בערל קאָטלערמאַן
דער וועג קיין אײַט-בין-כאַדו ליגט איבער אַן אומענדלעכן מידבר. דער אויטאָבוס איז שוין געפֿאָרן עטלעכע שעה נאָכאַנאַנד, אָבער דער פּייזאַזש הינטער די שויבן איז געבליבן דער זעלבער: די ניט-הויכע זאַמדיקע דיונעס, באַוואַקסן דאָ און דאָרט מיט פֿאַרשטויבטע צעפֿליקטע קוסטן. דער הימל האָט געהאַט אַזאַ שטאַרק שרײַענדיק-בלויען קאָליר, ממש אַ מכּה אין די אויגן. די פּאַסאַזשירן אָבער האָט עס ניט גענודיעט. די-אָ עטלעכע צענדליק מענטשן זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן און קאָלעדזשן, כּדי צו באַהאַנדלען זייערע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, אויסהערן די קאָלעגן, ווי אויך אַ ביסל דורכלופֿטערן דעם קאָפּ נאָך דעם אויסמאַטערנדיקן לערן-סעמעסטער. אַלע זײַנען זיי געווען בכּבֿודיקע און אויטאָריטעטפֿולע מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמישער געזעלשאַפֿט, מחברים פֿון וויכטיקע מאָנאָגראַפֿיעס און אַרטיקלען אין דיקע וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן; געשטאַנען אין שפּיץ פֿון קאַטעדרעס און אָפּטיילונגען. איינער איז אַפֿילו געווען דער פּרעזידענט פֿון אַ יורידישער הויכשול.
די רײַזע האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ: די פֿאָרשער פֿלעגן פֿאָרן פֿון איין אָרט צו אַן אַנדער אָרט, און דערנאָך האָבן זיי געווידמעט אַ זיצונג וועגן דעם צי יענעם אַספּעקט פֿון דעם עקזאָטישן קאַנט — אַ טשיקאַווער טרעפֿפּונקט פֿון קולטורן, פֿעלקער, רעליגיעס און אמונות. נעכטן, למשל, האָט מען אַרומגערעדט דעם אוניקאַלן פֿענאָמען פֿון אַ פּאָרט־שטאָט, וואָס איז אין משך פֿון יאָרהונדערטער אַ סך מאָל אַריבער פֿון הענט צו הענט און האָט געביטן די לעבנס־שטייגער, מינהגים און לשונות.
אויפֿן הײַנטיקן אָוונט, פֿאַרן און נאָכן טראַדיציאָנעלן באַנקעט, האָט מען פֿאַרפּלאַנירט אַ גאַנצע ריי רעפֿעראַטן וועגן דער וויכטיקער ראָלע פֿון די מידבר-אָאַזיסן אין דער געשיכטלעכער, קולטורעלער, געזעצלעכער און רעליגיעזער פּערספּעקטיוו. אָט די פֿילזיניקע דיסקוסיע האָט געדאַרפֿט אַדורכגיין אין אַ לוקסוס-האָטעל ניט ווײַט פֿון די חורבֿות פֿונעם אוראַלטן „קאַסר‟, אַ טויזנט־יאָריקע ליימענע שלאָסשטאָט, וואָס האָט שוין לאַנג צוגעצויגן די האָליוווּד-טוער מיט איר אויסגעשפּראָכענעם אָריענטאַליזם. ווילסט פֿאַרקויפֿן דעם צושויער אַ פֿילם וועגן, לאָמיר זאָגן, טימבוקטו — אָט האָסטו טימבוקטו גאָר ביליק; ווילסטו קרתּגו, וואָס מוז תּמיד צעשטערט ווערן — האָסטו קרתּגו, און אַפֿילו אַלט-ירושלים, מיט אַַלע אירע מויערן און טויערן, קען מען באַקומען דאָ גאָר נאַטירלעך, באַַזונדערס, פֿון דער ווײַטנס.
עס איז נאָך געבליבן אַ היפּש שטיקל צײַט צו פֿאָרן, און די אַקאַדעמיקער האָבן זיך דערווײַל פֿאַרווײַלט מיט כּמו-אַקאַדעמישע שמועסן, איבערגעבנדיק איינער דעם צווייטן דעם מיקראָפֿאָן. דער אָנערקענטער „בדחן‟, פּראָפֿעסאָר־מעדיעוואַליסט קאַנטאָר, האָט באַגלייט יעדע רעפּליק מיט אַ הומאָריסטישן קאָנפֿעראַנס. כאָטש ער איז געווען איינער פֿון די קאָנפֿערענץ־אָרגאַניזאַטאָרן, איז צו פֿאַרווײַלן דעם עולם אין דער פֿרײַער צײַט נישט אַרײַנגעגאַנגען אין זײַנע פֿונקציעס. נאָר אַזאַ איז שוין געווען זײַן כאַראַקטער: ער האָט ניט געקענט שטיל אײַנזיצן אין קיין שום קאָמפּאַניע; אים האָט זיך באַלד געוואָלט זײַן דער קאָמפּאַניעס נשמה, וואָס האָט פֿון אים געפֿאָדערט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך ענערגיע.
אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן, האָט זיך אַרום פּראָפֿעסאָר קאַנטאָר תּמיד אויסגעפֿורעמט אַ כאָפּטע חסידים. זיי האָבן זיך אײַנגעהערט אין יעדן וואָרט זײַנס און געהאָלפֿן אים אין זײַן קאָמפּליצירטער מיסיע. די-אָ חסידים זײַנען ניט געווען אַבי ווער. זייער אַקאַדעמישער „רעקאָרד‟ האָט געקענט אָן ספֿק אַרויסרופֿן אַ סך כּבֿוד בײַ זײַטיקע מענטשן. אַן אויפֿמערקזאַמער אָבסערוואַטאָר אָבער, האָט אָפֿט געקענט באַמערקן עפּעס אַ הינטערקוליסנדיקע פֿאַרבינדונג מיט קאַנטאָרן: אַ פּובליקאַציע אין אַ זשורנאַל, וווּ יענער האָט געדינט ווי דער הויפּט-רעדאָקטאָר צי אַ מיטלגיד פֿונעם „באָרד‟; אַן אָנטייל אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיום מיט דעם זעלבן קאַנטאָר ווי אַ פּאַנעל-פֿאָרזיצער; אַ בשותּפֿותדיקע דאָקטאָראַנטן-לײַטונג, מיטרעדאַגירטע זאַמלונגען פֿון אַרטיקלען, ניט קיין צופֿעליקע גראַנטן און נאָך און נאָך…
קאַנטאָר, מיט זײַן גוטמוטיקן שמייכל אויפֿן קײַלעכדיקן פּנים, האָט געהאַט אַ שם פֿון אַ מענטש פֿון ברייטע זשעסטן. אין געוויסע אומשטענדן איז ער געווען גרייט אַוועקצוגעבן זײַן קאָלעגע אין נויט דעם לעצטן סמאָקינג. וואָס האָבן געדאַרפֿט זײַן די אומשטענדן איז געווען ניט קלאָר, אָבער זײַן „חסידישער הויף‟ האָט עס זיכער גוט פֿאַרדײַעט.
קאַנטאָרן האָט זיך דערלויבט אויסלאַכן בפֿרהסיה אי אייגענע, אי פֿרעמדע קאָלעגן, מערסטנס אָבער די אייגענע. די קאָלעגן פֿלעגן שעמעוודיק פּרוּוון זיך צו פֿאַרענטפֿערן מיט אַ וויץ, נאָר ניט איבעריק דרייסט. אויך איצט, פֿאַרכאַפּנדיק דעם מיקראָפֿאָן, האָט אונדזער פּראָפֿעסאָר זיך ניט געאײַלט אים אַריבערצוגעבן ווײַטער. ער האָט זיך געלאָזט מיט אימפּעט צו באַהאַנדלען די כּלומרשט „אייראָפּעיִשע מאַנערן‟ פֿון איינעם אַ פֿילאָסאָפֿיע-דאָקטאָר, וואָס האָט געשטאַמט לויטן אויסזען פֿון אַ מיטל־אַזיאַטישער מדינה.
דער דאָקטאָר האָט זיך אַרומגעקוקט, זוכנדיק נעבעך אַ ישועה, נאָר קיין ישועה איז, ליידער, ניט געווען. אַ פּאָרפֿאָלק פֿון לינקס האָט זיך פּלוצים שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט עפּעס אין דרויסן; זײַן שכן פֿון רעכטס האָט זיך פֿאַרטיפֿט אינעם לייענען אַ בוך. די צוויי דאָקטאָראַנטן, וועלכע זײַנען געזעסן אין סאַמע עק אויף די הינטערשטע פּלעצער, האָבן געקוקט גלײַך אויף אים מיט תּמעוואַטע אויגן פֿון פֿאַרשקלאַפֿטע מענטשן, וואָס האָבן ניט קיין רעכט צו האָבן זייער אייגענע מיינונג. אַגבֿ, דאָס רבֿ דאָקטאָראַנטן, פֿלעגן אין אַלע נסיעות תּמיד זיצן אויף די הינטערשטע פּלעצער, לויט אַ ניט-געשריבענעם עטיקעט.
ערגעץ דאָרט איז צווישן זיי געזעסן פּראָפֿעסאָר קאַנטאָרס אַסיסטענט, וואָס האָט געהאַט שוין אַ יאָר 20 באַגלייט זײַן בעל-הבית אויף אַלע סעמינאַרן, אָבער אַליין נאָך ניט געמאַכט קיין שום קאַריערע. דער דאָקטאָר גופֿא האָט ניט געפֿונען קיין בעסערע רעאַקציע, ווי דעמאָנסטראַטיוו אָנצובלאָזן דאָס פּנים און מיט אַ געמאַכטן כּעס אַ סטראַשע טאָן מיט אַ פֿינגער אין דער ריכטונג פֿון דעם פּראָפֿעסאָר דעם פּאַיאַץ.
דער פּראָפֿעסאָר, וואָס איז געזעסן גלײַך הינטער דעם שאָפֿערס רוקן, האָט דערווײַל אָפּגעגעבן עמעצן דעם מיקראָפֿאָן און געשיקט זײַן שכנטע פֿון רעכטס צו ברענגען אים אַ פֿלעשל וואַסער. עטלעכע פּעקלעך פֿון זעקס קליינע וואַסער-פֿלעשלעך האָט מען געהאַלטן אין שאָטן אויף די טרעפּלעך פֿון דער הינטערשטער טיר. די שכנטע האָט גראַציעז אַדורכפּלאַַנירט צו די פֿלעשלעך. אויפֿן וועג האָט זי חבֿריש געפֿרעגט, צי נאָך עמעצער וויל וואַסער. עטלעכע מענטשן האָבן איר צוגעשטימט. דער פּראָפֿעסאָר האָט זיך זשעדנע צוגעזויגט צו דעם פּלאַסטיק-העלדזל, וואָס האָט אים אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרשטאָפּט דאָס מויל.
דערווײַל האָט איינער, גאָר אַן אָרדינאַרער אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ, באַקומען דעם מיקראָפֿאָן, קעגן דער באַשטימטער (פֿון דעם פּראָפֿעסאָר) היעראַרכיע.
הינטער די שויבן האָבן זיך געכוואַליעט די זעלבע זאַמדן, וועלכע זײַנען געוואָרן אַלץ געלער און געלער. דער אָרדינאַרער אָנטיילנעמער האָט אָנגעהויבן האַלב-ערנסט צו דערציילן וועגן די איין- און צוויי־הויקערדיקע קעמלען און וועגן זייער יכולת צו באַגייען זיך אָן וואַסער אַ לאַנגע צײַט. דער פּראָפֿעסאָר, וואָס האָט שוין געהאַלטן בײַם אויסטרינקען די לעצטע טראָפּנס פֿון זײַן פֿלעשל, איז פּלוצים פֿאַרשטאַרט געוואָרן, ווי אַ טרומייטער אינמיטן דעם שלאַכטפֿעלד. צי האָט ער דערזען אין דער קעמל-מעשׂה אַ מיאוסן רמז, צי ס׳איז גאָר געשען צופֿעליק, נאָר ער האָט איבערגעריסן דעם דערציילער מיט אַ האַסטיקן הוסט.
דער פּראָפֿעסאָר האָט דורכגערייניקט זײַן גאָרגל און אַ וואָרף געטאָן אַ בייזלעכן בליק אין דער פּוסטקייט. אין דער אַראָפּגעפֿאַלענער שטילקייט האָט מען געקענט הערן ווי עס סקריפּען די ווייכע לעדערנע זיצן אונטער מענטשלעכע קערפּערס. דער אויטאָבוס איז געלאָפֿן ווײַטער, פֿלינק ווי פֿריִער, לענגויס דעם שאָסיי, אויף וועלכן מע האָט ניט געזען קיין איין לעבעדיקע נשמה.
די צײַט האָט זיך שוין דערענטערט צו האַלבטאָג, און דאָס זאַמד האָט זיך ביסלעכווײַז אָנגעגליט, שיקנדיק אַרויף צו די לאַזור-הימלען שטראָמען לופֿט-זײַלן. פּלוצעם איז געוואָרן קלאָר די סיבה פֿון דער פֿאַרדעכטיקער שטילקייט: די קאָנדיציאָנערן, וועלכע האָבן פֿריִער אַרויסגעלאָזט אַ מאָנאָטאָניקן זשום, האָבן ניט געאַרבעט. דער בערבערישער שאָפֿער, מיט וועלכן די פּאַסאַזשירן האָבן ניט געהאַט קיין שום בשותּפֿותדיקע שפּראַך, האָט אָבער ווײַטער געדרייט דעם רודער ווי ס’איז גאָרנישט ניט געשען.
פּראָפֿעסאָר קאַנטאָר האָט זיך ווידער שטאַרק און לאַנג צעהוסט. זײַן שכן פֿון לינקס, אַ קונסט-טעאָרעטיקער מיט אַ שפּיציקער באָרד, האָט אַ ביסל אויפֿגעעפֿנט דאָס פֿענצטער. אַ וואָלקן שטויב, איבערגעמישט מיטן ריח פֿונעם צעגליטן אַספֿאַלט, האָט זיך אַרײַנגעריסן אינעם סאַלאָן. דער אָנגעשראָקענער קונסט-טעאָרעטיקער האָט זיך געכאַפּט צו פֿאַרמאַכן דאָס פענצטער צוריק, ס׳האָט זיך אים אָבער ניט באַלד אײַנגעגעבן. אינעם אויטאָבוס איז געוואָרן אַ סך הייסער. דאָס פּאָרפֿאָלק, וואָס איז געזעסן לעבן דעם פֿילאָסאָפֿיע-דאָקטאָר מיט „אייראָפּעיִשע מאַנערן‟, איז פּלוצעם אויפֿגעשטאַנען און פֿאַרנומען די צוויי פֿרײַע פּלעצער נאָענט צו דער הינטערשטער אויטאָבוס־טיר.
קיינער האָט שוין מער ניט געוואָלט ניצן דעם מיקראָפֿאָן. די וויסנשאַפֿטלער האָבן אָנגעהויבן צעבינדן זייערע קראַוואַטן, אָפּווישן דעם שווייס פֿונעם שטערן און האַלדז, זיך אָפּפֿאָכן מיט צײַטונגען. אַזוי זײַנען אַריבער אַ מינוט פֿופֿצן, שטיל און געדריקט. לויט דעם פּלאַן, האָט דער אויטאָבוס געדאַרפֿט אָנקומען אין האָטעל אין אַ שעה פֿיר אַרום. אויסהאַלטן אַזוי לאַנג אין אַזאַ היץ אינעם פֿאַרמאַכטן אויטאָבוס, איז געווען אוממעגלעך.
די געלע זאַמדן הינטער די פֿענצטער האָבן געזאָגט עדות, אַז אין דרויסן איז געווען נאָך ערגער. ביסלעכווײַז זײַנען די פּאַסאַזשירן געוואָרן אויפֿגעבראַכט. די צוויי יונגע פֿאָרשער פֿון צוויי עקן סאַלאָן, האָבן זיך איבערגעשריִען צווישן זיך און באַשלאָסן בכל־אופֿן צו עפֿענען די פֿענצטער, ס׳זאָל ווערן אַ צוגווינטל. זיי האָבן עס דורכגעפֿירט אָן שוועריקייטן, אָבער דאָס צוגווינטל האָט ווידער אַרײַנגעבראַכט אַ וואָלקן שטויב. דער פּראָפֿעסאָר האָט אָן אַ סוף געהוסט, האַלטנדיק אַ געקעסטלט נאָזטיכל מיט קויטיקע פֿלעקן לעבן דעם מויל. ער האָט געוואָרפֿן אויף איינעם פֿון די יונגע פֿאָרשער בליקן, אין וועלכע ס׳האָט זיך געלייענט ניט אַזוי זײַן געוויינטלעכע שטרענגקייט, ווי אַ שטומע בקשה.
דער דאָקטאָר מיט „אייראָפּעיִשע מאַנערן‟, וואָס איז געזעסן אין דער מיט פֿונעם אויטאָבוס, האָט ערגעץ אויסגעפֿונען אַ גרויסע מאַפּע און זי פֿאַר זיך צעשפּרייט. וואָס לענגער ער האָט זיך אין איר אײַנגעקוקט, אַלץ טיפֿער זײַנען געוואָרן די קנייטשן אויף זײַן שטערן. פּלוצעם האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון זײַן זיץ פּראָפֿעסאָר קאַנטאָר און הייזעריק, אָבער אויטאָריטאַריש זיך אַרויסגעזאָגט: „מיר מוזן אײַנפֿירן דעם וואָסער-ראַציאָן. יעדער איינער זאָל מיר ראַפּאָרטירן, וויפֿל וואָסער האָט ער אָדער זי פֿאַר פּערזענלעכן געברויך, אַ חוץ די פּעקלעך פֿאַר אַלעמען.‟
זײַנע לעצטע ווערטער האָט באַגלייט אַ מאָדנער רעש ערגעץ אינעם סוף סאַלאָן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער מאַן פֿונעם פּאָרפֿאָלק, וואָס האָבן פֿריִער געביטן די פּלעצער, האָט געפּרוּווט אַרויסשלעפּן אַ גאַנצן פּאַק וואַסער-פֿלעשלעך פֿון אונטער אַ זיץ לעבן דער הינטערשטער טיר. בעת מעשׂה, האָט זיך די ניילאָן-אײַנפּאַקונג פֿאַר עפּעס פֿאַרטשעפּעט און געפּלאַצט. די פֿלעשלעך האָבן זיך צעשפּרייט איבער דער פּאָדלאָגע. דער מאַן האָט זיך געוואָרפֿן זיי צונויפֿזאַמלען, דערנאָך געפּרוּווט אַרויסציִען נאָך איין קאָמפּלעקט פֿלעשלעך, אָבער די דאָקטאָראַנטן, ווי רויבפֿייגל, האָבן זיך אַרויפֿעוואָרפֿן אויף דעם נעבעכדיקן „שמוגלער‟. עטלעכע פּאַסאַזשירן זײַנען אויפֿגעשטאַנען פֿון זייערע פּלעצער און זיך אָנגעהויבן רוקן אין יענער ריכטונג…
איבער דעם סאַלאָן זײַנען אַרומגעלאָפֿן זונפֿלעקן, וועלכע האָבן אַרויסגעכאַפּט פֿון דאָ און דאָרטן ברעמען, צעשפּרייט ווי פֿליגלען בײַ אַן אָדלער, איבערגעשראָקענע הירש-אויגן, אויסגעשטרעקטע קרעלן און שלעכט-אָפּגעגאָלטע נעאַנדערטאַלישע קינען. אַלע האָבן עפּעס געשריגן אין איין צײַט — ממש אַ מין פֿויגלגוואַלט.
דער דאָקטאָר מיט „אייראָפּעיִשע מאַנערן‟ האָט מיט אַ מאָל באַמערקט, אַז דער שפּיצבערדיקער קונסט-טעאָרעטיקער פּאַטשט מיט דער אָפֿענער דלאָניע דעם פּראָפֿעסאָר קאַנטאָרס אָנגעשוואָלן פּנים; און זייער שכנטע פֿון רעכטס דערלאַנגט מעטאָדיש דעם פּראָפֿעסאָר אין בויך אַרײַן מיט איר קליין פֿויסטל. אין זייער ריכטונג האָט זיך געריסן דער אָרדינאַרער אָנטיילנעמער, וואָס האָט פֿריִער גערעדט וועגן קעמלען. ס’איז נאָך דערווײַל נישט קלאָר געווען, צי ער אײַלט זיך דעם נעבעכדיקן פּראָפֿעסאָר אַרויסצוהעלפֿן, צי ער וויל זיך אָנשליסן צו זײַנע עקזעקוטאָרס.
אַ האַרצרײַסנדיקער געשריי פֿונעם הינטערשטן טייל סאַלאָן האָט איבערגעשטיגן דעם גאַנצן רעש. דער דאָקטאָר האָט אַ קוק געטאָן אויף צוריק. דאָרטן איז שוין געגאַנגען אין אַ פֿולן גאַנג אַ געשמאַקע שלעגערײַ, מיט אַ חיהשן סאָפּען-און-ווויען און מיט אַ טראַסק פֿון צעריסענע בגדים. דעם „שמוגלערס‟ פּלניתטע האָט זיך אָנגעשפּאַרט מיטן רוקן אין פֿענצטער, צודריקנדיק צום בוזעם צוויי פֿלעשלעך וואַסער. זי האָט ניט געזען, אַז גלײַך איבער איר קאָפּ, אויף דער מעטאַלענער באַגאַזש-פּאָליצע איז געקראָכן, ווי אַ שלאַנג, אַן אַנדער אָנטיילנעמערין פֿון דער קאָנפֿערענץ מיט עפּעס אַ בלישטשענדיקער זאַך אין די הענט. אַ מאָמענט — און דעם שמוגלערס פּלניתסטעס שטערן האָט זיך פֿאַרגאָסן מיט דינע שטרעמלעך בלוט. די צוויי פֿלעשלעך האָבן דערווײַל אַריבערגעוואַנדערט צו דער „שלאַנג‟ פֿון אויבן…
דעם אויטאָבוס-סאַלאָן איז געווען שווער צו דערקענען. זײַן הינטערשטן טייל האָבן פֿאַרכאַפּט די דאָקטאָראַנטן. עטלעכע פֿון זיי זײַנען געזעסן אויף די וואַסער-פּעקלעך. דער „שמוגלער‟ איז געלעגן אויף דער פּאָדלאָגע מיטן פּנים אַראָפּ. אינעם פֿאָדערטייל איז נאָך אַלץ געגאַנגען די ענערגישע, כּמעט פֿריילעכע עקזעקוציע איבער פּראָפֿעסאָר קאַנטאָר. יענער האָט שוין ניט געהוסט, נאָר קוים געכריפּעט. נאָך עטלעכע מענטשן האָבן זיך געשלאָגן דאָרטן, פֿאַלנדיק איינער אויפֿן צווייטן, ווען דעם פֿליִענדיקן אויטאָבוס האָט געוואָרפֿן פֿון זײַט צו זײַט.
אין דער מיט האָבן זיך פֿאַרשטעקט עטלעכע מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן אויסגעזען מער ציוויליזירט, אָבער אויך זייערע פּנימער האָבן שוין אָנגעטאָן חיהשע מאַסקעס. צווישן זיי האָט זיך אויסגעטיילט קאַנטאָרס אַסיסטענט, וואָס האָט אומזיסט געפּרוּווט זיך אַדורכרײַסן צו זײַן צענעריקטן שעף. זײַן געליטן פּנים אין ברילן מיט אַ געפּלאַצט גלעזל האָט זיך אויסגעטיילט פֿון די אַרומיקע פּרצופֿים מיט עפּעס אַ פֿאַראורטיילטער באַגײַסטערונג.
אַ פּאָר אַלטע עמעריטוסן האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אין זייערע זיצן. איינער פֿון זיי איז געווען אַ וועלט-באַרימטער מומחה פֿאַר פּיקטאָגראַמען. מיט טרייסלענדיקע הענט האָט ער געפּרוּווט עפֿענען אַ קליין פּושקעלע, אָבער דאָס דעקל האָט זיך אײַנגעשפּאַרט. דער אויטאָבוס האָט אומדערוואַרט אַ שפּרונג געטאָן, און דער פּיקטאָגראַמשטשיק האָט גלײַך פֿאַר זיך דערזען דאָס פֿאַרקרימטע פּנים פֿון אַ יונגן פֿאָרשער. דער יונגער־מאַן האָט מיט שׂינאה אַרויסגעשלאָגט דאָס פּושקעלע פֿון די אַלטע הענט. דעם אַלטיטשקנס אויגן האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט טרערן, און ער האָט גענומען הילפֿסלאָז טאַפּן מיט דער האַנט די שויב, ווי ער וואָלט געזוכט אַן אַרויסגאַנג…
די היץ אינעם אויטאָבוס איז געוואָרן אומדערטרעגלעך. דער דאָקטאָר מיט „אייראָפּעיִשע מאַנערן‟ האָט געפֿילט אַ שרעקלעכן דורשט. דורשטיק איז געווען אויך זײַן שכן: ער האָט אַראָפּגעוואָרפֿן זײַן זשאַקעט, אַרויסגעלאָזט אַ ווילדן ברום און זיך געלאָזט קריכן גלײַך אויף די אָנלענען פֿון די זיצן צו די דאָקטאָראַנטן, וואָס זײַנען געזעסן אויף די פּעקלעך מיט וואַסער. עס איז געוואָרן אַלץ שווערער און שווערער צו אָטעמען. דאָ און דאָרט, אויף די זיצן און אונטער זיי האָבן זיך געזען שלאַבעריקע קערפּערס.
אינעם פֿאָדערטייל פֿונעם אויטאָבוס איז ווײַטער אָנגעגאַנגען די שלעגערײַ. דער דאָקטאָר האָט אַ קוק געטאָן אויף זײַן זייגער און זיך געוווּנדערט, אַז די ווײַזערס שטיין אויף דעם זעלבן אָרט ווי פֿריִער. אין דעם-אָ מאָמענט איז אַ גרויסער רוקזאַק אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דער באַגאַזש-פּאָליצע און געטראָפֿן אינעם דאָקטאָר. ער האָט פֿאַר שרעק פֿאַרזשמורעט די אויגן, אָבער דער רוקזאַק האָט זיך ארויסגעוויזן אַ סך ווייכער ווי מ׳האָט געקאָנט דערוואַרטן. דער קלאַפּ איז געווען נישט קיין שטאַרקער. דער דאָקטאָר האָט אויפֿגעציטערט און אויפֿגעמאַכט די אויגן…
אַנטקעגן אים איז געשטאַנען פּראָפֿעסאָר קאַנטאָר און, קוקנדיק איבער די קעפּ, האָט ער עפּעס דערציילט אין זײַן געוויינטלעכן פּאַיאַצישן סטיל. דער קאָנדיציאָנער האָט ריטמיש געזשומעט. זײַן שכן פֿון רעכטס האָט געבלעטערט אַ דיקלעך בוך מיט גראַפֿן און טאַבעלן. דאָס פּאָרפֿאָלק פֿון לינקס האָט רויִק געדרימלט. פֿון יענער זײַט שויבן האָבן געגעלט די זאַמד-דיונעס און אין דער ווײַטנס האָט זיך שוין אָנגעזען דער בילדערישער סילועט פֿון דער אוראַלטער שלאָסשטאָט אײַט-בין-כאַדו, פּונקט ווי מע זעט זי אין די האָליוווּדער פֿילמען „לאָורענס פֿון דער אַראַביע‟, „גלאַדיאַטאָר‟ און „די מלכות פֿון הימלען‟.
ווילנע 2016 / ערבה 2018