
וועקן די ליבע צו ייִדיש — מיט וואָרט און מוזיק
אינעם פֿאַרגאַנגענעם חודש מײַ זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וויכטיקע טרעפֿונגען מיט רוסיש־ריידנדיקע אימיגראַנטן פֿון ניו־יאָרק און טאָראָנטאָ לטובֿת ייִדיש. דעם ערשטן אָוונט האָט אָרגאַניזירט דער „צענטער פֿון רוסישער קולטור‟, און דעם צווייטן — דער צענטער פֿון בערנאַרד בית־אל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הויפּט־שפּראַך פֿון די טרעפֿונגען איז געווען רוסיש, אָבער ניט נאָר… און דאָ איז כּדאַי צו דערקלערן אַ ביסל גענויער.

די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, ווי אויך ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, ווייסן וועגן זייער נאַציאָנאַלער קולטור אויפֿן שפּיץ מעסער. זייער בולטסטע און אפֿשר די איינציקע דערמאָנונג וועגן ייִדיש איז פֿאַרבונדן בדרך־כּלל מיט דער מעשׂה, אַז די שפּראַך פֿלעגן זיי הערן נאָר דעמאָלט, ווען די עלטערן, אָדער די באָבע־זיידע, זײַנען פּלוצעם אַריבערגעגאַנגען רעדן אויף ייִדיש — „דאָס קינד זאָל נישט פֿאַרשטיין‟. די דאָזיקע מעשׂה איז גובֿר געוואָרן אַלע גרענעצן, און מע קאָן זי הײַנט הערן אין אַלע לענדער, וווּ איר טרעפֿט נאָר אָן אויף אַן אַשכּנזישן ייִד און ברענגט פֿאַר אים אַרויס אַ ייִדיש וואָרט.
ביטער איז אָבער נישט נאָר דער פֿאַקט, אַז אַן אַשכּנזישער ייִד קען נישט קיין ייִדיש. צוריק גערעדט, פּונקט ווי מע קאָן זיך בשלום אויסלעבן די יאָרן, נישט געהערט קיין מאָל ניט בעטהאָווענס מוזיק, למשל, אָדער ניט געזען קיין באַלעט־פֿאָרשטעלונג, און אַנדערע אוצרות פֿון מענטשלעכער שאַפֿערישקייט, — קאָן מען זיך אַוודאי און אַוודאי באַגיין אָן ייִדיש און אירע פּערל, געשאַפֿן פֿון פֿאָלק און יחידים.

זײַנען מיר דאָך ייִדן, און געדענקען, גלייב איך, אַז אָנדערהאַלבן מיליאָן קינדער זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אינעם חורבן; און אויב אַפֿילו אַ טייל פֿון זיי האָט אַרויסגעבראַכט די ערשטע ווערטער אויף ייִדיש, וואָלט פֿאַר אונדזער דור, געקומען אויף דער וועלט נאָך זיי, געדאַרפֿט זײַן אַ הייליקער חובֿ כאָטש באַקענען זיך מיט דער פֿאַרפּײַניקטער גײַסטיקער פֿאָלקס־ירושה. נישט נאָר אָפּקומען מיט פֿאַרשלעפּטע קלישעען, ווי „זשאַרגאָן‟, „קליין־שטעטלדיק‟ וכדומה. עס פּאַסט נישט און ס׳איז אַ בושה פֿאַר אַ קולטור־מענטש צו דברן אַזוי, בפֿרט, אַז אָפֿטלעך ווייסט מען וועגן דעם אַ קרענק!
מע קאָן נאָך פֿאַרשטיין די אימיגראַטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס טענהן, אַז מ׳האָט נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט, מ׳האָט פֿאַרווערט און נאָכגעפֿאָלגט, און אַז די מורא איז געווען גרעסער פֿון די נאַציאָנאַלע שטרעבונגען… אָבער וואָס האָט געשטערט די מערבֿדיקע ייִדן?
גערעכט איז געווען דוד בערגעלסאָן, ווען ער האָט געזאָגט, אַז מיט די „אָל־רײַטניקעס‟ וועט מען קיין נאַציאָנאַלע קולטור נישט אויפֿשטעלן!
דער וועלט-באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין האָט קיין ספּעציעלע מאָטיוואַציעס אויסצולערנען די שפּראַך פֿון זײַנע באָבע־זיידע נישט געהאַט. פּונקט ווי אַ סך אַנדערע באָבע־זיידעס פֿלעגן זיי פּלוצעם אַריבערגיין אויף ייִדיש, אַז זייער אייניקל זאָל נישט פֿאַרשטיין דאָס, וואָס ער דאַרף נישט פֿאַרשטיין. אין יענעם לאַנד זײַנען געווען גענוג אַזעלכע סודות. אָבער דווקא דער נײַגער, נישט אַזוי צו די סודות, ווי צו דעם זינגעוודיקן קלאַנג פֿון דער באָבע־זיידעס שפּראַך האָט געבראַכט דעם וווּנדערקינד סײַ צו ייִדיש און סײַ צום באַזיניקן זיך אַליין ווי אַ ייִד.

וועגן אָט די און אויך אַנדערע וויכטיקע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן האָט יעווגעני קיסין דערציילט בעת די ביידע טרעפֿונגען. יאָ, מע קאָן זײַן אַ געניאַלער מוזיקער, געלערנטער, פֿאַכמאַן און סתּם אַן ערלעכער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, ניט־קענענדיק קיין ייִדיש; וויכטיק איז אָבער צו פֿאַרהיטן פֿאַר זיך, דײַנע קינדער און אייניקלעך דאָס חשיבֿות צו דער שפּראַך פֿון באָבע־זיידעס.
יעווגעני קיסין און איך האָבן געלייענט אונדזערע ווערק סײַ אויף ייִדיש און סײַ אין דער רוסישער איבערזעצונג. מעגלעך, צום ערשטן מאָל אין לעבן האָבן די מענטשן אין זאַל געהערט די פּאָעטישע מוזיק פֿון י. ל. פּרץ, שמואל האַלקין, אָשר שוואַרצמאַן, לייב קוויטקאָ, שיקע דריז און אַנדערע אונדזערע דיכטער, געלייענט פֿון קיסינען אויף ייִדיש און רוסיש.
זייער פֿאַרשיידנפֿאַרביק און שפּילעוודיק האָט אויסגעזען די פֿאָרשטעלונג „דאָס פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟ — אַ קורצע אינסצעניזאַציע, וואָס כ׳האָב ספּעציעל געמאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג אין טאָראָנטאָ אויפֿן סמך פֿון מײַן קינדער־מעשׂהלע מיטן זעלבן נאָמען.
צום סוף פֿונעם אָוונט אין טאָראָנטאָ, נאָך אַ קורצן מוזיקאַלישן אויפֿטריט, האָט קיסין געזאָגט: „מיר וועלן זײַן זייער צופֿרידן, אויב דער אָוונט וועט סטימולירן אײַך, טײַערער צושויער און צוהערער, צו אַנטפּלעקן אין זיך עפּעס נײַס אין דער ייִדישער קולטור, וואָס איר האָט נאָך אפֿשר ביז איצט נישט געוווּסט; אויב עס וועט זיך צו אײַך איבערגעבן אונדזער ליבע צו ייִדיש און די שפּראַך וועט אָנהייבן מער הייסן פֿאַר אײַך, אײַערע קינדער און קומענדיקע דורות… אַ דאַנק!‟
אייגנטלעך, איז עס טאַקע געווען אונדזער אויפֿגאַבע: „אויפֿצוּוועקן און סטימולירן…‟.
אַ באַזונדערער יישר־כּוח קומט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די אָוונטן: דעם פֿאָרזיצער פֿונעם ניו־יאָרקער „צענטער פֿאַר רוסישער קולטור‟, דאָקטער מיכאַיִל קאַפּטשיץ און דער פּראָפֿעסאָרין זעלינע איסקאַנדעראָוו פֿון טאָראָנטאָ, אַ גרויסע אָנהענגערין פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור.
מײַ 29, 2018