לאַפּסוס־קאַקטוס — 10

מיר האָבן שוין פֿריִער געשריבן וועגן די אַזוי גערופֿענע ווערטער „שוועסטערקינדער‟ [זע: לאַפּסוס־קאַקטוס — 5]. למשל: לעבן און וווינען, פֿאַרזוכן און פּרוּוון. דאָס הייסט, ווערטער, וואָס טראָגן אַן ענלעכן באַטײַט, אָבער זיי זײַנען פֿאָרט נישט קיין סינאָנימען. דער פּלאָנטער קומט בדרך־כּל פֿאָר צוליב דעם, וואָס אין ענגליש האָבן ביידע ווערטער איין באַטײַט.

לאָמיר נעמען די צוויי ווערטער „דערמאָנען‟ און „געדענקען‟.
דער וועקזייגער האָט מיר דערמאָנט, אַז ס׳איז שוין צײַט אויפֿצושטיין.
„דערמאָנען‟, מיינט, צו וויסן געבן, אַז
אַן אַנדער משל:
איך האָב זיך דערמאָנט אין מײַן אַלטן חבֿר, ווען מיר האָבן גערעדט וועגן אונדזער קינדשאַפֿט.
„דערמאָנען זיך‟ אין
אָדער: „דערמאָנען זיך‟ עפּעס..

כ׳וועל תּפֿילה טאָן צום רעגן ער זאָל אָפּשווענקען די פּליאַמע,
דערמאָנסטו זיך דאָס קול? איך בין געווען און בין דײַן מאַמע. (אַ. סוצקעווער)

„געדענקען‟, מיינט, טראָגן אין זכּרון, נישט פֿאַרגעסן, אין זינען האָבן.
מיר געדענקען יענע טעג ווי ס׳האָט אונטער אונדז געברענט די ערד.

נאָך מער פּלאָנטער קומט פֿאָר בײַם נוצן דאָס פּאָרל „אָנדענק‟ און „זכּרון‟. אין ענגליש האָבן ביידע ווערטער איין איבערזעצונגן — memory.
דערפֿאַר טרעפֿן זיך בײַ די הײַנטיקע ייִדיש־מחברים, וואָס זייער ערשטע שפּראַך איז ענגליש, אַזעלכע זאַצן:

ער פֿאַרגעדענקט אַלץ. ער האָט אַ גוטן אָנדענק, אָנשטאָט „זכּרון‟.

אין ייִדיש טראָגט דאָס וואָרט „זכּרון‟ נאָר דעם פֿיזישן זין.

„…פֿאַרשפּאַרט די ווערטער אין טורמע פֿון זכּרון‟. (אַ. סוצקעווער)

*
וויסן (ווייסט) און קענען

מע קאָן אָפֿט הערן, ווי מע זאָגט: „איך ווייס אים זייער גוט‟, אָדער, „איך ווייס גוט ייִדיש‟. איז עס טאַקע דער ערשטער סימן, אַז מע „קען‟ נישט גוט ייִדיש. פֿון וואַנען נעמט זיך דער פּלאָנטער? איז ווידער, ווײַל מע זעצט עס איבער פֿון ענגליש.

אין ענגליש, מיינען טאַקע די ביידע ווערטער — know. אין ייִדיש „וויסן‟, מיינט אַ פֿאַקט, למשל: כ׳זאָל נישט וויסן פֿון קיין צרות.

ווער קאָן וויסן, ווען משיח וועט קומען?

און „קענען‟, מיינט זײַן באַקאַנט, קענען גוט אַ שפּראַך. ווי אויך, „קענען זיך שוין לאַנגע יאָרן‟.

*

און צום סוף, ברענגט אונדז לאַפּסוס־קאַקטוס עטלעכע „מוסטערן‟, אויסגעפֿונען לעצטנס אין „פֿאָרווערטס‟.

איין זומער האָבן מיר געבעטן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן עקספּערט אויף עפּלביימער, ער זאָל קומען און אָפּשנײַדן די צווײַגן כּדי מער פֿרוכט זאָל קענען וואַקסן.

„אָפּשנײַדן די צווײַגן‟, מיינט, לאָזן דעם בוים נעבעך אָן אַ צווײַג. אויף אַזאַ בוים וועט בכלל קיין פֿרוכט מער נישט וואַקסן.
אַגבֿ, דאָס וואָרט „פֿרוכט‟ איז אין מער צאָל, „פֿרוכטן‟.

זיכער, אַז דער מחבר האָט געוואָלט זאָגן, אַז „איין זומער האָבן מיר פֿאַרבעטן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן עקספּערט אויף עפּלביימער, ער זאָל קומען זיי (די ביימער) אַרומשנײַדן, כּדי מער פֿרוכטן זאָלן קענען וואַקסן‟.

דעם צווייטן אויסצוג האָט לאַפּסוס־קאַקטוס „אַרויסגעריסן‟, זעט אויס, פֿון אַ שוידער־מעשׂה — סײַ וואָס שײַך די אויסדרוקן און סײַ דער שפּראַך:

דאָס לעצטע ביטערע קריגערײַ מיטן ברודער האָט זי שטאַרק וויי געטאָן, און שטאַרק געפּײַניקט איר געװיסן, װי מע װאָלט אַרײַנגעשטאָכן לאַנגע שפּילקעס אין די גרויע תּהומען פֿון איר מוח. דאָס הילכיקע קלאַפּן אין קאָפּ האָט צעשאָסן קאַלטע שטראָמען אין אַלע גלידער פֿון איר גוף.

זעט אויס, אַז דער מחבר פֿון די שורות שעפּט נחת פֿון אַזעלכע סאַדיסטישע באַשרײַבונגען. האָט פֿאַר אים לאַפּסוס־קאַקטוס אַן עצה:

עסט נישט, טײַערינקער, פֿאַרן שלאָף קיין רויע זשאַבעס!

ליאַפּסוס־קאַקטוס

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s