צוויי לעקציעס אינעם ייִדישן ביכער־צענטער
דער חודש יוני — סײַ לויטן אייראָפּעיִשן און סײַ לויטן אַמעריקאַנער קאַלענדאַר האָט געבראַכט דעם לאַנג דערוואַרטן זומער. איך האָב זיך מײַן אייגענעם קאַלענדאַר, וווּ ס׳איז געווען בפֿירוש פֿאַרשריבן, אַז אין יוני האָב איך צוויי לעקציעס אינעם נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער און, אַז אין ביראָבידזשאַן, וואָס האַלט נאָך אַלץ דעם סטאַטוס פֿון אַ ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, דאַרף דערשײַנען מײַן ביכל פֿאַר קינדער „העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟.
צו מײַן בושה בין איך ביז אַהער אינעם ייִדישן ביכער־צענטער נישט געווען, כאָטש כ׳בין פּערזענלעך באַקאַנט מיט זײַן גרינדער און דירעקטאָר אַהרן לאַנסקי. איז עס אַוודאי געווען פֿאַר מיר אַ כּבֿוד צו זײַן פֿאַרבעטן און זען מיט מײַנע אייגענע אויגן דאָס מעשׂהדיקע ווינקעלע אויפֿן גרינעם שויס פֿון דער פּרעכטיקער אַרומיקער נאַטור, מיט ברייטע פֿאַרם־פֿעלדער און יאָדלעס־וועלדלעך.
דער בנין אַליין פֿונעם ביכער־צענטער האָט מיר דערמאָנט אַ קליין הוצוליש דערפֿל, פֿאַרוואָרפֿן ערגעץ אין די קאַרפּאַטן־בערג, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿון חסידישן קיום. ס׳האָט באַגײַסטערט, אַז אויך אַהער, אין דעם ווײַט ניט־ייִדישן אַמהערסט, האָט די ייִדישע ציג, די עמבלעם פֿונעם ביכער־צענטער, געבראַכט די תּורה פֿון ייִדישן בוך.
מײַן באַשיידענע אויפֿגאַבע איז געווען צו באַקענען די עלף סטודענטן פֿון מײַן קלאַס מיטן זשאַנער פֿון ליטעראַטור־מיניאַטורן אין דער שאַפֿונג פֿון צוויי זעלטענע פּראָזע־מײַסטערס, שירה גאָרשמאַן און יחיאל שרײַבמאַן. ווער זײַנען זיי, די יונגע מיידלעך און ייִנגלעך? לויט מײַן באַקאַנטשאַפֿט על־רגל־אַחת לערנען זיי זיך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און קאָלעדזשן — נישט ייִדיש און נישט ייִדישע ליטעראַטור. זיי זײַנען נאָך נישט זיכער, וואָס זיי ווילן טאָן אין זייער לעבן, אָבער אויפֿן ברייטן וועג פֿון זוכן זייער אייגענע פֿאַך־סטעזשקע, האָבן זיי זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער „ייִדישער ציג‟, וואָס פּאַשעט זיך בײַם אַרײַנגאַנג אינעם ביכער־צענטער.
איך וויל נישט אַרײַנפֿאַלן אין התפּעלות פֿון אַ טוריסט, אָבער דער בנין פֿונעם ביכער־צענטער פֿאַרכאַפּט דאָס אויג נישט בלויז פֿון דרויסן, נאָר ממש גלײַך נאָכן איבערטרעטן די שוועל. מײַן וועגווײַזער איבערן בנין איז געווען דער אַרכיוואַר רחמיאל האַלף.
גענויער וועגן דער הײַיאָריקער זומער־פּראָגראַם בײַם ביכער־צענטער האָב איך געבעטן צו דערציילן איר אָנפֿירערין, ד״ר אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן:
„העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟ אין ביראָבידזשאַן
ווי כ׳האָב שוין געזאָגט, איז אין ביראָבידזשאַן דערשינען מײַן ביכל פֿאַר קינדער „העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟ אויף צוויי שפּראַכן: ייִדיש און רוסיש. די רוסישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ. אין דעם בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט האָבן זיך באַטייליקט סײַ די צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, סײַ דער אינטערנעץ־זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע‟ און סײַ דער געגנטלעכער „צענטער פֿון קינדער־שאַפֿונג‟. דווקא דעם „צענטער‟ קומט דער גרעסטער יישר־כּוח, ווײַל זײַנע תּלמידים האָבן געמאַכט אַלע אילוסטראַציעס צו דעם ביכל.

איך בין, צום באַדויערן, בײַ דער פּרעזענטאַציע נישט געווען, אָבער אינעם באַריכט, אָפּגעדרוקט אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, האָב איך געפֿונען די פּינקטלעכע און טרעפֿלעכע ווערטער, געזאָגט פֿון יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ: „איינע פֿון די הויפּט־אויפֿגאַבעס, וואָס איז געשטאַנען פֿאַר אונדז, בשעתן אַרויסגעבן דאָס בוך, איז געווען צוציִען דעם אויפֿמערק צו ייִדיש. די וויכטיקייט פֿון דעם ביכל באַשטייט נאָך אין דעם, אַז די יונגע קינסטלער האָבן בעת זייער אַרבעט אָנגעהויבן גלייבן אין זייער טאַלאַנט און אוניקאַלקייט. אַנדערש וואָלטן זייערע בילדער נישט אויסגעזען אַזוי פֿילפֿאַרביק, זאַפֿטיק, פֿול מיט פֿאַנטאַזיע און אײַנפֿאַלערישקייט. איך האָב זיך אין די מעשׂהדיקע העלדן פֿונעם ביכל ממש פֿאַרליבט…‟

זייער מי און מײַסטערשאַפֿט בײַם צוגרייטן מײַן ביכל האָבן אַרײַנגעלייגט די גראַפֿיקערין טאַטיאַנאַ איסטאָמינאַ און די לערערס פֿונעם „צענטער‟. איך זאָג זיי אַלע — אַ האַרציקן דאַנק!
צום סוף פֿון מײַנע יוני־נאָטיצן וויל איך אויך פּערזענלעך באַדאַנקען סײַ אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן, וואָס האָט מיך פֿאַרבעטן צו דער זומער־פּראָגראַם, סײַ פֿיניקס ווײַעט, וואָס האָט אַזוי ברייטהאַרציק אָרגאַניזירט מײַן קומען קיין אַמהערסט.
יוני 29, 2018