
מיכאל מאַסאַרסקי
זונטיק, דעם 6טן מײַ 2018 האָט זיך אינעם פּרעכטיקן זאַל פֿון דער „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע‟ („בית־אחים‟־קהילה) אין מאַנהעטן פֿאַרזאַמלט אַ גרױסער עולם ליבהאָבער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, כּדי אָפּצומערקן דעם 102טן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען. די הזכּרה האָט זיך אָנגעהױבן פֿון דער אַרײַנפֿיר־רעדע, אָפּגעהאַלטן פֿון קענעט קאַופֿמאַן, דעם שרײַבערס אור־אײניקל און לאַנג־יאָריקן פֿאָרזיצער. ער האָט פֿאָרגעשטעלט זײַנע קרובֿים און אײַנגעלאַדענע געסט, ווי אויך ציטירט אײניקע װיצן און קאָמישע אױסדרוקן פֿון זײַן באַרימטן עלטער־זײדן. דער עולם האָט זײ אױפֿגענומען מיט אַ „געזונטן געלעכטער‟.
װי סע פֿירט זיך שוין לאַנגע יאָרן, איז דערנאָך רעציטירט געװאָרן אױף ייִדיש און ענגליש אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס עטישער צװאה, װוּ ער האָט אױסגעדריקט דעם פֿאַרלאַנג, מע זאָל בײַ זײַנע יאָרצײַטן פֿאָרלײענען די סאַמע פֿרײלעכע מעשׂיות זײַנע און דערמאָנען זײַן נאָמען בלױז מיט געלעכטער.
די צװאה אױף ייִדיש האָט איבערגעלייענט דער באַקאַנטער שױשפּילער שײן בײקער. די ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם זעלבן צװאה־פֿראַגמענט האָט פֿאָרגעלײענט פֿאַרן עולם שלום־עליכמס אײנציק אײניקל, שערװין קאַופֿמאַן. װי אין די פֿריִערדיקע דרײַ יאָר, האָט ער אױך רעציטירט דעם זײדנס עפּיטאַפֿיע, איבערגעזעצט אױף ענגליש פֿון זײַן שװעסטער, בעל קאַופֿמאַן. אין פֿאַרלױף פֿון לאַנגע יאָרן האָט שערווין געאַרבעט װי אַ דאָקטער־גינעקאָלאָג. ער איז אױך אַ מוזיקאַנט, קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט, אַ מחבר פֿון מוזיק און טעקסטן צו אַ סך זינגלידער. אין עטלעכע װאָכן אַרום, װעט ער װערן 98 יאָר אַלט, ביז הונדערט און צװאַנציק!

די רשימה פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישע שאַפֿונגען, רעציטירט אין יענעם אָװנט פֿון אָנגעזעענע אַקטיאָרן פֿון טעאַטער, טעלעװיזיע און קינאָ, האָט אײַנגעשלאָסן: „די שטאָט פֿון די קלײנע מענטשעלעך‟ (פֿאָרגעלײענט אױף ענגליש פֿון סוזען טאָרען); „אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע‟ (טעאַטראַליזירט אױסגעפֿירט אױף ייִדיש און ענגליש, פֿון דרײַ שױשפּילער: יעלענאַ שמולענסאָן, אַלען ריקמאַן און שײן בײקער); „איבער אַ היטל‟ (פֿאָרגעלײנט אױף ענגליש פֿון דזשאָרדזש גידעל). אַלע אױפֿטריטן פֿון די אַקטיאָרן זײַנען באַגלײט געװאָרן מיט געלעכטער און דױערנדיקע אַפּלאָדיסמענטן.
צום סוף, האָט מען געװיזן אױפֿן גרױסן עקראַן די װידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער רעדע, אָפּגעהאַלטן אינעם זעלבן זאַל מיט פֿינף יאָר צוריק פֿון שלום־עליכמס אײניקל, בעל קאַופֿמאַן. זי האָט פּערזענלעך געקענט איר זײדן. זי איז ניפֿטר געװאָרן אין 2014 אין עלטער פֿון 103 יאָר.
לױט דער לאַנג אײַנגעפֿירטער טראַדיציע, האָט די הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ כּיבוד.
שױן אַ לענגערע צײַט, אַז איך, אַ ייִד אַ ליטװאַק פֿון רײַסן, בין פֿאַראינטערעסירט אין דער געשיכטע און קולטור פֿון אונדזערע ספֿרדישע שטאַמברידער. דעריבער האָב איך אױך געװאָלט בשעתן פֿאָרשן די ייִדישע פּרעסע, זיך דערװיסן, װי אַזױ עס האָבן זיך אָפּגערופֿן אױף שלום־עליכמס טויט די פּעריאָדישע אױסגאַבעס פֿון דער אָרטיקער ספֿרדישער געמײנדע. אין שײַכות דערמיט, האָב איך געפֿונען און איבערגעלײענט עטלעכע צײַטונגען אױף דזשודעאָ־עספּאַניאָל אָדער לאַדינאָ, דערשינען אין ניו־יאָרק אין מײַ 1916, מיט שלום־עליכמס נעקראָלאָגן אױף די ערשטע זײַטן.

אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט זײַנען ס’רוב לײענער פֿון לאַדינאָ־שפּראַכיקע פּובליקאַציעס אין ניו־יאָרק געווען די אימיגראַנטן פֿון טערקײַ, גריכנלאַנד, בולגאַריע, באָסניע און הערצעגאָװינע, און אַנדערע הײַנטיקע דרום־מיזרחדיקע אײראָפּעיִשע לענדער. זיי האָבן געוווינט אין די טענעמענט־הײַזער אויף דער „איסט־סײַד‟, מאַנהעטן.
דאָס װאָכנבלאַט „לה אַמיריקה‟ (La Amerika) האָט געשריבן אינעם אַרטיקל װעגן שלום־עליכמס לװיה: ”זונטיק [אַ טעות. דאָס איז געשען שבת — מ. מ.], דעם 13טן מײַ בײַ נאַכט, איז בײַ זיך אין דער הײם אױף קעלי־גאַס 968 אין די בראָנקס, ניו־יאָרק, אין עלטער פֿון 57 יאָר, ניפֿטר געװאָרן דער באַרימטער שרײַבער־הומאָריסט, זשורנאַליסט און דיכטער אױף ייִדיש און העברעיִש, שלום ראַבינאָװיטש, באַקאַנט אונטער דעם פּאָפּולערן נאָמען ׳שלום־עליכם׳… ער איז געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין רוסלאַנד, װוּ ער פֿלעגט שרײַבן פֿאַר מערערע ייִדישע צײַטונגען און האָט אַרױסגעגעבן אַ סך ביכער, באַשרײַבנדיק דאָס לעבן פֿון אָרעמע און רײַכע מענטשן מיט אַ הומאָריסטישער שפּראַך…‟
אַן אַנדער צײַטונג „לה בוז דיל פואיבלו‟ (La Boz del Pueblo — דאָס קול פֿונעם פֿאָלק) האָט געשריבן אין איר נעקראָלאָג־אַרטיקל, אַז שלום־עליכם ”איז אַ שם־דבֿר בײַ די ייִדן אין אַלע עקן פֿון דער װעלט…‟; אַז „ער איז געװאָרן באַרימט, קודם־כּל, צוליב זײַן דראַמאַטישן הומאָר. ס׳איז ניט געװען אין דער לעצטער תּקופֿה קײן אַנדערער װעלט־באַקאַנטער שרײַבער, װעלכער װאָלט געצװוּנגען דעם צושױער אָדער די מיליאָנען פֿון זײַנע לײענער אַזױ לאַכן…‟. צום סוף, האָט די צײַטונג איבערגעגעבן, אַז צװישן די פּראָמינענטע ייִדן פֿון ניו־יאָרק, װעלכע האָבן זיך באַטײליקט אין שלום־עליכמס לװיה, איז געװען יוסף געדאַלעסיע ,(Joseph Gedalecia), דער פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקאַנער ספֿרדישער „פֿעדעראַציע פֿון אָריענטאַלע ייִדן‟. ווי אײנער פֿון די לװיה־דירעקטאָרן, איז ער געװען פֿאַראַנטװאָרטלעכט פֿאַרן אָרגאַניזירן די טרױער־פּראָצעסיע, און ער ”האָט אױך אױף אַזאַ אופֿן פֿאָרגעשטעלט די ספֿרדישע קהילה און בשלמות אױסגעפֿירט זײַנע פֿליכטן…‟. יוסף געדאַלעסיע איז אױך געװען אַ פֿליסיקער ייִדיש־רעדנער.
די געבראַכטע אינפֿאָרמאַציע זאָגט עדות, אַז צװישן דער גרױסער צאָל ניו־יאָרקער ייִדן, װעלכע האָבן מיט טרױער אױפֿגענומען די ידיעה װעגן דער פּטירה פֿונעם גרױסן ייִדישן שרײַבער און אָנטײלגענומען אין זײַן לװיה, זײַנען געװען, באַנאַנד מיט דער ייִדיש־רעדנדיקער מערהייט, אױך ייִדן פֿון אַנדערע עטנאָ־קולטורעלע עדות, אַרײַנגערעכנט אונדזערע ספֿרדישע ברידער.