על נהרות בבֿל

f_fantasmagoriya_miheenko_igor_1389114528

יואל מאַטוועיעוו

און דורך די וואָלקנס רויך, און שטויב, און קויט,
איך זע דעם אַלטן בבֿל־טורעם ווי מע בויט.
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

אַרויפֿגעלייגט זײַנע הענט אויף די קעפּ פֿון גאָלדענע לייבן, איז נימדור וואַליאַזשנע [1] געזעסן אויפֿן טראָן, קײַענדיק פּאַוואָלינקע דעם חידושדיקן שאַרפֿן ברוינעם מאכל, וואָס זײַן רבֿ־נחתּוֹמי, דער שעף־קעכער, האָט נישט לאַנג צוריק געבראַכט פֿונעם ווײַטן מיזרחדיקן לאַנד. מע דערציילט, אַז דאָרט, אויפֿן שפּיץ פֿונעם באַרג מערו, לעבט דער ריזיקער פֿויגל רוך; יעדן טאָג עסט ער העלפֿאַנדן און טראָגט צומאָל גאַנצע שיפֿן אַוועק מיט זײַנע מעכטיקע קרעלן.

נימרוד האָט ווידער באַקוקט דאָס געווירץ מיט לאַנגע גרינע געציינדלטע בלעטלעך. דער רבֿ־נחתּוֹמי האָט אים דערציילט, אַז דאָרטן, בײַם באַרג מערו, מאַכט מען אויך דערפֿון אַ וווּנדערלעך קטורת.

די ערשטע פֿאַוואָריטקע פֿונעם אימפּעראַטאָר, די שוואַרצע קראַסאַוויצע אַבעבאַ, איז געשטאַנען פֿאַרן טראָן נאַקעטערהייט און געפֿאָכעט אויף נימרודן מיט אַ ברייטן פּאַווע־פֿאָכער. איר צווילינג־שוועסטער ענקו איז אַרויסגעלאָפֿן פֿונעם שלאָף־חדר מיט אַ פּוכאָווע קישעלע און עס אונטערגעלייגט דעם פֿאַרטראַכטן מלך צוקאָפּנס. פֿאַרטאָן אין זײַנע מחשבֿות, האָט נימרוד זיך קלאָר פֿאָרגעשטעלט די לעצטע עטאַפּן פֿונעם גרויסן עקספּערימענט.

אין דער תּיבֿה האָט נחס זון חם אַרײַנגעשלעפּט אַ גרויסן קאָמאָד מיט זעלטענע פּאַפּירוס־דאָקומענטן. נח אַליין האָט געוווּסט, צוגעטראַכט און מקבל געווען אַ סך חכמות פֿון די מלאָכים, אָבער איבערגעבן האָט ער זיי, דער עיקר, צו זײַנע אַנדערע צוויי זין, שם און יפֿת. די קליינע פֿליִענדיקע טורעמס האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן כּמעט גלײַך נאָכן מבול, אויפֿן סמך פֿון די אַלטע סכעמעס און כּישוף־פֿאָרמולעס. זייער סוד איז געליגן אינעם ריכטיקן חשבון פֿון די שטערן — קרבנות פֿון ווײַסע הענער און שאָף, פּלוס אַ ריי אַנדערע גענוג פּשוטע אָפּעראַציעס. ווען נימרוד איז נאָך געווען אַ קינד, האָט יעדער יונגער אומגעניטער מכשף נאָך דרײַ־פֿיר וואָכן צוגרייטונגען געקאָנט ווערן אַ גוטער פּילאָט. למשל, אַזוי האָט דער רבֿ־נחתּוֹמי געבראַכט אַהער זײַנע געווירצן פֿונעם אַנדערן עק וועלט. מיט אַ גוטן פֿלי־מומחה האָט די גאַנצע נסיעה פֿאַרנומען איין טאָג; בלויז צוויי מאָל האָט מען געמוזט לאַנדן, כּדי מקריבֿ צו זײַן נאָך אַ פּאָר עופֿות און איבערצורעכענען די האָראָסקאָפּן.

ביז לעצטנס, האָבן די מכשפֿים נישט געקאָנט זיך אויפֿהייבן העכער פֿון די הרי־אַררט. יעדער, וואָס האָט געפּרוּווט אַרויפֿצופֿליִען העכער פֿונעם אָרט, וווּ עס שטעקט נאָך אַלץ דאָס געבליבענע פֿון דער תּיבֿה, האָט זיך געפֿילט געפֿערלעך שוואַך און נישט געקאָנט כאַפּן דעם אָטעם. איינער, זייער אַ באַגאַבטער בעל־מכשף, אַ מומחה אינעם געוויינטלעכן קיצור־הדרך אויף דער יבשה, האָט זיך געגעבן אַן עצה און פֿעסט פֿאַרשטאָפּט זײַן מגדל פֿון אַלע זײַטן. צוערשט, איז ער טאַקע גאָר הויך אַרויפֿגעפֿלויגן, נאָר דער טורעם האָט זיך צעבראָכן. צום גליק, האָט דער פּילאָט געהאָט מיט זיך זײַנע קמיעות און האָט זיך באַוויזן צו טעלעפּאָרטירן בשלום צוריק אויף דער ערד.

סאַראַ וווּנדער, אָ עגדאַר,
וואָס אין די קינדער־צימערן
פֿאַרבײַט נאָך ניט מײַן נאָמען —
די שוואַרצע קאַץ און דעם וווּלקולאַק.
אַהרן גלאַנץ־לייעלעס

דער מצבֿ האָט זיך געביטן, ווען אויפֿן סמך פֿון חמס פּאַפּירוסן און שמס ידיעות פֿון כּוחות־השמים, האָט מען אַנטדעקט פֿון ס׳נײַ דעם מעטאָד אײַנצושווערן די שדים, זיי זאָלן אָפּהיטן די לופֿט אַרום אַ מגדל צי אַ מענטש. מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן נימרודס זעלנער שוין עטלעכע מאָל באַזוכט די לבֿנה — גאָר אַ מאָדנע וועלט, וווּ אַלצדינג ווערט לײַכט און אַ מענטש קען שפּרינגען אַליין ווי אַ שד.

די וויכטיקסטע אַנטדעקונג איז געווען די „מעבֿרא־דזמנא‟ — גאָר אַ קאָמפּליצירטער און טויט־סכּנותדיקער כּישוף, דורך וועלכן אַ מענטש קאָן זיך אומקערן אין זײַן אייגענעם עבֿר. כּדי דאָס דורכצופֿירן, מוז מען קודם אַרויפֿקלעטערן איבער אַלע כּוכבֿי־לכת, כּדי זייערע שׂרים זאָלן אײַך נישט מזיק זײַן. נימרודס פּילאָטן האָבן שוין געהאַט באַשטעטיקט, אַז הינטער דעם כּוכבֿ־שבתאי זענען פֿאַראַן נאָך עטלעכע וועלטן: צוויי גאָר ריזיקע, באַוווינט מיט שדים מכּל־המינים, און ווער ווייסט וויפֿל נאָך פּוסטע און קליינע.

אָן זײַנע בעלי־עצה, וואָלט נימרוד זיך זיכער נישט דערטראַכט אָפּצושטעלן דעם מבול, דהײַנו: זיך אומצוקערן אויף הונדערטער יאָר צוריק אין נחס תּקופֿה און עפּעס דאָרט טאָן, כּדי דער מבול זאָל נישט קומען בכלל. זײַנע אצטגנינין [2] האָבן אים געגעבן נאָך אַ בעסערע עצה. יעדער ווייסט, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בערך מיט א׳ תּ״תּ יאָר צוריק [3], אָדער אפֿשר מיט אָנדערהאַלבן יאָר פֿריִער, ס׳ווענדט זיך, ווי מע רעכנט. וואָס וועט אָבער זײַן, אויב עמעצער קערט זיך אום אויף אלפֿי־אַלפּיא [4] יאָר, ווען קיין וועלט איז נאָך נישט געווען בנימצא?

הונדערטער בעסטע מכשפֿים האָבן צוגעגרייט די קרבנות, השבעות, קמיעות, קטורת־געווירצן, גאָלדענע און זילבערנע צלמים מיט אַנדערע כּלים און מכשירים פֿאַרן עקספּערימענט. צענדליקער טויזנטער שקלאַפֿן האָבן געאַרבעט אויפֿן ריזיקן טורעם, וואָס אויף זײַן שפּיץ איז געשטאַנען דער מגדל־פּורח־באַוויר. די אַפּאַראַטור האָט שוין געאַרבעט ווי געהעריק; די פֿליִענדיקע פּיראַמידע האָט געשאָסן בליצן איבער דער גאַנצער שטאָט, און דער גולם אינעם פּילאָט־זאַל האָט אויטאָמאַטיש געפֿירט אַסטראָלאָגישע חשבונות און גערעכנט פֿלי־קאָאָרדינאַטן. צוזאַמען מיט זײַן טראָן און בעט, האָט נימרוד, אַוודאי, געבראַכט מיט זיך אין דער פֿליִענדיקער פּיראַמידע זײַנע באַליבטע אַבעבאַ און ענקו, דעם רבֿ־נחתּוֹמי מיט זײַנע געווירצן און נאַשערײַען און אַפֿילו די שוואַרצע קאַץ, שונרתּא אוכמתּא.

דער הויפּט־פּילאָט האָט געשאָכטן דעם לעצטן האָן און פֿאָרגעלייענט אַ גאַנצע מגילה כּישופֿים. דער טורעם האָט גענומען זיך אויפֿהייבן. דורכן קליינעם פֿענצטערל אין זײַן שלאָף־אַלקער — פֿאַר אַן עכטן קיניגלעכן שלאָף־חדר איז קיין אָרט אויפֿן מגדל נישט געווען, — האָט דער מלך צום ערשטן מאָל דערזען מיט זײַנע אייגענע אויגן, וואָס ער האָט שוין נישט איין מאָל געהערט בײַם טרינגען ווײַן מיט די עלטערע פֿלי־מומחים: דעם סאַמעט־שוואַרצן אויסגעשטערנטן הימל. די שטערן האָבן מער נישט געוווּנקען, נאָר שאַרף געקוקט, ווי געטענהט צו אים: „וואָס טוסטו, בשׂר־ודם, לעבעדיקערהייט בשמים?‟ כאָטש דער עולם האָט געדינט נימרודן ווי צו אַ גאָט, האָט ער געוווּסט, אַז ער איז בלויז אַ יונגער קיניג, וועלכן ס׳איז אויסגעפֿאַלן דאָס מזל צו זיצן אויפֿן טראָן, אַרומגערינגלט מיט די שענסטע פֿרויען און קליגסטע חכמים.

אַבעבאַ איז פֿאָרזיכטיק צוגעקומען צום פֿענצטערל און אָנגעהויבן ציטערן. נימרוד האָט איר אַ גלעט געגעבן דעם רוקן און זי באַרויִקט: „גיי שלאָפֿן, טײַערע…‟

מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט האָט די קאָמאַנדע מכשפֿים געפֿירט דעם טורעם. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די פּיראַמידע שטייט נאָך אַלץ אין בבֿל. נימרוד האָט געהערט, אַז בײַ די יונגע פּילאָטן טרעפֿן זיך צומאָל זייער אומגעלומפּערטע סיטואַציעס: אָט פֿילן זיך די פּאַסאַזשירן געפֿערלעך שווער, און אָט הענגען זיי אין דער לופֿטן אָדער פֿאַלן אויף די ווענט. אַבֿרהם, יענער משוגענער דיסידענט, איז טאַקע גערעכט: גאָטס וועלט איז פֿול מיט ניסים־ונפֿלאות.

אויף דער דריטער וואָך פֿון דער נסיעה האָט דער מלך באַפֿוילן דורכצופֿירן דעם „מעבֿרא־דזמנא‟. גיי ווייס, וויפֿל שעהען האָבן די מכשפֿים געאַרבעט איבער דעם ריזיקן פּראָיעקט און זיך געעצהט מיטן גולם. די זון האָט איצט אויסגעזען בלויז ווי אַ העלער שטערן. אינעם אונטערשייד צווישן טאָג און נאַכט האָבן די טורעם־פֿליִער שוין לאַנג פֿאַרגעסן. „אָמן ואָמן‟, האָט אויסגעשריגן נאַבי־אילישו, דער ראָש־המכשפֿים, און געגעבן אַ שטאָך מיט אַ שווערד אין דער הילצערנער טאַבעלע פֿון צײַטן און תּקופֿות.
פּלוצעם האָט זיך אַלצדינג אָנגעהויבן צעשווענקען, ווי אין אַ חלום. נימרודס קאַץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שוואַרץ־האָריקער ווײַסער פֿרוי מיט גרינע אויגן; דורך די ווענט פֿונעם טורעם האָבן זיך באַוויזן שוידערלעך־רויטע שטערן; דער רבֿ־נחתּוֹמי האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסער מאַלפּע, און אַבעבאַ האָט אָנגעהויבן רעדן אויף מאָדנע לשונות.

Fantasmagoriya-Goji-1

אַן איבערגעשראָקענע, האָט נאַבי־אילישו מיט ציטערנדיקע הענט אַרויסגעריסן די שווערד פֿון דער טאַבעלע. דער טורעם האָט זיך שטאַרק אַ שאָקל געטאָן; אין די פֿענצטערלעך האָט זיך ווידער באַוויזן די זון מיט די באַקאַנטע געשטערנס. נימרוד און נאַבי־אילישו האָבן אָפּגעאָטעמט, און דער ראָש־המכשפֿים האָט פּראָגראַמירט דעם גולם אָנצוּווענדן די פֿליִענדיקע פּיראַמידע צוריק אַהיים. פֿונעם גאַנצן עקיפּאַזש זענען געבליבן דער מלך, נאַבי־אילישו און די צוויי צווילינג־פֿרויען, וועלכע האָבן מער נישט געקאָנט פֿאַרשטיין אַפֿילו אַ פּשוטן „גוט־מאָרגן‟. די געוועזענע קאַץ האָט בפֿירוש גערעדט אַ נישקשהדיקן לשון־תּרגום, אָבער מיט אַ טשיקאַוון מיאַווקענדיקן אַקצענט.

אַ טייל פּאַסאַזשירן זענען אומגעקומען; די אַנדערע האָבן זיך, נעבעך, פֿאַרוואַנדלט אין חיות און שטרויסן.

די לעבן־געבליבענע זענען אַרויס פֿון דער צעשעדיקטער פּיראַמידע אין אַ נײַער, אומבאַקאַנטער וועלט. איינער אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען לשון־תּרגום, האָט זיי דערציילט, אַז פֿון קיין מבול האָט ער קיינמאָל נישט געהערט. נימרוד איז געווויר געוואָרן, אַז זײַן שׂונא אַבֿרהם לעבט נאָך אַלץ. דערצו, האָבן די נײַע שׂרים אים מודיע געווען, אַז אַבֿרהם איז געוואָרן אַ וועלט־באַרימטער מיסיאָנער. די חסידים פֿאַרשפּרייטן זײַנע דרשות אומגעזעצלעך אויף די גאַסן, בעל־פּה און אויסגעקריצט אויף קליינע שערבלעך.

„טפֿו!..‟ — האָט אַ שפּײַ געגעבן די קאַץ־פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ קורץ לעדערן קליידל און גרינער בלוזקע, מיט שמאָלע ברוינע ברילן אויפֿן שפּיציקן נעזל. — „אײַער געבאַרעטע צײַט־מאַשין האָט מיך אַרויסגעשלעפּט פֿון מײַן וועלט — פֿון אײַער צוקונפֿט, הייסט עס — און אַרײַנגעוואָרפֿן צו בעניעס מאַמען. מילא…‟ — האָט זי פֿאַרראָכטן די ברילן און זיך געווענדט צו אַבעבאַ אויף איר אומפֿאַרשטענדלעכער שפּראַך: „ווייסטו וואָס? איך בין אַ לינגוויסט־סעמיטאָלאָג. פֿון הײַנט אָן איז עס מײַן וועלט, און איך ווער מיר דאָ אַ וואָלפֿיכע!‟ — זי האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט איר וויידל און אַוועקגעלאָפֿן אין די סטעפּן פֿונעם אוראַלטן איראַק…

* * *

אמאי אכתי מטרונא דורמיטא?
עידן עידנין ופלג מטא, עידן עידנין ופלג מטא.
אַן אַלטער ספֿרדישער פּיוט [5]

ווען דאָס דינסט־מיידל האָט אָנגעקלאַפּט אין דער טיר און פֿאָרגעלייגט אַ טיי, איז פֿײַוויש אוילענבוים נאָך געלעגן אין בעט. אַזאַ קלאָרן, לעבעדיקן חלום האָט ער, דאַכט זיך, נאָך קיינמאָל נישט געזען. מיט אַ צענדליק יאָר צוריק האָט זײַן חבֿר יעקבֿ־לייב, מיט וועלכן ער האָט ליב צו שמועסן בײַם קידוש אין דער גרויסער סאַטמאַרער שיל אויף ראָדני־סטריט אין ניו־יאָרק, געהאַט אים דערציילט, אַז אינעם „פֿאָרווערטס‟ איז דערשינען אַ טשיקאַווער אַרטיקל וועגן געוויסע רבנים און מקובלים, וואָס האָבן געגלייבט, אַז דער מגדל־בבֿל איז געווען אַ קאָסמאָס־שיף. יעקבֿ־לייב האָט זיך דעמאָלט צעלאַכט און באַמערקט, אַז נאָר אין אַזאַ טרייפֿענער צײַטונג, ווי דער „פֿאָרווערטס‟, קאָן מען טרעפֿן אַזעלכע ווילדע חידושים.

אין אָוונט, איידער פֿײַוויש איז געגאַנגען שלאָפֿן, האָט ער אײַנגעשלאָסן דעם טעלעוויזאָר. זײַן פֿרוי לאָזט אים נישט קוקן קיין פֿילמען אַפֿילו אויפֿן קאָמפּיוטער, און אויפֿן קליינטשיקן טעלעפֿאָן האָט עס נישט קיין שום טעם. אויף איין קאַנאַל איז געגאַנגען אַן אַמעריקאַנער פֿילם וועגן נח און דעם מבול.

אינעם קאָמאָד האָט עמעצער פֿאַרגעסן צוויי ענגלישע ביכער: אײַזיק אַזימאָווס „דער סוף פֿון אייביקייט‟ און דזשאָן וואַרליס Press Enter■. פֿײַוויש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער נאָמען פֿון דער דאָזיקער מעשׂה שרײַבט זיך דווקא אַזוי, מיטן מאָדנעם קאָמפּיוטערישן סימבאָל. אַזימאָוון האָט ער אויף גיכן איבערגעבלעטערט; בײַם לייענען דאָס צווייטע בוך איז דער סאַטמערער חסיד אײַנגעשלאָפֿן.

אין דער פֿרי האָט ער דעם דינסט־מיידל אַ געשריי געגעבן, אַז קיין הילף און קיין טיי דאַרף ער נישט. צו זײַן חידוש, האָט זי פֿאַרשטאַנען, געענטפֿערט אים אויף ענגליש און זיך געגאַנגען ווײַטער.

נאָר ס׳קומט אַ סוף צו דער חלומות־צײַט
און די זכרונות גייען אויס ווי שניי,
ווען מע פֿאַרגעסט אין זיי.
דאַלידאַ מיט אַלען דעלאָן

סאַיִד האָט זיך אויפֿגעכאַפּט און אַ קוק געגעבן אויפֿן זייגער. עס זענען פֿאַרגאַנגען בלויז 5 מינוט! זײַן שכנס סיגאַרעטל מיט עפּעס אַ נײַעם קינסטלעכן חומר האָט נאָך געברענט אינעם אַש־בעכערל. אפֿשר זענען טאַקע גערעכט די מחמירים, וואָס אַסרן צו רייכערן אַפֿילו בײַ נאַכט אין די ראַמאַזאַן־טעג? צײַט־מאַשינען, רעדנדיקע קעץ… און, אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, איז ער אַליין געווען דער רישעותדיקער קיניג, וואָס ווערט עטלעכע מאָל דערמאָנט ברמז אינעם הייליקן קאָראַן ווי דער שׂונא פֿונעם נבֿיא אַבֿרהם, עליו־השלום.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז ער האָט ווידער פֿאַרבראַכט אַ גאַנצע נאַכט מיט זײַן באַליבטער אַבעבאַ, די סטודענטקע פֿון עטיאָפּיע. מיט איר שוועסטער, וואָס אַרבעט ווי אַ דינסט־מיידל אינעם האָטעל, זעט ער זיך נאָך אַלץ פֿון צײַט צו צײַט. אַבעבאַ איז אָבער מיט צוויי יאָר צוריק אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד. הלוואַי וואָלט מען געקאָנט אינעם רעאַלן לעבן אײַנפּרעסן אַ גאַנצע נאַכט אין אַ פּאָר מינוט!

ער האָט ווידער אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער און זיך דערמאָנט, אַז באַלד וועט ער מוזן גיין שנײַדן דאָס גראָז נישט ווײַט פֿון יענעם האָטעל. אפֿשר וועט ער דאָרטן טרעפֿן אַבעבאַס צווילינג־שוועסטער, און עפּעס אָפּרעדן מיט איר וועגן דעם אָוונט? ווי אַן ענגליש־רעדנדיקע און דערצו אַ תּלמידה פֿונעם אוניווערסיטעט, פֿאַרדינט זי מער געלט און האַלט זיך אַ ביסל גרויס. זי וויל אים אַפֿילו נישט געבן איר טעלעפֿאָן־נומער. ווי אַ דינסט־מיידל אַרבעט זי בלויז פֿון צײַט צו צײַט.

נאָכמיטאָג, איז מאַשע געגאַנגען אין האָטעל צו זוכן אירע ביכער. הגם זי ספּעציאַליזירט זיך אין סעמיטישע שפּראַכן, לייענט זי כּסדר פֿאַרשיידענע נאַרישע אַמעריקאַנער ביכער, דער עיקר, פֿאַנטאַסטישע. אינעם קאָרידאָר האָט זי זיך פּלוצעם אָנגעשטויסן אויף איינער פֿון אירע סטודענטקעס, דעם עטיאָפּישן מיידל ענקו. זי האָט איבערגעגעבן, אַז על־פּי טעות האָט אירע אַ קאָלעגע געבראַכט די ביכער דעם אַמעריקאַנער טוריסט. איצט אינעם זעלבן צימער שטייט אײַן אַן אַנדער אַמעריקאַנער, אַ חסיד מיט פּאות. אַ מאָדנער מענטש — האָט זי צוגעגעבן — וואָס שרײַט גוואַלד פֿון הינטער דער טיר. די ביכער האָט ער אָבער אָפּגעגעבן דעם אַדמיניסטראַטאָר.

אַדוטשי דאָרזשיִעוו האָט געדרימלט בײַם לאַנגן ביוראָ־טיש; אין חלום האָט ער געדינט ווי עפּעס אַ שאַמאַן אויף אַ קאָסמאָס־שיף. איז ער טאַקע אַ גילגול פֿון זײַנע קאַלמיקישע אָבֿות? די באָבע, עליה־השלום, פֿלעגט דערציילן, אַז אין דער משפּחה זענען אַמאָל, מיט דורות צוריק, געווען מעכטיקע שאַמאַנען. בײַם סוף פֿונעם מאָדנעם חלום האָט זיך אויך באַוויזן…

מיט אַ צאַפּל, האָט אַדוטשי געטראַכט, אַז ער חלומט ווײַטער: אָנגעטאָן אין אַ קורץ לעדערן קליידל און אַ גרינער בלוזקע, מיט שמאָלע ברוינע ברילן אויפֿן שפּיציקן נעזל, איז מאַשע צוגעקומען צום אַדמיניסטראַטאָרס טיש, גענומען אירע ביכער, געזאָגט: „אַ דאַנק‟, — און זיך געלאָזט אויף די הויכע אָפּצאַסן צוריק אין איר אוניווערסיטעט.

אויפֿן וועג האָט זי זיך געכאַפּט, אַז דער אַדמיניסטראַטאָר האָט איר דערמאָנט עמעצן פֿון איר נעכטיקן פֿאַנטאַסטישן חלום, וווּ זי האָט אויף אַ צײַט־מאַשין באַזוכט עפּעס אַן אָרט אין מיטל־מיזרח. דאָרטן איז אויך געווען דער טשיקאַווער קעכער, אַ חסידישער ייִד פֿון אַמעריקע.

פֿאָכנדיק מיטן וועלפֿישן וויידל אויף איר רענצל, איז די לעקטאָרין אַרײַן אין דער אוידיטאָריע און אָנגעהויבן אַ נײַע לעקציע וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן שומעריש, אַקאַדיש און אַראַמיש. איר קאַץ האָט זי אויך געגעבן אַן אַראַמישן נאָמען, שונרתּא.

אַ ביסל ברוגז אויפֿן דינסט־מיידל פֿאַרן איבעררײַסן אַזאַ אינטערעסאַנטן חלום, האָט פֿײַוויש אוילענבוים ווידער אײַנגעדרימלט. קיין צײַט־מאַשינען האָט ער מער נישט געזען, אָבער פּלוצעם דערהערט דאָס קול פֿון יענער קאַץ־וואָלפֿיכע: „ריזשי קאָט!‟…

[1] חשובֿ און געלאַסן
[2] אַסטראָלאָגן (אַראַמיש)
[3] 1,800
[4] מיליאָנען (אַראַמיש)
[5] ווען קומט זי, די שלאָפֿנדיקע מאַטראָנע (שכינה)? אין אַ צײַט, און אַ תּקופֿה מיט אַ העלפֿט קומט זי (געמיש פֿון אַראַמיש און לאַדינאָ)

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s