — האָט ער אויסגערופֿן, אַוועקנעמענדיק די האַנט פֿון דער קערמע, און מיט דער צווייטער געוויזן מיכײַלען, ער זאָל זיך אָפּשטעלן.
מיכײַלע, אַ יונגער, ברייט־ביינערדיקער ספּלאַווניק, איז געשטאַנען אַ באָרוועסער, די ווײַסע לײַוונטענע הויזן פֿאַרקאַטשעט ביז די קני, אויף די פֿיס האָבן זיך געצויגן בלויע אָדערן, זיי האָבן זיך אָנגעשטרענגט בײַ יעדער שווערער באַוועגונג. זײַנע לאַנגע בלאָנד־צעשויבערטע האָר האָבן אַראָפּגעהאַנגען פֿון אונטער זײַן גרינעם קאַפּעליוש און זיך געוויִגט, ווי אויסגעטריקנטע פּאָוויסמע [1] בײַ צײַטיקע קוקורוזע־שטאַנגען.
ער האָט אָפּגעלאָזט די קערמע, אַרונטערגעלייגט די נאַקעטע פֿיס אונטער זיך און געשווינד זיך אַוועקגעזעצט. מיט זײַנע קליינע אייגעלעך האָט ער געקוקט אויפֿן טאַטן, וואָס איז אַרומגעגאַנגען איבערן ספּלאַוו און באַטראַכט דאָס געהילץ. אונטער זײַנע שפּאַן האָבן געסקריפּעט די קלעצער, ווי בעטנדיק מע זאָל זיי ניט דערטרינקען. דער טאַטע האָט געפּרוּווט, צי די קלעצער זײַנע גוט צוגעבונדן, דערנאָך אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו דער זון און אויסגערופֿן:
— מיכײַלע, היי!
מיכײַלע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז צײַט זיך אָפּלאָזן. אַ פֿאַרסאַפּעטע איז געקומען צו לויפֿן די מאַמע, צוהאַלטנדיק דאָס קלייד מיט דער רעכטער האַנט און נערוועז אַרויפֿציִענדיק מיט דער לינקער דאָס שאַלעכל, וואָס איז אַלע מאָל אַראָפּגעפֿאַלן אויף די אַקסלען.
— כ׳האָב געמיינט, דו האָסט זיך שוין אָפּגעלאָזט! — האָט זי קוים כאַפּנדיק דעם אָטעם אַרויסגערעדט, געשווינד זיך אָפּגעווישט מיטן שאַלעכל דאָס מויל און צוגעגאַנגען נענטער צום ברעג.
דער טײַך האָט זיך געשלענגלט פֿאַר אירע פֿיס, זיך אַלע מאָל אַ גאָס געטאָן, ווי וועלנדיק זי אַרומנעמען, און ניט קענענדיק דערגרייכן צו די שפּיצן פֿון אירע שיך, זיך צוריק אַראָפּגעלאָזט אויף זײַן אָרט.
די מאַמע איז געשטאַנען מיט פֿאַרלייגטע הענט און באַטראַכט דעם טאַטן, וועלכער האָט אָפּגעהאַקט אַ סוק און דערבײַ שווער געאָטעמט. נאָכן פֿאַרענדיקן די אַרבעט האָט ער אָפּגעווישט מיטן אַרבל דעם שטערן, וואָס איז געווען באַדעקט מיט שווייס. ער איז נענטער צוגעגאַנגען צו דער קערמע, זי אָנגענומען מיט ביידע הענט און געגעבן אַ צייכן מיכײַלען:
— לאָז נאָך די שוואַרע! — און אויסדרייענדיק דעם קאָפּ צום ברעג, האָט ער אַריבערגעשריגן צו דער מאַמען, וואָס איז געשטאַנען אַ פֿאַרטראַכטע און ניט אַראָפּגעלאָזט קיין אויג פֿון זײַן רודעווען מיט דער קערמע: — זײַ געזונט!
— פֿאָר געזונטערהייט! — האָט זי מיט אַ פֿאַרטרערטער שטים נאָכגערופֿן, און שאָקלענדיק מיטן קאָפּ, שטיל צוגעגעבן: — אַזאַ שווערע פּרנסה אויף די עלטערע יאָרן!
דער טאַטע האָט געשניטן מיט דער קערמע די כוואַליעס. דער ספּלאַוו האָט פֿויל געשלעפּט זיך צווישן ביידע ברעגעס, וועלכע זײַנען געלעגן שטומע און אים באַגלייט אין ווײַטן וועג.
די זון האָט געוואָרפֿן אירע לעצטע שטראַלן און זיך באַהאַלטן אונטערן באַרג. געל זײַנען געווען די שפּיצן פֿון די סאָסנע־ביימער, וואָס האָבן דעם טאַטן נאַכגעקוקט גאָר ווײַט.
— מיכײַלע! — האָט דער טאַטע געזאָגט, — זעץ זיך, מע דאַרף ניט קערמעווען, ס׳גייט אַליין.
ער האָט זיך צוגעזעצט לעבן מיכײַלען. אַ ווײַלע אים באַטראַכט און מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן געפֿרעגט:
— זאָל איך דיר עפּעס דערציילן?
— דערציילט!
— ווען איך בין געווען אַזוי יונג, ווי דו, — הייבט אָן דער טאַטע, — פֿלעג איך ניט איין מאָל אין מיטן נאַכט אַראָפּגיין צום טײַך. אין איינער אַזאַ נאַכט בין איך אַראָפּגעקומען צום טשערמוש, געכאַפּט אַ קוק אויף די ספּלאַוועס, אַכטוג געגעבן, צי אַלץ איז גוט צוגעבונדן, און דערנאָך, ווי אַ פֿאַרשיכּורטער פֿון דער שטילקייט און רו, זיך אַוועקגעשלעפּט אין דער קאָליבע [2]. אַן אויסגעשטערנטע נאַכט געווען, אַ לבֿנהדיקע, מע האָט געקאָנט פּערל קלײַבן. אַרום און אַרום איז געווען אַזאַ שטילקייט, אַז, דאַכט זיך, די ווערבעס אַפֿילו האָבן זיך ניט גערירט און בײַם האַרצן האָט עפּעס גענאָגט.
דעם טאַטנס פּנים פֿאַרקרימט זיך אַ ווײַלע. ער כאַפּט איבער דעם אָטעם, גיט אַ פֿעסטן צי די ליולקע און דורכן געדיכטן וואָלקן רויך, וואָס ער הייבט אָן אַרויסלאָזן, הערן זיך זײַנע רייד שטילער.
— פּלוצעם, דאָס פֿײַער האָט זיך נאָרוואָס צעברענט, איך טו אַ קוק: אַ זקן איז אויסגעוואַקסן לעבן מיר, ווי אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם וואַסער. אַן אַלטיטשקער מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד, אין אַ לאַנגער שוואַרצער קאַפּאָטע און מיט אַ ברייטן גאַרטל אַזש ביז דער ברוסט.
מיכײַלע קוקט אויפֿן טאַטן, פֿאַרלירט ניט קיין איין וואָרט, און מיט זײַנע האַלב־פֿאַרמאַכטע אייגעלעך, זוכט ער צווישן די נידעריקע ווערבעס, גלײַך ווי אָט־אָט, און דער זקן וועט זיך נאַך אַ מאָל באַווײַזן.
— אַ לאַנגע צײַט איז ער אַזוי געשטאַנען מיט אויסגעפּילעוועטע אויגן, אין וועלכע ס׳האָט זיך געשפּיגלט דער טײַך און די לבֿנה, געהאַלטן אין איין קוקן אויף מיר און געשוויגן. אַ שוידער האָט מיך אַרומגענומען. איך האָב דערפֿילט, ווי מײַן קערפּער איז געוואָרן שווער ווי בלײַ. דערטרונקענע, וואָס בלאָנדזען אַרום אין לבֿנה־נעכט און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייערע פֿאַרוואָרפֿענע נשמות, זײַנען אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון. שדים, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, טאַנצן אַרום דער קאַליבע. דער בית־עולם האָט זיך אויסגעשפּרייט פֿאַר מײַן בליק און סע האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דער זקן שפּאַנט אַרום צווישן די קבֿרים, זײַן לאַנגע קאַפּאָטע פֿאַרטשעפּעט זיך אין אַ מצבֿה, און עס טוען אַ בלישטשע זײַנע ווײַסע זאָקן. איך האָב גענומען די האַק, נאָר געפֿילט, אַז די האַנט פֿאָלגט מיך ניט. וויפֿל בין איך אַזוי געזעסן, געדענק איך ניט. נאָר ווען איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט, האָט אַ גרויער פֿרימאָרגן געהאַט פֿאַרשלונגען די נאַכט. די זון האָט געשײַנט און געוואַרעמט…
דער טאַטע ווערט אַנשוויגן, כאַפּט אַ קוק אויף מיכײַלען, וועלכער צעעפֿנט זײַן מויל און לאָזט אַרויס אַ לאַנגן, אויסגעצויגענעם גענעץ.
— סטראַשנאָ, סטראַשנאָ! [3]
ער קערט איבער זײַנע אייגעלעך צום הימל און צלמט זיך דרײַ מאָל איבער.
אָוונט. פֿויל האָט זיך געשלעפּט דער ספּלאָוו. טערפּקע ריחות האָבן זיך געצויגן פֿון די דרעמלענדיקע ברעגעס. מיכײַלען האָט זיך געדאַכט, ווי איבער די כוואַליעס שפּאַנט אַ זקן אין אַ לאַנגער שוואַרצער קאַפּאָטע, און דעם טאַטן האָט נאָכגעקלונגען אין די אויערן דער מאַמעס: „פֿאָר געזונטערהייט!..‟
[1] פּאָוויסמע — אַ מין בעזעמל, וואָס קרוינט די קוקורוזע־שטאַנגע
[2] קאָליבע — וואַלדשטיבל
[3] סטראַשנאָ (רוס.) — שרעקלעך