אַ ייִדישער פֿילם, געמאַכט אין אַ צײַט פֿון זיצן אויף טשעמאָדאַנען (6)

6. ישׂראל איז אַ לאַנד פֿון טרעפֿונגען

main
דאָס הויז פֿון די בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ

איך האָב זיך באַקענט מיט יצחק קאָרן אַ יאָר פֿריִער בעת מײַן ערשטן באַזוך אין ישׂראל. אַ שיינער זקן מיט אַ ווײַסן קאָפּ האָר און אַ ברייטן נאַקן פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד, האָט ער פֿאַרלאָזט בעסאַראַביע אין 1940 ממש ערבֿ דעם, ווי די סאָוועטן זײַנען אַהין אַרײַנקומען. זײַענדיק אַן אַדוואָקאַט, מיט אַ פּראַקטישער דערפֿאַרונג אין דער ציוניסטישער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט, האָט ער אינעם יונגן לאַנד גיך געמאַכט זײַן קאַריערע אין דער מפּא״י־פּאַרטיי. אויסגעוויילט געוואָרן אין כּנסת, האָט ער פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם שטעלפֿאַרטרעטער בײַם פֿינאַנץ־ און בילדונג־מיניסטער אין דער ממשלה פֿון לוי אשכּול. קאָרן האָט אויפֿגעבויט און איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם אַלוועלטלעכן פֿאַראיין פֿון בעסאַראַבער ייִדן, וואָס זייער היים, „בית־יהודי בסרביה‟, האָט זיך געפֿונען אין צפֿון־תּל-אָבֿיבֿ. פֿאַרלאָזט זײַן מלוכישע אַרבעט, אָבער נאָך אַלץ פֿאַרבונדן מיט די מלוכישע אינסטאַנצן, האָט יצחק קאָרן געשאַפֿן די אָרגאַניזאַציע אונטער דעם שרײַענדיקן נאָמען „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף דער ייִדישער גאַס אין דער וועלט, איז די נײַע אינסטיטוציע, אין שפּיץ מיט אַ לאַנג־יאָריקן פֿונקציאָנער בײַ דער מלוכה, וועלכע האָט נאָך פֿאַר איר גרינדונג צעבונדן אַ ביטערע מלחמה קעגן ייִדיש, — אויפֿגענומען געוואָרן מיט אומצוטרוי, און אַפֿילו מיט אַ געוויסער קעגנערשאַפֿט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟ אויפֿגעטאָן נישט ווייניק גוטע זאַכן, אַז ייִדיש זאָל דאָך אָנערקענט ווערן אין ישׂראל. באַזונדערס וויכטיק איז געווען די הילף מצד דעם „וועלטראַט‟ אין די יאָרן פֿון דער סאָוועטישער „פּערעסטרויקע‟, און שפּעטער. מעגלעך, אַז דער „וועלטראַט‟ איז געווען די איינציקע אויסלענדישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט אויף אַ פּראַקטישן אופֿן אַרויסגעהאָלפֿן צו שטיצן און אַנטוויקלען ייִדיש אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

און אָט קלינגט שוין שמריהו לין, דער פֿאַראַנטווערטלעכער סעקרעטאַר פֿון „וועלטראַט‟, צו יצחק קאָרן, וואָס די שטאַב־קוואַרטיר פֿון ביידע אָרגאַניזאַציעס האָט זיך געפֿונען אין „בית יהודי בסרביה‟. ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט זיך פּונקט אין דעם טאָג צונויפֿגענומען אויף איר זיצונג די פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם „הויז‟, און קאָרן האָט אונדז אַלעמען פֿאַרבעטן זיך צו באַקענען מיט די מיטגלידער, אָפּשטאַמיקע פֿון דער אַמאָליקער בעסאַראַביע. פֿון דער דאָזיקער טרעפֿונג אין „בית יהודי בסרביה‟ איז אינעם פֿילם געבליבן אַ קורצער עפּיזאָד:

20180517_104805
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם: יצחק קאָרן באַגריסט די געסט פֿון מאָלדאָווע. בית יהודי בסרביה , 1991

יצחק קאָרן, אויפֿן הינטערגרונט פֿון אַ גרויס בילד — אַ ווינקעלע אין אַ בעסאַראַבער ייִדיש שטעטל, — באַגריסט אונדז אויף אַ פּרעכטיקן רומעניש:
„אויפֿנעמען דאָ געסט פֿון בעסאַראַביע, פֿון מאָלדאָווע, איז פֿאַר אונדז שטענדיק אַ פֿרייד. איך האָף, אַז מיר וועלן קאָנען אַרומרעדן אַ סך וויכטיקע פּראָבלעמען. איך ווינטש אײַך דערפֿאָלג אין אײַער אַרבעט דאָ אין ישׂראל.‟

ממשותדיקער זײַנען געווען די מעשׂים פֿון אים און דער פֿאַרוואַלטונג. דהײַנו: די פֿאַרוואַלטולג האָט אויפֿן אָרט באַשלאָסן צו דעקן אונדזערע הוצאָות פֿאַרן האָטעל און אויסגעטיילט אַ געוויסע סומע קעשענע־געלט פֿאַר יעדן גאַסט. שטעפֿאַן האָט דערווײַל דאָרט געפֿונען אַ צײַטווײַליקן מקום־מיקלט פֿאַר זײַנע „בילדער־קינדער‟. וואָס שײַך אונדזערע „פּראָדוסערס‟, האָבן מיר זיי מער נישט געזען ביזן לעצטן טאָג פֿון די פֿילמירונגען אין ישׂראל.

ישׂראל איז אַ לאַנד פֿון טרעפֿונגען. דאָ קאָן מען אויף דער גאַס טרעפֿן אַן אַלטן באַקאַנטן, וואָס איז אַרויסגעפֿאָרן נאָך אין די 1970ער, און זיך געזעגנט אויף שטענדיק. דאָ טרעפֿן זיך פֿאַרשידענע דורות קרובֿים, וואָס האָבן שוין קוים געדענקט, ווי אַזוי זיי קערן זיך אָן. אַזוי האָב איך זיך באַקענט, גראָד בעת דער טרעפֿונג אינעם הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן מיטן שוועסטערקינד פֿון מײַן זיידן, מאיר קאָטיק. זײַן נאָמען האָט מען אַרויסגעבראַכט בײַ אונדז אין שטוב נאָר מיט די ליפּן, אויס מורא, אַז אויך די ווענט האָבן אויערן. אַ קלייניקייט — מאיר קאָטיק איז געוואָרן אַ גרויסער מענטש אין ארץ־ישׂראל, אַ באַקאַנטער אַדוואָקאַט, אַ מחבר פֿון ביכער וועגן די אַנטיסעמיטישע וועלט־פּראָצעסן, פֿאַרבונדן מיט עלילת־דם…

20180517_105119
מאיר קאָטיק בעת דער טרעפֿונג אין בית יהודי בסרביה, 1991

און דאָ זע איך אים פֿאַר מײַנע אויגן, די משפּחה־לעגענדע. איך קוק אויף אים און זע מײַן זיידן, נאָר אָן אַ באָרד און פּאות. ביידע אַרויס פֿון אַ רבייִשער משפּחה אין דער בעסאַראַבער ייִדישער קאָלאָניע מאַרקולעשט, האָט מײַן זיידע אַבֿרהם קאָטיק געצויגן ווײַטער דעם פֿרומען ייִחוס, און מאיר איז אַוועק אין דער גרויסער וועלט אַרײַן קיין בריסל זיך לערנען אויף אַן אַדוואָקאַט. דאָרט האָט ער זיך שוין „פֿאַרדרייט‟ מיט די ציונסטן און אין 1941 געקומען פֿון רומעניע קיין פּאַלעסטינע.
נאָך יצחק קאָרנס טויט, אין 1994, איז מאיר קאָטיק אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַרן פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אַסאָציאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן.

זיך אַרײַנגעצויגן אין דעם קליינעם האָטעל „אַמבאַסאַדאָר‟, נישט ווײַט פֿונעם ים, צווישן יפֿו און דרום־תּל־אָבֿיב, זײַנען מיר אין דער פֿרי אַרויס אויף די גאַסן, „כאַפּן‟ מיט דער קינאָ־קאַמערע פּנימער און מאָמענטן. נאָך דער גרויקייט פֿונעם טיפֿן מרה־שחרהדיקן האַרבסט אין קעשענעוו, האָט אַלץ אַרום אויסגעזען ווי אין אַ פֿאַרשיידנפֿאַרביקן קאַליידאָסקאָפּ.

מע זאָגט, אַז תּל־אָבֿיבֿ שלאָפֿט נישט. מעגלעך, דעריבער זײַנען די תּל־אָבֿיבֿער אײַנוווינער נישט קיין פֿאַרשלאָפֿענע. דער אינדערפֿרי איז אָנגעפֿילט מיט צאַרטע זון־שטראַלן. אַ פֿריש ים־ווינטל צעטראָגט איבער דער שטאָט דעם גערוך פֿון ערשט־אָפּגעקאָכטער קאַווע און געבעקס, פֿאַרפּראַוועט מיט צימרינג — אַ היימישע דערמאָנונג אין מײַן מאַמעס קיכעלעך. אייגנטלעך, איז שווער צו פֿאַרשטיין, צי ס’איז אַ גאַס, צי אַ מין לאַנגער קאַפֿע, וואָס ציט זיך פֿון ביידע גאַסן־זײַטן — טישלעך און בענקלעך, און לאַנגע בענק אינעם שאָטן פֿון ביימער… אַגבֿ, איז דער ערשטער באַלעבאָס פֿון דער ערשטער „ציוניסטישער שטאָט‟, מאיר דיזענגאָף, אויך אַן אונדזעריקער, אַ בעסאַראַבער, געבוירן אין אַ דערפֿל, אַקוראַט לעבן דעם אַלטן ייִדישן שטעטל אוריִעוו. סײַ דער גערוך פֿון מײַן מאַמעס קיכעלעך און סײַ די לאַנדסמאַנשאַפֿט מיטן תּל־אָבֿיבֿער מייאָר, מאַכן שוין מיך אַליין זיך צו פֿילן היימיש אין דער שטאָט.

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s