לאָמיר הײַנט רעדן וועגן דעם סטיליסטישן חסרון, וואָס הייסט, קלישע. ווי אַזוי געשעט עס, אַז אַן אויסדרוק, וואָס בײַם אָנהייב האָט ער געקלונגען פֿריש און בילדעריש, האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ קלישע? טאַקע צוליב דעם, וואָס אַלע האָבן זיך אין דעם אויסדרוק „אָנגעכאַפּט‟; אָנגעהויבן ניצן אויף שריט און טריט ביז ער איז „דערעסן‟ געוואָרן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין „אַ פֿאַרשלעפּטער קרענק‟.
אויך די ייִדישע קלישעען זײַנען אַזוי פֿאַרשפּרייט געוואָרן, אַז מע באַמערקט זיי אַפֿילו נישט. נאָך מער: מע בראָקט זיי אַרײַן אינעם טעקסט בײַ יעדער געלעגנהייט אַפֿילו זיך נישט פֿאַרטראַכט, צי זיי זײַנען צום אָרט, צי גיבן זיי עפּעס צו צום טעקסט, צי מע קאָן זיך באַגיין אָן זיי.
למשל: דעם וואָרט „וועלט‟ איז שוין באַשערט שטענדיק זיך פּאָרן מיט די „גאַנצע וועלט‟.
ער איז אויסגעפֿאָרן די גאַנצע וועלט.
געוויס איז עס אַ גוזמא, אָבער קינסטלעריש באַרעכטיקט. אַן אַנדער זאַך, ווען דאָס וואָרט „וועלט‟ ווערט אויטאָמאַטיש כּמעט כּסדר געניצט מיטן וואָרט „גאַנץ‟. אַ בײַשפּיל:
ער איז געווען דער באַליבסטער זינגער בײַ די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן אין דער גאַנצער וועלט.
און ווען מע וואָלט געזאָגט פּשוט, „אין דער וועלט‟, וואָלט די ליבע פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן געוואָרן קלענער?
דעם זאַץ האָב איך גענומען פֿון אַ נעקראָלאַג אינעם אַלטן „פֿאָרווערטס‟. בכלל יעדער נעקראָלאָג, נישט דאָ געדאַכט, איז ממש אָנגעשטאָפּט מיט קלישעען. אויב ס׳איז געשטאָרבן אַ פֿרוי, איז זי אומבאַדינגט געווען „אַ געטרײַע לעבנס־באַגלייטערין‟; אויב אַ מאַן — אַן „ערלעכער ייִד‟ און אַן „איבערגעגעבענער פֿאָטער‟ (אָדער זיידע). און אין אַלע נעקראָלאָגן דריקט מען אויס דעם „טיפֿסטן טרויער‟.
אין די הײַנטיקע ייִדישע אויסגאַבעס איז דער זשאַנער פֿון נעקראָלאָגן כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. נישט ווײַל מע שטאַרבט מער ניט; די אַלטע ייִדיש־לייענער זײַנע טאַקע שוין אויסגעשטאָרבן, אָבער זייערע קינדער און אייניקלעך האַלטן, אַז מער בכּבֿודיק איז צו שטעלן אַ נעקראָלאָג אין אַן ענגלישער אויסגאַבע.
טוט מען דערמיט אַ טובֿה די ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס בלײַבן אָן נעקראָלאָג־קלישעען.
אַן אַנדער מקור פֿאַר קלישעען איז אַ וווּנטש־קאַרטל. איר וועט נישט געפֿינען קיין איין וווּנטש־קאַרטל אָדער אַ באַגריסונג־אַנאָנס ער זאָל זיך נישט אָנהייבן מיט די ווערטער, „אַ האַרציקער מזל־טובֿ!‟ דערפֿון באַקומט זיך, אַז ס׳איז פֿאַראַן עפּעס נאָך אַ מין „מזל־טובֿ‟ פֿון אַן אַנדער אבֿר.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער/די פּערזענלעכקייט, וואָס מע גיט אים/איר אָפּ כּבֿוד איז די „באַליבטע פּערזענלעכקייט אויף דער ייִדישער גאַס!‟, „אַ גייענדיקע ענציקלאָפּעדיע‟, און בלײַבט שטענדיק געטרײַ זײַנע/אירע „עיקרדיקע פּריציפּן‟. און אַוודאי, מוז אויף אַזאַ אונטערנעמונג זײַן אַ „פֿײַערלעכע פּראָגראַם‟.
ווי זאָגט מען, אַז ס׳איז נישטאָ קיין מזל, העלפֿט צו דער שלימזל. מיר האָבן נישט קיין ייִדישע טעלעוויזע און אויף די געציילטע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען גיט מען נישט איבער קיין וועטער־פּראָגנאָז. אַנדערש וואָלט די היץ אָדער קעלט געווען אַן „אַנאָמאַלע‟; דער רעגן — „אַ מבול־רעגן‟; אַ שניי — „מ׳האָט נאָך אַזאַ נישט געזען‟…
צווישן די פֿאַרשפּרייטע קלישעען געפֿינען מיר: „אַ קיצור‟, „אַזוי צי אַזוי‟, „מיט איין וואָרט‟, „הכּלל‟. בדרך־כּלל ניצט מען זיי, ווען מע האָט שוין נישט מער וואָס צוצוגעבן צום געזאָגטן, אָדער ווי אַ בריקל צו פֿאַרבינדן דעם פֿאָריקן זאַץ מיטן ווײַטערדיקן. אין אַזעלכע פֿאַלן איז בעסער מער גאָרנישט צוגעבן.
אין קלישעען קאָנען פֿאַרוואַנדלט ווערן אויך פֿאַרשפּרייטע אידעאָמאַטישע אויסדרוקן.
למשל: אויף שריט און טריט; ווײַס ווי די וואַנט; רויט ווי אַ בוריק; רעדט צו דער וואַנט; שטייט מיר פֿאַר די אויגן; טראָגן אַ שטיין אויפֿן האַרצן; קריכן אויף אַלע פֿיר וכדומה…
צי זײַנען די קלישעען טאַקע אַזוי שרעקלעך? ניין! צו מאָל איז דאָס ניצן אַ קלישע זייער נוצלעך. למשל, בײַם אויספֿילן אַ סטאַנדאַרטן דאָקומענט, אָנשרײַבן אַ מעלדונג; עס זײַנען פֿאַראַן קלישעען אין טעכנישע אינסטרוקציעס און אַפֿילו אין וויסנשאַפֿטלעכע טראַקטאַטן. אָבער…
אָבער אין דער קינסטלערישער ליטעראַטור, אין זשורנאַליסטיק מוז מען זיך באַמיִען אויסצומײַדן די אויסדרוקן און געפּאָרטע ווערטער, וואָס ליגן אויף דער שפּיץ־צונג (אַגבֿ, שוין אויך געוואָרן אַ קלישע!). ווי אַזוי קאָן מען עס טאָן? די מומחים האַלטן, אַז דער בעסטער אופֿן איז זײַן בײַם שרײַבן מער קאָנקרעט. נישט צעשמירן דעם טעקסט אויף זיבן טעלערס. בעסער איז אויסצולייגן די געדאַנקען אויף איין, נאָר פֿולן „טעלער‟.
* * *
און צום סוף, אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון סטיליסטישע לאַפּסוסן:
זיי האָבן געזוכט אַ וואַרעמע באַציִונג פֿון דער ייִדיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה און אויך הילף צו קענען אַרויסגעבן אַן אייגענעם אָרגאַן.
מע קען זיך, אַוודאי, אָנשטויסן, וואָסער אָרגאַן דער מחבר מיינט דאָ, פֿון דעסטוועגן, וואָלט בעסער געווען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויפֿן לייענער און זאָגן: דרוק־אָרגאַן.
אַן אַנדער לאַפּסוס:
בירשטיין איז אָבער דער מיינונג, אַז מע קען נישט אַנטלויפֿן פֿונעם עבֿר, פּונקט אַזוי ווי מע קען זיך ניט איבעררײַסן פֿון גאָט און פֿון זיך אַלײן.
ערשטנס, וואָלט סטיליסטיש ריכטיקער געווען, ווען „בירשטיין איז בײַ דער מיינונג…‟;
צווייטנס, איז דאָ דער ווערב „זיך איבעררײַסן‟ גאָר נישט צום אָרט. עס וואָלט געדאַרפֿט זײַן „זיך אָפּרײַסן‟. אײַ, ווידער האָבן „אונטערגעפֿירט‟ די פּרעפֿיקסן. אַזוי אַז דער זאַץ וואָלט געדאַרפֿט קלינגען:
„בירשטיין איז אָבער בײַ דער מיינונג, אַז מע קען נישט אַנטלויפֿן פֿונעם עבֿר, פּונקט אַזוי ווי מע קען זיך ניט אָפּרײַסן פֿון גאָט און פֿון זיך אַלײן.
מיט הצלחה,
לאַפּסוס־קאַקטוס