ווי כ׳האָב געשריבן אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל (לאַפּסוס־קאַקטוס — 8), באַווײַזן זיך לעצטנס נײַע ווערטער אין ייִדיש, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן. דערצו נאָך ווערן זיי כּמעט יעדע וואָך צעשיקט מיט דער בליץ־פּאָסט איבער דער גאָרער וועלט; אַזוי אַז באַנוצן זיך מיט זיי טאָג־טעגלעך איז קיין שום פּראָבלעם נישטאָ. אַבי זיי גיך אײַנחזרן און נישט פֿאַרגעסן.
לאָמיר זאָגן, איר זײַט געבליבן שטעקן ערגעץ אין אַפֿריקע אָדער אויפֿן ווײַטן צפֿון און עס הייבט אײַך פּלוצעם אָן וויי טאָן דער קאָפּ אָדער אַ צאָן, נישט פֿאַר אונדז געזאָגט געוואָרן. וואָס דאַרף מען טאָן? ריכטיק: אַרײַנגיין אין אַן אַפּטייק און פֿרעגן אויף מאַמע־לשון: „אַצעטאָמינאָפֿען‟ — וועט מען עס אײַך באַלד דערלאַנגען.
אָדער איר האָט היץ און עס ברעכן אײַך די ביינער… פֿאַרלירט נישט די צײַט און טוט דאָס זעלבע: פֿרעגט אין דער נאָענטסטער אַפּטייק אויף ייִדיש: „איבופּראָפֿען‟ — און איר וועט פֿאַרגעסן אין אײַער ווייטיק.
אָדער סע קומט אײַך אויס צו רעדן מיט אַ מיליטער־מאַן, פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש, און ער גיט אײַך אַ פֿרעג, צי איר זײַט אַמאָל געווען אויף אַ פּאָליגאָן? זאָגט איר אים בזה־הלשון: „נישט נאָר כ׳בין געווען אויף אַ פּאָליגאָן, כ׳בין אַפֿילו געווען אויף אַן עקסאַגאָן!‟
ווען יצחק באַשעוויס־זינגער וואָלט געוווּסט אַזעלכע ווערטער, וואָלט ער אַוודאי נישט געטענהט, אַז ייִדיש איז אָרעם אויף מיליטערישע טערמינען.
יאָ, דער ייִדישער וואָקאַבולאַר וואַקסט קיין עין־הרע, ווערט רײַכער… און נאָך: וואָס מער נײַע ערשט־אָפּגעבאַקענע ווערטער איר חזרט אײַן, אַלץ בעסער ווערט אײַער ענגליש אויך. דערצו אַרבעט זיך אויס אַ גוטע אַרטיקולאַציע.
איין קלייניקייט: צו מאָל קומט אויס שווער צו פֿאַרשטיין און פֿאַרגעדענקען די נײַע לעבנס־נייטיקע ווערטער, למשל, „גימנאַסטיקעווען‟, אָדער „די הין־און־קריק־דיפּלאָמאַטיע‟, אָדער אַזאַ וויכטיק וואָרט, ווי „קריקאַרײַן‟ — ניין, ס׳איז, חלילה, ניט קיין געשריי פֿון אַ האָן; ס׳איז אַ באַגריף פֿון דער קאָסמישער טערמינאָלאָגיע, וואָס מיינט אויף ענגליש reentry. צוריק גערעדט, איז גאָר נישט וויכטיק, וואָס דאָס וואָרט מיינט און ווי עס קלינגט, וויכטיקער איז, אַז ס׳זאָל זײַן. אַנדערש וועט איר דאָך נישט קאָנען פֿירן קיין אינטעלעגענטן שמועס וועגן קאָסמאָס מיט אַ „קאָסמאָסניק‟ אויף לײַטיש מאַמע־לשון.
* * *
הײַנט וועלן מיר פּראַקטיש באַטראַכטן אַ צאָל גרײַזן, וואָס טרעפֿן זיך, צום באַדויערן, זייער אָפֿט. אויסצוגעפֿינען זיי, איז זייער פּשוט, מחמת זיי וואַנדערן פֿון איין אַרטיקל צו אַן אַנדערן, ווי אַ כראָנישע קרענק. זיי בלײַבן אַזוי שטעקן, נישט באַמערקט און נישט פֿאַרראָכטן. למשל:
עטלעכע מאָל היט דער קאָמענדאַנט דאָס לעבן פּעטשערסקין…
דער מחבר האָט געוויס געמיינט צו זאָגן, אַז: דער קאָמענדאַנט האָט עטלעכע מאָל פֿאַרהיטן פּעטשערסקין דאָס לעבן…
אָדער נאָך בעסער און פּינקטלעכער: האָט עטלעכע מאָל געראַטעוועט פּעטשערסקין פֿון טויט…
*
ווען דער אויפֿשטאַנד הייבט זיך שוין אָן און פּעטשערסקיס מענטשן הרגענען די אָפֿיצירן איינעם נאָך אַן אַנדערן, מאַטערן זיך די קאַצעטניקעס: „איך האָב דערהרגעט אַ מענטש‟. כאָטש עס גלוסט זיך צו גלייבן אין דער איידלקייט פֿון די געליטענע, איז דאָס זייער ווײַט פֿון היסטאָרישקייט.
אין דעם פֿאַל קאָן נישט „גלוסטן זיך צו גלייבן‟; עס וויל זיך גלייבן…
גלוסטעניש איז זייער אַ זיס געפֿיל: עס קאָן זיך גלוסטן אַ קוש טאָן, פֿאַרזוכן עפּעס…
אויף פּראָסט מאַמע־לשון זאָגט מען: כּל־זמן מע לעבט, גלוסט זיך.
*
אין אַלע ליטעראַרישע װערק זײַנע הערט מען אָפּקלאַנגען פֿון מחשבֿות און פּראָבלעמען, װאָס האָבן אים פֿאַרטאָן אין דער צײַט פֿונעם שרײַבן.
צו זײַן פֿאַרטאָן, מיינט, צו זײַן באַשעפֿטיקט. אין דעם זאַץ האָבן די מחשבֿות און פּראָבלעמען „אים פֿאַרכאַפּט אין דער צײַט פֿון שרײַבן.‟
אָדער:
אין אַלע ליטעראַרישע װערק זײַנע הערט מען אָפּקלאַנגען פֿון מחשבֿות און פּראָבלעמען, אין וועלכע ער איז געווען פֿאַרטאָן אין דער צײַט פֿונעם שרײַבן
*
מיר פּערזענלעך וואָלט מער ניחא געווען, ווען דאָס בוך איז אַפֿילו צוויי מאָל אַזוי לאַנג, אַבי איך דאַרף זיך ניט מוטשען מיט די דאָזיקע קירצונגען…
דאָס אַריבערגיין פֿון דער קאָניוקטיווער פֿאָרעם (וואָלט מער געווען) צו דער איצטיקער (איך דאַרף) מאַכט דעם זאַץ סטיליסטיש אומגעלומפּערט. ריכטיק וואָלט געווען צו בלײַבן אין דער קאָניוקטיווער פֿאָרעם ביזן סוף פֿון דעם זאַץ:
מיר פּערזענלעך וואָלט מער ניחא געווען, ווען דאָס בוך איז אַפֿילו צוויי מאָל אַזוי לאַנג, אַבי איך זאָל זיך ניט דאַרפֿן מוטשען מיט די דאָזיקע קירצונגען.
די אַלע פֿעלערן וואָלט מען געקאָנט אויסמײַדן, זיי זאָלן נישט שטעקן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אויסגאַבע, ווען דער רעדאַקטאָר וואָלט אויף זיי געלייגט אַכט און זיי פֿאַרראָכטן!
מיט הצלחה,
לאַפּסוס־קאַקטוס