זינג שטיל

סערגאָ בענגעלסדאָרף

דאָס באַקאַנטע ליר פֿון שלום סעקונדאַ „זינג שטיל‟, איז געוואָרן דאָס באַליבסטע בײַ דער פּאָפּולערער האָלענדיש־ייִדישער זינגערין לוסעט וואַן בערג. אַזוי האָט זי אָנגערופֿן איר ערשט קאָמפּאַקטל, און מיט אָט דעם ליד הייבט זי בדרך־כּלל אָן אירע קאָנצערט־פּראָגראַמען. אַזוי איז אויך געשען אויפֿן קאָנצערט אין „לייוויק־הויז‟, תּל־אָבֿיבֿ.

DSC_0759
לוסעט וואַן בערג

הערנדיק „זינג שטיל‟ לעבעדיקערהייט, אַזוי צו זאָגן, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ליד איז אַ מין שאַפֿערישער קרעדאָ פֿון דער זינגערין, וואָס פֿאַרטײַטשט די ייִדישע קאַמער־מוזיק, ווי אַן אינטימען שמועס פֿון דער בינע צום עולם — פֿון האַרץ צו האַרץ. באַגלייטנדיק זיך אַליין אויף דער פּיאַנע, שאַפֿט לוסעט אַן אַטמאָספֿער פֿון היימישקייט, ווי זי וואָלט געזעסן בײַ זיך אין שטוב און מוזיצירט פֿאַר אירע געסט. איר צאַרטע און ציכטיקע שטים פֿאַרכּישופֿט די מענטשן.

ס׳איז גענוג געווען בשעתן קאָנצערט זיך צוהערן צו דער שטילקייט אין זאַל, און נאָך איר זינגען — צו די התפּעלותדיקע געשרייען „בראַוואָ!‟ — כּדי צו פֿאַרשטיין ווי גרויס איז דער אַרטיסטישער חן און טאַלאַנט בײַ דער זינגערין.

ווער זשע איז זי, לוסעט וואַן בערג, די שיינע בלאָנדע פֿרוי מיט ייִדישע אויגן און אַ האָלענדישן פֿאַמיליע־נאָמען, וואָס זינגט אויף ייִדיש?

זי איז געבוירן געוואָרן אין אַ געמישטער משפּחה, וווּ דער טאַטע איז אַ ייִד, און די מאַמע איז אַ גויה. זי האָט זיך פּראָפֿעסיאָנעל געלערנט צו זינגען קלאַסישע וואָקאַל־מוזיק; געזונגען אין מאָצאַרטס אָפּערעס, אין די אָפּערעס פֿון ראָסיני, פּוטשיני, בערנסטײַן, זיך באַטייליקט אין די מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען פֿון די דײַטשישע און האָלענדישע ראַדיאָ־פֿירמעס. ייִדישע לידער האָט לוסעט אָנגעהויבן זינגען צופֿעליק. איר ישׂראלדיקער באַקאַנטער, הערנדיק איר דײַטש און ווי זי זינגט, האָט געזאָגט, אַז ס׳וואָלט בײַ איר זיך גוט באַקומען צו זינגען ייִדישע לידער. לוסעט האָט געפֿאָלגט דער עצה און אײַנגעשלאָסן אין איר רעפּערטואַר, באַגלײַך מיט קלאַסישע ראָמאַנסן, עטלעכע ייִדישע לידער. דעם פּובליקום איז עס געפֿעלן געוואָרן. דעמאָלט האָט לוסעט אָנגעהויבן זיך ערנסט לערנען ייִדש און זיך פֿאַרטיפֿערן אין דער ייִדישער קולטור.

DSC00041.jpg-1
לוסעט און ביילע שעכטער גאָטעסמאַן אין בראָנקס, ניו־יאָרק

זי האָט זיך פֿאַרשריבן אויפֿן זומער־סעמינאַר אין ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, וווּ ס׳האָבן דעמאָלט געלערנט ייִדיש געזאַנג חנה קופּער און משה האַלפּערט. אין יענעם זומער האָט לוסעט זיך אויך באַקאַנט מיט דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. די טרעפֿונג האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ לאַנג־יאָריקער פֿרײַנדשאַפֿט. די אַלגעמיינע באַציִונג צום ייִדישן ליד, ווי צו אַן אינטימען געשפּרעך, האָבן דערנענטערט די צוויי פֿרויען: די געניטע מײַסטערין פֿון ייִדישן וואָרט און ניגון און די יונגע פֿיייִקע זינגערין, וואָס זוכט איר וועג אין דער ייִדישער מוזיק.

נאָך זייער טרעפֿונג אין ווײַמאַר איז לוסעט עטלעכע מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק, געוווינט בײַ ביילען אין שטוב און אַ סך זיך געלערנט בײַ איר — סײַ וואָס שייך שפּראַך און ליטעראַטור און סײַ דעם אופֿן פֿון זינגען אַ ייִדיש ליד. מיט דער צײַט איז צו לוסעט געקומען אַ וועלט־אָנערקענונג.

אייגנטלעך, איז די אונטערנעמונג אין „לייוויק־הויז‟ געווען געווידמעט דער שאַפֿונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. אירע לידער האָבן געלייענט שלמה בעלאַסיק, ספּעציעל געקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ פֿון פּאַריז, אַ פֿאַרברענטער ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש; ווי אויך דניאל גלאַי, קאָמפּאָזיטאָר, שרײַבער און דער דירעקטאָר פֿון שרײַבער־הויז.

Lucette-vd-Berg-Benkshaft-1200x1200
דאָס קאָמפּאַקטל “בענקשאַפֿט”

אין דער פּראָגראַם פֿון לוסעט וואַן בערג זײַנען פֿאַראַן עטלעכע פּערל פֿון ביילעס געזאַנגען: „האַרבסטליד‟, „אַ זומער געווען אָדער פֿרילינג‟, „אַזוי לאַנג‟. אינעם זעלבן אינטימען נוסח האָבן געקלונגען לוסעטס אייגענע לידער, געשאַפֿן אויף די ווערק פֿון רחל קאָרן („באַשערטע‟), רחל בוימוואָל („די ווײַנשלביימער בליִען‟) און אויף י.־ל. פּרצעס ליד „בענקשאַפֿט‟.

ווי אַ געוועזענער לאַנג־יאָריקער תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע, האָט מיך דערפֿרייט, אַז די זינגערין האָט אויך אײַנגעשלאָסן אין איר רעפּערטואַר שאַפֿונגען פֿון די בעסאַראַבער ייִדישע פּאָעטן: מאיר חרץ און מיכאל פֿעלזענבאַום. די מוזיק צו חרצס ליד „אַ גוטן טאָג דיר, ייִדיש!‟ — האָט געשאַפֿן מײַן גוטע באַקאַנטע סוזאַנאַ גערגוז, אַ פֿײַנע פּיאַניסטקע און פֿרוי פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן זינגער יעפֿים טשאָרני. וואָס שייך דעם „בעסאַראַבער מאָטיוו‟ אין דער שאַפֿונג פֿון לוסעט וואַן בערג באַשטייט איינער פֿון אירע צוויי קאָמפּאַקטלעך, „בענקשאַפֿט‟, פֿון פֿעלזענבאַומס זינגלידער, געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר איר.

אַגבֿ, הערנדיק בײַ זיך אין דער היים ביידע קאָמפּאַקטלעך, וואָס די זינגערין האָט מיר געשענקט, האָב איך באַמערקט, אַז די דיקציע אויפֿן קאָנצערט אין „לייוויק־הויז‟, איז נישט תּמיד געווען אַ קלאָרע, אין פֿאַרגלײַך מיטן קאָמפּאַקטל. און ס׳איז אַ שאָד. נאָכן קאָנצערט האָב איך עס לוסעט געזאָגט און באַדויערט, וואָס דער באַלאַנס פֿון איר זינגען און שפּילן איז נישט געווען אויסגעהאַלטן. צוריק גערעדט, צו זינגען און זיך אַליין אַקאָמפּאַנירן איז גאָר נישט אַזוי פּשוט.

און נאָך איין עצה פֿון אַ מענטש, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מיט פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּערע־ און קאַמער־זינגערס און באַגלייט זייער זינגען אויף פֿאָרטעפּיאַנע. לויט מײַן מיינונג, האָט אין דער דראַמאַטורגיע פֿונעם קאָנצערט אויסגעפֿעלט אַ קאָנטראַסט צווישן די לידער, ווי אויך אַ ריטמישע פֿאַרשיינדאַרטיקייט אינעם אַקאָמפּאַנימענט, נישט געקוקט אויף דער טיפֿקייט און אויפֿריכטיקייט פֿונעם אויספֿירן די לידער.

און צום סוף: נישט לאַנג צוריק האָב איך געלייענט אַ נאָטיץ אונטערן קעפּל „דער האָלענדישער קיניג און קיניגין הערן אַ בוקעט פֿון ייִדישע לידער‟. אין תּוך אַרײַן, גייט די רייד, אַז לוסעט וואַן בערג אָרגאַניזירט שוין אָט 10 יאָר פֿעסטיוואַלן אין דער שטאָט ליאָרדען, געווידמעט דער ייִדישער קולטור. די פּראָגראַם שליסט אויך אײַן קאָנצערטן אויף ייִדיש פֿון באַקאַנטע זינגערס, לעקציעס פֿון לערנען ייִדיש און די געשיכטע פֿון האָלענדישע ייִדן, וויסנשאַפֿטלעכע רעפֿעראַטן.

Lucette tsead 26
לוסעט וואַן בערג בעתן קאָנצערט

אַזוי אַז לוסעט איז נישט נאָר אַ זינגערין, נאָר אויך אַן אַקטיווע קעמפֿערין פֿאַר ייִדיש. הײַיאָר אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל איז לוסעט אויפֿגעטראָטן מיט אַ גרויסן קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער פֿאַר אַ פֿערציק טויזנט־קעפּיקן עולם, צווישן וועלכן עס זײַנען אויך געווען דער קיניג און די קיניגין. די פּראָגראַם איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער האָלענדישער טעלעוויזיע, און געזען האָבן זי אַן ערך אַ מיליאָן מענטשן.

לוסעט גלייבט, אַז די ייִדישע מוזיק און דאָס ייִדישע וואָרט וועלן אין איר לאַנד נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן. עס בלײַבט מיר נאָר ווינטשן לוסעט וואַן בערג, אַז מיט אַזאַ שיינעם פֿאַמיליע־נאָמען זאָל זי דערגרייכט די העכסטע שפּיצן פֿון איר פֿאַרשיידנאַרטיקער שאַפֿערישקייט.

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s