פֿון אונדזער עזבֿון: רבֿקה רובין (1906־1987)

RivkaRubina
רבֿקה רובין אין די 1930ער יאָרן

רבֿקה רובין איז געבוירן געוואָרן אין מינסק, וווּ זי האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און די אַספּיראַנטור בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. אין 1934 איז זי אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע. געאַרבעט אין דעם ייִדישן אָפּטייל פֿונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. געווען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע בײַם זשורנאַל „היימלאַנד‟.

דעביוטירט מיט קריטישע אַרטיקלען (1931) אינעם מיסנסקער זשורנאַל „שטערן‟. אירע אינטערעסן האָבן זיך פֿון אָנהייב אָן פֿאָקוסירט אַרום דער שאַפֿונג פֿון שלום־עליכמען און י.־ל. פּרעצן. זי האָט זיך באַטייליקט אינעם צוגרייטן צום דרוק די געזאַמלטע ווערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים אין 4 בענד (1935־1940), שלום־עליכמען אין 16 בענד (1935־1941), צונויפֿגעשטעלט אַ צוויי־בענדיקע אויסגאַבע פֿון י.־ל. פּרץ (1941). אין די לעצטע יאָר־צענדליקער געוואָרן באַוווּסט אויך ווי אַ פּראָזע־שרײַבערין. אַ סך איבערגעזעצט אויף ייִדיש, אָפֿט צוזאַמען מיט איר טאָכטער, דער רוסישער דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד.

20180517_094104
לייענט די נאָטיץ פֿון רבֿקה רובינס בוך „שרײַבער און ווערק‟, פֿאַרלאַג „ייִדיש־בוך‟, וואַרשע־מאָסקווע, 1968

וועגן אַהרן גורשטיין*

גורשטיינס שרײַבטיש איז שטענדיק געווען פֿאַרוואַלגערט מיט ביכער, בראָשורן, מאַנוסקריפּטן — אייגענע און פֿרעמדע. און ער אַליין איז געזעסן אײַנגעבויגן איבער אים — נישט קיין הויכער, מיט שמאָלע האַקסלען, מיט אַ געגאַלטן קאָפּ און באַברילטע אויגן — אַ טיפּישער קאַבינעט־מענטש. האָט ער אָבער נאָר אויסגעדרייט צו אײַך זײַן פּנים, האָט איר באַלד דערפֿילט אויף זיך זײַן שאַרף־דורכדרינגלעכן בליק, פֿול מיט דורשטיקן נײַגער צום אַרום. גורשטיינס הויפּט־טעמע איז געווען ליטעראַטור און די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, ליטעראַטור און לעבן.

אין זײַנע אַרבעטן אויף ליטעראַריש־געשיכטלעכע טעמעס (וועגן לינעצקי, מענדעלען, פּרצן, גאָלדפֿאַדענען) האָט גורשטיין געשטרעבט אויפֿצודעקן דעם קאָנקרעט־היסטאָרישן אינהאַלט און באַטײַט פֿון די באַהאַנדלטע ווערק, פּונקט ווי אין זײַנע טעאָרעטיש־מעטאָדאָלאָגישע אַרבעטן האָט ער געזוכט אַ שליסן צו דעם דאָזיקן פּרינציפּ פֿון אַנאַליז. אויך בײַם באַהאַנדלען די שאַפֿונג פֿון די סאָוועטישע שרײַבער (בערגעלסאָן, דער נסתּר, האַלקין, פֿינינבערג, קוויטקאָ), האָט גורשטיין נישט פֿאַרלאָרן פֿון אויג דעם רעאַלן קאָנקרעט־היסטאָרישן באָדן, אויף וועלכן די אָדער יענע ווערק זײַנען געשאַפּן געוואָרן. דאָ איז ער אָבער אַליין געווען אַן אָנטיילנעמער אינעם היסטאָרישן פּראָצעס, ער איז געווען איינער פֿון אונדזערע אַקטיווסטע געזעלשאַפֿטלעכע טוער אין דער ליטעראַטור.

גורשטיין האָט רעדאַגירט אַקאַדעמישע אויסגאַבעס און מאַסן־אויסגאַבעס פֿון די קלאַסיקער, דורכלייגנדיק מיט דעם אַ וועג פֿאַר דער וויסנשאַפֿטלעכער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט רעדאַגירט פֿיל סאָוועטישע ביכער, העלפֿנדיק אָפֿט דעם שרײַבער מיט זײַן פֿײַנעם געשמאַק און גרויסן וויסן. גורשטיין האָט אַקטיוו מיטגעהאָלפֿן אָפּמערקן אין דער רוסישער פּרעסע די יובילייען פֿון פּרצן און שלום־עליכמען. ער האָט אַליין געשריבן אַרטיקלען וועגן ייִדישע שרײַבער (קלאַסיקער און הײַנטצײַטיקע) אין רוסישע צײַטונגען און זשורנאַלן.

אַ קריטיקער איז נישט נאָר דער, וואָס שרײַבט וועגן ליטעראַטור און גיט אָפּשאַצונגען פֿון גוטע און שלעכטע ווערק. אַ קריטיקער איז, אין דער ערשטער ריי דער, וואָס האָט באמת ליב די ליטעראַטור, כאָוועט און דערציט זי. אָט די גרויסע מעלה האָט פֿאַרמאָגט גורשטיין. און דערפֿאַר איז ער שטענדיק געווען שטאַרק באַשעפֿטיקט. שווער זיך פֿאָרצושטעלן, מיט וואָס פֿאַראַ ענינים מע האָט זיך געווענדעט צו אים. אַ שרײַבער האָט אָנגעשריבן אַ נײַע דערציילונג, מוז ער זי אומבאַדינגט איבערלייענען גורשטיינען. אַ רוסישער דיכטער האָט איבערגעזעצט אַ ייִדיש ליד, דאַרף ער עס אים ווײַזן. אַ ייִדישער דיכטער קלײַבט זיך אַרויסגעבן אַ בוך אין רוסיש, קען ער קיינעם נישט פֿאַרטרויען די פּינקטלעכע שורה־איבערזעצונג פֿון זײַנע לידער, אויסער גורשטיינען. און גורשטיין באַליידיקט זיך נישט, וואָס מע לייגט אים פֿאָר „טעכנישע‟ אַרבעט. ער האָט ליב דעם דיכטער, ער האָט ליב זײַנע שורות, זעצט ער זיי איבער.

אָפֿט פֿלעגט מען זיך ווענדן צו גורשטיינען קלאָר מאַכן אַ דאַטע, אַ נאָמען, אַ פֿאַקט, דעם פּינקטלעכן באַטײַט פֿון אַ פֿאַרעלטערט וואָרט, און גורשטיין פֿלעגט זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף זײַן גלענצנדיקן זכּרון, ער פֿלעגט איבערבלעטערן ביכער און געפֿינען די דאַטע, דעם פֿאַקט, דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט. נישט נאָר די אײַנגעבוירענע איידלקייט פֿון דער נאַטור, דאָס נישט קאָנען אָפּזאָגן האָט געצוווּנגען גורשטיינען אויסצופֿילן זײַנע פֿאַרשידנאַרטיקסטע התחײַבֿותן, אין דער ערשטער ריי האָט אים באַוועגט דאָס גרויסע געפֿיל פֿון אַחריות, וואָס איז פֿאַר אים געווען אַזוי כאַראַקטעריסטיש.

איך דערמאָן זיך אייניקע רוישיקע פֿאַרזאַמלונגען פֿון אונדזער מאָסקווער שרײַבער־גרופּע פֿאַר דער מלחמה. מיר פֿלעגן זיך סיסטעמאַטיש, כּמעט יעדע וואָך, צונויפֿקומען צו באַהאַנדלען אַ נײַ־דערשינען בוך, אַן ערשט אָנגעשריבן ווערק. די אַטמאָספֿער ווערט אָנגעגליט, ס׳ווערן געוואָרפֿן טרעפֿלעכע באַמערקונגען, שאַרפֿע ווערטער, בליצנדיקע עקספּראָמטן. ווי עס טרעפֿט אָבער אַ מאָל אויף שרײַבערישע פֿאַרזאַמלונגען, גייט די דיסקוסיע אַוועק אַ ביסל אין אַ זײַט, עס מאַכט אַן אײַנדרוק, אַז יעדערער טרוימט אויף אַ קול, ווי אַזוי ער אַליין וואָלט אָנגעשריבן דאָס באַהאַנדלטע ווערק.

דאַן נעמט אַ וואָרט גורשטיין. ער רעדט שטיל, אָבער יעדעס וואָרט זײַנס דערגייט. ער טרעפֿט אין ציל. ער נעמט די צוהערער מיט זײַן קלאָרן שׂכל, מיט דער אָביעקטיווקייט פֿון זײַן מיינונג און מיטן טיפֿן געפֿיל פֿון אַחריות פֿאַרן שרײַבער און פֿאַר דער גאַנצער ליטעראַטור. ער רעדט וועגן דער מינדסטער ליטעראַטור־דערשײַנונג מיט דער זעלבער דורכגעטראַכטקייט און פּינקטלעכקייט, ווי ער האָט געאַרבעט, לאָמיר זאָגן, איבער זײַן באַרימטער פּרץ־ביבליאָגראַפֿיע, אָן וועלכער ס׳קאָן זיך נישט באַגיין קיין איין ערנסטער פּרץ־פֿאָרשער. אָפֿט האָט זיך אַפֿילו געטראַכט, אַז דאָס געפֿיל פֿון אַחריות איז בײַ גורשטיינען שוין צו פֿיל אַנטוויקלט, אַז דאָס פּענטעט אים טיילווײַז אין זײַן שרײַבן. דאָס גרויסע געפֿיל פֿון אַחריות האָט געבראַכט גורשטיינען גלײַך אין די ערשטע וואָכן פֿון דער מלחמה אויפֿן שלאַכטפֿעלד.

ополченцыь2
אַ גרופּע פֿרײַוויליקע (אָפּאָלטשענצעס) פֿאַרן ווערן אַוועקגעשיקט אויפֿן פֿראָנט צו פֿאַרטיידיקן מאָסקווע. 1941.

23סטער יוני, 1941. פֿאַרטונקלטע מאָסקווער גאַסן, קוים באַלויכטערנע מיט בלויען ליכט. איך אײַל צו גורשטיינען. איך טרעף אים מיט זײַן פֿרוי בײַם טויער פֿון זײַן דירה. ביידע שלעפּן זיי עמערס זאַמד, כּדי צו באַשיצן דאָס גרויסע פֿולבאַוווינטע הויז פֿון מעגלעכע שׂרפֿות. „קומט אַרײַן אין שטוב!‟ — גיט צו מיר קורץ אַ זאָג גורשטיין. און כאָטש זײַן אָטעם איז שווער און אָפּגעהאַקט, לאָזט ער דאָך נישט אַרויס די פֿולע עמערס זאַמד פֿון די הענט. מיר איז געווען מאָדנע צו זען גורשטיינען בײַ שווערער פֿיזישער אַרבעט. גורשטיין איז אָבער אין יענע טעג געווען גאָר אַן אַנדערער. עפּעס האָט ער אויסגעזען ווי נישט הי. און דאָ דערמאָן איך זיך אין מאיר ווינערס ווערטער, אַרויסגעזאָגטע מיט דער כאַראַקטעריסטישער פֿאַר ווינערן אימפּולסיווקייט: „איר ווייסט, אַז גורשטיין איז אין די יאָרן פֿון בירגערקריג געווען אַ פֿרײַוויליקער קעמפֿער אין דער רויטער אַרמיי? איר קענט נישט גורשטיינען!‟

יאָ, ווײַזט אויס, מיר אַלע האָבן אים ווייניק געקענט. חבֿרים, וואָס זײַנען מיט אים צוזאַמען געווען אין דער אָפּאָלטשעניע (מיליטערישע טיילן, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿרײַוויליקע בירגער — ב. ס.), דערציילן, אַז פֿאַרן קליינוווּקסיקן, שוין נישט יונגן גורשטיינען איז קיין זאַך נישט געווען צו לאַסט. די שווערסטע פֿליכטן האָט ער אויסגעפֿילט מיט דער גרעסטער פּינקטלעכקייט. אים האָט אויף קיין רגע נישט פֿאַרלאָזט דער ניכטערער פֿאַרשטאַנד און דאָס גרויסע אַחריות פֿאַר דער שווערער צײַט. שטענדיק האָט ער אין זיך געפֿונען קראַפֿט צו מונטערן זײַנע חבֿרים.

ווען מיר האָבן זיך ווידער אומגעקערט צו אונדזער פֿרידלעכער שעפֿערישער אַרבעט, האָט אונדז זייער אויסגעפֿעלט גורשטיינס לאָגישער קאָפּ, זײַן קלאָר־פֿאָרמולירטער געדאַנק, זײַן קריטישער חוש און פֿיייִקייט גלײַך אָנצוטאַפּן דעם סאַמע אָדער אין אַ ליטעראַריש ווערק. עס פֿעלט אונדז אויך גורשטיין דער חבֿר, אונדזער אַלעמענס פֿרײַנד.

די פֿאַשיסטישע חיה האָט געוואָלט נישט בלויז אומברענגען דאָס ייִדישע פֿאָלק, נאָר אויך דערשטיקן יעדע מעגלעכקייט פֿון זײַן ווידער־אויפֿקום. ס׳איז אָבער אוממעגלעך אויסצושעפּן די לעבעדיקע זאַפֿטן פֿון אַ פֿאָלק, וואָס איז אַזוי אויסגעפּרוּווט אין ליידן און קאַמף. אונדזער פֿאָלק איז שטאַרק געמינערט אין צאָל, נאָר עס לעבט און שאַפֿט און וועט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן די נעמען פֿון זײַנע בעסטע זין, צו וועלכע עס געהערט אַהרן גורשטיין.

*אַהרן גורשטיין (1895־1941) — קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s