אַ ייִדישער פֿילם, געמאַכט אין אַ צײַט פֿון זיצן אויף טשעמאָדאַנען (7)

7. דער נײַער שבט — „רוסים‟

אונדזער קאַמערע־מענטש, סאַשע וואַסיליעוו, איז אַרײַן אין זײַן סטיכיע. ער זעט דעם אַרום מיט אַ באַזונדערן בליק, דורכן שפּאַקטיוו פֿון דער קינאָ־קאַמערע, — און אַזוי וועלן שוין די ישׂראל־בילדער אין אונדזער פֿילם פֿאַרבלײַבן, — דערזען מיט אַן אויג פֿון אַ רוסישן מענטש…

אַ פֿאַרליבט יונג פּאָרעלע זיצט אויף די טרעפּ; זי איז אַ חנעוודיקע סאָלדאַטקע. דערזען, אַז מע פֿילמירט, נעמט זי נאָך שטאַרקער אַרום איר ציווילן בחור. אַ באַיאָרטער פֿידלער לעבן אַ קאַפֿע שפּילט פֿאַר די באַזוכערס די אַמאָל פּאָפּולערע רוסישע לידער. אַ פֿישער בײַם ים. יעדעס מאָל, ווען די כוואַליע לויפֿט אָן אויפֿן ברעג, אַנטלויפֿט ער מיט זײַן לאַנגער ווענטקע אין דער האַנט, נישט צו פֿאַרנעצן זײַנע שיך. אַן אַמעריקאַנער טוריסט אויפֿן „שוק הכּרמל‟ באַטראַכט אויף דער זון אַ געלט־קופּיורע, באַקומען פֿון אַן אַראַבישן סוּוועניר־הענדלער, צי דאָס געלט איז, חלילה, נישט קיין פֿאַלשס. קינדער אינעם דיזענגאָף־האַנדלצענטער, אויסגעזעצט גלײַך אויפֿן דיל, אַרום דעם קלאָון. ער מאַכט קאָזשלקעס און זשאָנגלירט מיט דרײַ באַלעכלעך… קינדער האָבן ליב זיסוואַרג און צו לאַכן. שוין שפּעטער דערוויסן זיי זיך, אַז פֿון זיסוואַרג ווערן קאַליע די ציין, און פֿון לאַכן — שנײַדן זיך אײַן אין פּנים קנייטשן… אַ העמדל אין אַ וויטרינע מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף ענגליש: „F… Sadam Hussein‟. אַ מעלדונג אויף עבֿרית און רוסיש: „מבצעים שלטים ברוסית — מיר מאָלן שילדן אויף רוסיש‟ — צוויי סימנים פֿון איצטיקן מאָמענט.

[מיט צוויי וואָכן שפּעטער האָט כוסיין באַשאָסן ישׂראל מיט ראַקעטן.]

אַ מאַנספּאַרשוין שטייט אויף דער שוועל פֿון זײַן ביכער־קראָם. איבער דעם אַרײַנגאַנג הענגט אַ גרויסער שילד אויף עבֿרית און רוסיש: „פּונדק הספֿר — ביכער־קרעמל‟. ער טיילט זיך אויף רוסיש מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַן אַלטגעזעסענעם אײַנוווינער, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין ישׂראל, וותּיקים:

20180628_105416
דאָ בין איך נישט קיין ייִד… דאָ בין איך אַ רוסי

דאָ אין לאַנד איז ניטאָ אַזאַ באַגריף — אַ ייִד. שוין גיכער, אַ ישׂראלי. דאָ בין איך נישט קיין ייִד. פֿאַרקערט: דאָ האַלט מען מיך פֿאַר אַ רוסישן. דאָ בין איך אַ רוסי…

און דאָך עגבערט און חידושט אין מוח אַ געדאַנק: זיי זײַנען דאָך אַלע אַרום ייִדן. אויף שריט און טריט. איך וווין שוין אויסער מײַן אַלטער היים אַ פֿערטל יאָרהונדערט, און קען נאָך ביז הײַנט נישט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דערקענען די אָרטיקע, די היגעבירטיקע, נאָר פֿון אונדזער אויסזען, נאָך איידער מיר עפֿענען דאָס מויל, אַז מיר זײַנען „רוסים‟? וואָס איז אַזוינס אָנגעשריבן אויף אונדזערע פּנימער, אָדער שפּרינגט אַרויס פֿון אונדזערע אויגן?

20180628_104731_001
די היים בלײַבט דאָרט, וווּ דו ביסט געבוירן געוואָרן, אַליין געוואַקסן און אויסגעכאָוועט די קינדער...

די פֿרוי, וואָס מיר האָבן אָפּגעשטעלט אויף דער תּל־אָבֿיבֿער גאַס, האָט זייער דערמאָנט אונדז יענע יונגע ייִדישע באָבע אויפֿן קעשענעווער וואָקזאַל, וואָס האָט פֿאַרלאָזט מאָלדאָווע „נאָר צוליב אירע אייניקלעך‟. ס’האָט זיך פֿאַרגעדענקט ווי זי האָט געזאָגט, אַז איר נשמה וועט שוין אויף שטענדיק בלײַבן אין מאָלדאָווע. די תּל־אָבֿיבֿער פֿרוי וווינט שוין אין ישׂראל זינט די 1970ער יאָרן. אָנגעטאָן ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן ישׂראלדיקער, רעדט מיט אַ לײַכטן אַקצענט און ציט די ווערטער.

אמת, בײַם אָנהייב איז געווען זייער שווער. דערנאָך זײַנען די שוועריקייטן אַדורך, און ס’האָבן זיך באַוויזן אַנדערע, שוין אָרטיקע פּראָבלעמען. אָבער דאָס לאַנד איז אונדזערס. מיר זײַנען בײַ זיך אין דער היים… צוריק גערעדט, בלײַבט די היים דאָרט, וווּ דו ביסט געבוירן געוואָרן, אַליין געוואַקסן און אויסגעכאָוועט די קינדער. עס ציט אַוודאי אַהין, כאָטש אַ קוק טאָן… אַ היים בלײַב אַ היים…

די טרעפֿונג מיטן וועלט־באַקאַנטן פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטעמאַטיק, ישׂראל גאָכבערג, האָט אונדז אַרײַנגעבראַכט אינעם רעשיקן הויף פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וווּ ער אַרבעט איצט. געבוירן געוואָרן אין דער ייִדישער קאָלאָניע טאַרוטינאָ, דרום־בעסאַראַביע, איז אים אויסגעקומען דורכצומאַכן שווערע דרכים אין לעבן, גובֿר צו זײַן אַ סך ווענט און ווענטלעך איידער ער איז אָנערקענט און אָרײַנגענומען געוואָרן אין דער „ברידערלעכער משפּחה‟ פֿון מאָלדאַווישע אַקאַדעמיקערס. אָבער אַפֿילו זײַענדיק אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון זײַן אַקאַדעמישער קאַריערע, פֿלעגן אַנדערע, הויכע טשינאָווניקעס פֿון וויסנשאַפֿט באַשליסן, צי דעם ייִד, ישׂראל גאָכבערג, זאָל מען אַרויסלאָזן קיין אויסלאַנד זיך צו באַטייליקן אין אַ וויכטיקער אַקאַדעמישער אונטערנעמונג, צי ס’וועט זײַן רויִקער פֿאַר אַלעמען ער זאָל זיצן אין דער היים… אין יאָר 1974 האָט גאָכבערג אַליין אָנגענומען אַ באַשלוס — גענוג! ער זײַן פֿרוי און זייערע צוויי טעכטער האָבן זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ.

20180628_104422
פּראָפֿעסאָר ישׂראל גאָכבערג: ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָב איך גאָר אין גיכן געפֿונען זייער אַ גוטע שטעלע, און נישט איינע

איך האָב פֿאַרלאָזט קעשענעוו זייער באַאומרויִקט. כ’האָב נישט געוווּסט, צי כ’וועל דאָ געפֿינען פֿאַר זיך אַ פּאַסיק אָרט. ס’איז דאָך אין ישׂראל דאָ ווייניק אוניווערסיטעטן און פּאָזיציעס פֿאַר פּראָפֿעסאָרן, האָב איך געטראַכט. ווי ס’האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, האָב איך גאָר אין גיכן געפֿונען זייער אַ גוטע שטעלע, און נישט איינע. די אויסזיכטן צו אַרבעטן אין מײַן תּחום זײַנען זייער גוטע אין אַלע אַספּעקטן — לערערײַ, האַלטן לעקציעס אין אויסלאַנד, פֿאָרשונגען… און לעצטנס, איז בכלל — מײַן סעמינאַר באַשטייט אויף אַ העלפֿט פֿון מײַנע געוועזענע קעשענעווער בני־עיר…

אינעם אוניווערסיטעטישן הויף איז לעבעדיק. דאָס יונגוואַרג האָט זיך אויסגעזעצט גלײַך אויפֿן גראָז, און עס גלייבט זיך נישט, אַז אויפֿן קאַלענדאַר איז דעצעמבער. צו זען מענטשן זיך וואַלגערן אויפֿן גראָז, אויף די גרינע לאָנקעס, זעט אויך אויס מאָדנע. פֿון קליינערהייט אָן האָט מען אונדז אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ, אַז מע טאָר נישט טאָפּטשען דאָס גראָז אין די פּאַרקן; צוליב דעם זײַנע דאָ אַלספֿאַלטירטע סטעזשקעס. די שילדלעך, אַרײַנגעשטעקט אויף שריט און טריט, האָבן ממש אויסגעשריִען: „פֿאַרווערט!‟ — נאָך איינער אַ פֿאַרווער, צווישן טויזנטער אַנדערע פֿאַרווערן, אײַנגעפֿירט פֿון שטרענגע מענער אין גרויע קאָסטיומען; נאָך איין באַלערנדיקע דערמאָנונג, אַז נאָר בהמות טאָפּטשען דאָס גראָז, און דו ביסט אַ סאָוועטישער מענטש…

קוקנדיק אויף די שיינע יונגע פּנימער, דערמאָן איך זיך אין אָשר שוואַרצמאַנס שורות: „יוגנט, יוגנט!/ ווי אַ שפּילנדיקע וועל,/ ווי אַ טרער פֿון פֿולער פֿרייד — / דײַן שטעל,/ דײַן יונגע פֿרייד…‟. אַ שאָד, וואָס די ישׂראלדיקע יוגנט וועט שוין די פּאָעטישע געזאַנגען אויף ייִדיש נישט הערן. שוין די אָרטיקע פּאַרטיי־לײַט האָבן פֿאַר זיי באַשלאָסן, אַז עס פּאַסט נישט אַן עכטן ישׂראלי צו קענען די „גלות־שפּראַך‟…

מיר האָבן אין דעם אוניווערסיטעטישן הויף געהאַט נאָך איין טרעפֿונג, מיט אַן אַנדער פּראָפֿעסאָר פֿון קעשענעוו, דעם היסטאָריקער מיכאל וואָלאָדאַרסקי. זײַנע דערמאָנונגען האָבן געקלונגען ווי אַ קורצער ווידוי און ווי אַ מין קאָנטראַפּונקט צו דעם, וואָס ס’האָט פֿריִער דערציילט זײַן קאָלעגע, פּראָפֿעסאָר גאָכבערג:

20180628_105646
מיכאל וואָלאָדאַרסקי: ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך די אַלע יאָרן ממשיך געווען ליב האָבן מײַן היימלאַנד, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן…

— נישט אַלץ איז אַזוי פּשוט, און אַלץ איז סוביעקטיוו. איר וועט דאָ באַגעגענען מענטשן, וועלכע וועלן אײַך זאָגן, אַז זיי האָבן ממש אויפֿן צווייט טאָג נאָכן קומען קיין ישׂראל זיך דערפֿילט בײַ זיך אין דער היים. אַז זיי בענקען נישט נאָך מאָלדאַוויע. אַז זיי האָבן פֿאַרגעסן אַלץ, וואָס ס’איז מיט זיי געווען דאָרטן; און זיי האָבן זיך אין גאַנצן צונויפֿגעגאָסן מיטן לעבן פֿון דעם לאַנד.

איך האָב נישט בדעה זיי ניט צו גלייבן. אָבער בײַ מיר איז אַלץ פֿאָרגעקומען אַ סך קאָמפּליצירטער. בײַ מיר האָט עס גענומען אַ סך צײַט, איידער כ’האָב דערפֿילט, אַז דאָס לאַנד איז מיר נאָענט און אייגן, איידער כ’האָב אָנגעהויבן פֿאַרשטיין דאָ די מענטשן, דאָס פֿאָלק בכלל.

ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך די אַלע יאָרן פֿאַרבליבן צו זײַן אַ בעסאַראַבער. ממשיך געווען ליב האָבן מײַן היימלאַנד, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן. איך דאַרף אָפֿן זאָגן, אַז כ’האָב קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן נישט קעשענעוו, נישט דאָס שטעטל קאַושאַן, וווּ כ’בין געבוירן געוואָרן, נישט די בודזשאַקער סטעפּן, נישט די קאָדרי־וועלדער, און נישט דעם טײַך נעסטער.

און כאָטש מיט דרײַצן יאָר צוריק איז מען זיך באַגאַנגען מיט מיר זייער אַכזריותדיק, אומישורדיק, האָב איך קיין מאָל נישט פֿאַרענטפֿערט מײַן צעשיידונג מיט בעסאַראַביע, אַז ס’איז געשען צוליב איר פֿאָלק. דאָס איז געווען אַ קאָנפֿליקט צווישן מיר און דעם רעזשים. ווי ס’איז באַוווּסט, קומען די רעזשימען און גייען אַוועק. דאָס לאַנד און פֿאָלק פֿאַרבלײַבן…

די פֿינף פֿילמיר־טעג אין ישׂראל, ווי זומערדיק־שיין זיי זאָלן נישט געווען זײַן, זײַנען גיך אַדורך. פֿאַרוואָס דווקא פֿינף? דאָ קומען מיר צו צו אַן אַנדער מעשׂה. גלײַך אויפֿן צווייטן טאָג פֿון אונדזער קומען קיין ישׂראל, האָט סאַשע וואַסיליעוו פּלוצעם אַנטפּלעקט, אַז דאָס איינציקע אויג פֿון זײַן קאַמערע איז בלינד געוואָרן. וואָס איז פּינקטלעך געשען, ווייסט ער נישט, אָבער ווײַטער אָנגיין מיט דער אַרבעט איז אוממעגלעך. ווידער זיך ווענדן אין „בית יהודי בסרביה‟? נישט גענוג, וואָס זיי האַלטן אונדז דאָ אויס. יצחק קאָרן האָט מיר אַזוי אויך געגעבן צו פֿאַרשטיין: „סאַנדלער, מער מענטשן האָסטו נישט געקאָנט אַהער ברענגען?!‟ — גיי דערצייל אים, אַז נישט איך האָב דאָ פֿאַרקאָכט די גאַנצע מאַמעליגע.

זוכן אונדזער „פּראָדוסער־פּאָרעלע‟, איז נאָר פֿאַרלירן די צײַט. זיי זײַנען ווי אַנטרונען געוואָרן — מע זעט זיי נישט און מע הערט זיי נישט!

און ווידער האָט אין מיר אַ קלינג געטאָן דאָס „אַלאַרעם־גלעקעלע‟: סוכנות! נישט לאַנג פֿאַרן קומען אַהער האָט אין קעשענעוו אויפֿגעעפֿנט איר פֿאָרשטייערשאַפֿט די ייִדישע אַגענץ. צו געפֿינען אַ בנין, וווּ די פֿאָרשטייערשאַפֿט זאָל זיך געפֿינען, האָב איך אויך צו דעם צוגעלייגט אַ האַנט. דעמאָלט האָט מיר ברוך גור, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּטייל בײַם סוכנות אין ירושלים, געזאָגט בזה־הלשון: „בעט וואָס דו ווילסט, האָסט עס ערלעך פֿאַרדינט‟. ס’איז געווען אַזוי אומדערוואַרט און אומגעוויינטלעך, אַז כ’האָב זיך פֿאַרלוירן. כ’האָב נישט געוווּסט, נעבעך, וואָס צו בעטן. איז זײַן פֿאָרשלאָג געבליבן הענגען נישט פֿאַרענטפֿערט, ווי אַ וווּנטש אין אַ כּישוף־מעשׂהלע.

האָב איך וועגן דעם דערציילט ניסלען.

— דאָס איז אונדזער אייציקער שאַנס, — איז געווען זײַן רעאַקציע, — מיר מוזן פֿאָרן קיין ירושלים, אין סוכנות. קיין אַנדער ברירה האָבן מיר נישט!

ברוך גור האָט געהאַלטן זײַן וואָרט. קיין געלט אויף צו פֿאַרריכטן די קאַמערע האָבן מיר נישט באַקומען. וואָס יאָ, ער האָט אונדז אויסגעטיילט אַ קליינעם אויטאָבוס מיט אַלע קינאָ־מחשירים און מיט אַ טעכניקער, וואָס איז אויך געווען דער שאָפֿער.

— איר האָט פֿינף טעג צו פֿאַרענדיקן דאָ אײַער אַרבעט. — האָט ער געזאָגט, — מער פֿון דעם קען איך גאָרנישט טאָן.

איצט זאָגט, אַז אין ישׂראל טרעפֿן זיך נישט קיין נסים.

20180628_114013
שמריהו לין: עס זײַנען געווען גאָלדענע צײַטן. קינדערישע יאָרן האָבן זיך טיף אַרײַנגעוואָרצלט אין מײַן האַרצן…

דאָס אָרט, וווּ צו פֿילמירן מײַן שמועס מיט שמריה לין, האָט שמוריה אַליין אָנגערופֿן: אַנטקעגן דעם העברעיִשן טעאַטער „הבימה‟. אין דעם קאַפֿע אַנטקעגן, האָט ער דערקלערט, וועלן מיר קאָנען זיצן רויִק און רעדן. איך האָב אים געקאָנט פֿאַרשטיין: אין דער שטאָט יאַס, רומעניע, איז ער באַקאַנט געווען ווי אַן אַקטיאָר פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער. ער האָט געשפּילט דאָרט די ראָלעס פֿון העלדן און קאָכאַניקעס. זײַן שיינע באַריטאָן־שטימע האָט אים שפּעטער, נאָכן פֿאַרלאָזן רומעניע, געגעבן די מעגלעכקייט צו ציִען די חיונה פֿון חזנות אין ענגלאַנד און אין דרום־אַמעריקע. אַן ענערגישער מענטש, איז ער געווען דער מאָטאָר פֿון „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש‟.

מיט קעשענעוו האָט אים פֿאַרבונדן זײַן קינדשאַפֿט, ווען ער, אַ וווּנדערקינד, מיט אַ פּרעכטיק שטימעלע, איז געשיקט געוואָרן אַהין זיך לערנען אין צירעלסאָנס ישיבֿה.

עס זײַנען געווען גאָלדענע צײַטן. קינדערישע יאָרן, וואָס האָבן זיך טיף אַרײַנגעוואָרצלט אין מײַן האַרצן. דאָס דאַווענען פֿרײַטיק צו נאַכטס — די שיל איז געווען געפּאַקט. יעדן שבת אין דער פֿרי — געפּאַקטע שילן.

איך געדענק, ווינטער פֿלעג איך גיין אין שניי פֿון דער פּעטראָפּאַוולאָווסקאַיאַ קומען צו דער סינאָדינאָווסקאַיאַ, צו זינגען אינעם שילכאָר. און אַפֿילו איצט געדענק איך אייניקע תּפֿילות, וועלכע מיר פֿלעגן דעמאָלט זינגען…

אַזוי איז שוין, אַפּנים, באַשערט, אַז ווער האָט אָפּגעלעבט אַ לעבן אויסער זײַן אַלטער היים, זעט נאָך אַלץ אין זײַנע חלומות די קינדער־יאָרן. איך האָב עס געהערט אויך פֿון די אַלטע בעסאַראַבער אין „בית יהודי בסרביה‟; און פֿון די עטלעכע בעסאַראַבער ייִדן, מיט וועלכע מיר האָבן זיך באַגעגנט אין חיפֿה; און אין ירושלים — בעתן שמועס מיטן פּרעכטיקן ייִדישן דיכטער מאיר חרץ… ס’וואָלט געווען נאַריש צו זאָגן, אַז זיי וווינען מיטן נעכטן, אָבער זייער נעכטן איז געבליבן מיט זיי, ווי אַ גײַסטיקער יסוד צו זייער ווײַטערדיק לעבן, אויסער דער אַלטער היים. דאָס וואָרט „היים‟ האָט אין ייִדיש אַ באַזונדערן זין. אַ באַגריף, וואָס מיינט נישט קיין פֿיזיש אָרט פֿון ווענט מיט אַ דאַך, ווי קינדער מאָלן עס אויף זייערע בילדער; היים — איז אַ צונויפֿשמעלץ פֿון אָנדענק און געפֿילן. אַ געהיים ווינקעלע אין מוח און אין האַרצן…

bris-mils-1991
דער אָפּעראַטאָר סאַשע וואַסיליעוו און באָריס סאַנדלער. “ברית־מילה”

אינעם פֿילם איז דאָ אַן עפּיזאָד „ברית־מילה‟. דער דעמאָלטיקער הויפּט־רובֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי ז״ל קומט אַרײַן אין אַן אַלט קעשענעווער הויז, צו מאַכן דעם נײַ־געבוירענעם ייִנגעלע אַ ברית־מילה. אַוודאי, איז עס געווען אַ סימבאָלישע סצענע. די אמתע ברית־מילה האָט מען דעם ייִנגעלע געמאַכט אין ישׂראל, וווּהין זײַנע עלטערן האָבן אים גאָר אין גיכן אַוועקגעפֿירט. הײַנט איז דער בחור אַלט 25 ביז הונדערט און צוואַנציק. מעגלעך, אַז דווקא אָט דער קורצער עפּיזאָד פֿון זײַן קינאָ־ברית וואָלט געקאָנט ווערן אַן אָנהייב צו אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם מיטן נאָמען שוין אָן אַ פֿראַגע־צייכן: „דאָ איז מײַן היים!‟.

יאַנואַר־פֿעברואַר 2017, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s