עלנטקייט פֿון אַ ייִדישן רעדאַקטאָר
גענאַדי עסטרײַך
אין יאָר 1961 האָט זיך אין מאָסקווע אויף דער קיראָוואַ־גאַס (הײַנט מיאַסניצקאַיאַ) באַוויזן אויפֿן פֿאַסאַד פֿונעם הויז נומ׳ 17 אַ רויט שילדל אויף צוויי שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש. דאָס שילדל — דאָס איינציקע פֿון אַזאַ מין אין גאַנץ סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אויסער דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט (ביראָבידזשאַן) — האָט אָפּגעשפּיגלט דעם באַשלוס, אָנגענומען מיט בויך־גרימעניש ערגעץ אַרום דעם קרעמל, וואָס האָט געמיינט: זיך אַרויסרײַסן פֿונעם תּחום פֿון דער אַזוי גערופֿענער „ביראָבידזשאַנער מאָדעל‟ מכּוח דעם ייִדישן לעבן אין לאַנד.

במשך פֿון דער צווייטער העלפֿט 1950ער יאָרן האָבן די שליחים פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס די קאָמוניסטישע, קיין רו נישט געגעבן דער סאָוועטישער רעגירונג, פֿאָדערנדיק אויפֿצושטעלן די ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן, אָפֿטלעך, צוזאַמען מיט זייערע מיטאַרבעטער, אין סטאַלינס צײַטן. אויף די טענות פֿון די אויסלענדישע פּאַרטיי־חבֿרים האָט די מאַכט געהאַט איין ענטפֿער: מיר האָבן ביראָבידזשאַן. דאָרט גייט אַרויס אַ צײַטונג אויף ייִדיש — און ס׳איז גאַנץ גענוג, ווײַל די ייִדן דאַרפֿן שוין מער נישט האָבן זייער אייגענע שפּראַך. אָבער די שליחים האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט, דערצו האָבן זיך געהערט אויך קולות אינעם לאַנד גופֿא, בפֿרט פֿונעם פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבערס, מיט פֿאָדערונגען אויפֿצושטעלן די ייִדישע פּעריאָדישע פּרעסע, ביכער־פֿאַרלאַג, ייִדישן טעאַטער. אַז מע לעבט דערלעבט מען — אַזוי האָט זיך אין אַ טאָג באַוויזן דאָס רויטע שילדל מיטן אויפֿשריפֿט: „רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל ׳סאָוועטיש היימלאַנד׳‟.
פֿון איין זײַט, האָט דער נאָמען פֿון דער אויסגאַבע געקלונגען פּאַטריאָטיש, און פֿון דער צווייטער זײַט, געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אין דעם שטעקט אויך אַ געוויסע המשכדיקייט פֿון טראַדיציעס: צוויי ליטעראַרישע אַלמאַנאַכן, וועלכע פֿלעגן אַ מאָל דערשײַנען אין מאָסקווע, האָבן געהייסן „סאָוועטיש‟ (1934־1941) און „היימלאַנד‟ (1947־1948).
פֿון דעסטוועגן, איז די טעמע “ביראָבידזשאַן” סײַ־ווי נישט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם סדר־היום כּמעט ביזן סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אמת, דער פּראָפּאַגאַנדע־אָנדײַט האָט זיך געביטן. אין כרושטשאָווס צײַט האָט מען דעם ביראָבידזשאַנער דורכפֿאַל דערקלערט דערמיט, אַז די ייִדן ווילן זיך נישט באַגרענעצן מיט די נאַציאָנאַלע דלתּ אַמות פֿון זייער שפּראַך און קולטור; אָבער שפּעטער, אין ברעזשנעווס ממשלה האָט די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט געדינט (קודם־כּל, פֿאַר די געטרײַע אָנהענגער פֿון קאָמוניסטישן רעזשים) ווי אַ מוסטער פֿון דעם, ווי ס׳איז דערפֿאָלגרײַך געלייזט געוואָרן אינעם לאַנד פֿון סאָציאַליזם „די ייִדישע פֿראַגע‟. אַזוי אַז ס׳איז גאָר נישט צופֿעליק, וואָס דווקא דער ביראָבידזשאַנער תּושבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש איז אין דער סטאַגנאַציע־צײַט געשטעלט געוואָרן אין שפּיץ ווי דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווער קהילה; און דער באַקאַנטער ייִדישער קאַמער־טעאַטער, אָנגעפֿירט פֿונעם מאָסקווער ייִד יורי שערלינג, איז פֿאָרמעל צוגעשריבן געוואָרן צו דער ביראָבידזשאַנער פֿילהאַרמאָניע. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז געטאָן איז עס געוואָרן ווי אַ קעגן־פּראָפּאַגאַנדע קלאַפּ דער אַמענדירונג פֿון דזשעקסאָן־וועניק.
אין ביראָבידזשאַן האָט זיך אַנטפּלעקט דער פּאָעטישער טאַלאַנט פֿונעם קומענדיקן הויפּט־רעדאַקטאָר…
אַוודאי, איז נישט צופֿעליק פֿאָרגעלייגט און באַשטעטיקט געוואָרן די קאַנדידאַטור פֿונעם דיכטער אַהרן ווערגעליס צו פֿאַרנעמען דעם רעדאַקטאָרישן פּאָסטן פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אַהרן ווערגעליס (1918־1999) איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אינעם שטעטל לובאַר, וואָלינער גובערניע, אָבער אין יאָר 1932 האָט די משפּחה ווערגעליס אַריבערגעוואַנדערט אין ביראָ־בידזשאַנער נאַציאָנאַלן ראַיאָן אויפֿן ווײַטן־מיזרח, וואָס האָט אין גיכן באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַן אויטאָנאָמער געגנט. דאָרט האָט זיך אַנטפּלעקט דער פּאָעטישער טאַלאַנט פֿונעם קומענדיקן הויפּט־רעדאַקטאָר.
צומאָל פֿלעגט מען אים האַלטן פֿאַרן „ערשטן ביראָבידזשאַנער דיכטער‟, נאָר ס׳איז נישט ריכטיק. די ערשטע פּאָעטישע שורות אין דער ייִדישער אויטאָנאָמיע זײַנען פּובליקירט געוואָרן פֿונעם יונגן עמנואל קאַזאַקעוויטש (1913־1962). נאָך דער מלחמה איז ער אין גאַנצן אַריבער צו שאַפֿן אויף רוסיש. אין 1940 זײַנען דרײַ ביראָבידזשאַנער שרײַבער אָנגענומען געוואָרן אינעם אַלפֿאַרבאַנדישן פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבער: ווערגעליס, קאַזאַקעוויטש און בוזי מילער (1913־1988). שוין אין יענער צײַט האָט אין ביראָבידזשאַן געוווינט נאָר בוזי מילער. מיט אַ געוויסן איבעררײַס פֿון יאָרן, אָפּגעשמאַכט אין „גולאַג‟, האָט בוזי מילער אָפּגעלעבט דאָרטן ביז זײַנע לעצטע טעג.
אין יענעם 1940סטן יאָר האָט ווערגעליס באַקומען אויך דעם דיפּלאָם פֿונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, ווי אויך אַרויסגעלאָזט זײַן ערשטע לידער־זאַנלונג. אין דעם אינסטיטוט איז ער אָנגענומען געוואָרן אויפֿן ייִדישן אָפּטייל, אָבער צו דער צײַט פֿונעם פֿאַרענדיקן אים האָט שוין קיין ייִדישער אָפּטייל בײַם אינסטיטוט נישט עקזיסטירט. אין 1938 זײַנען געשלאָסן געוואָרן כּמעט אַלע ייִדישע לערן־אַנטשטאַלטן, אויסער די גרענעצן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. זעט אויס, אַז ווערגעליס איז אין די יאָרן פֿון אָננעמען אים אין שרײַבער־פֿאַראיין געווען צווישן די ייִנגסטע. צווישן די ערשטע איז ער אויך אַוועק אויפֿן פֿראָנט. אַ צײַט האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַן אומגעקומענעם; די צײַטונג „אייניקײַט‟ האָט אַפֿילו וועגן דעם מיטגעטיילט. נאָכן דעמאָביליזירן זיך האָט ווערגעליס זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע, וווּ ער איז געשטעלט געוואָרן אָנצופֿירן מיט דער ייִדישער רעדאַקציע בײַם ראַדיאָ, געוואָרן דער סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַם שרײַבער־פֿאַראיין, ווי אויך אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע בײַם אַלמאַנאַך „היימלאַנד‟.
אין יאָר 1948 זײַנען אַלע ערטער, וווּ ווערגעליס האָט געאַרבעט, אַרונטעגעפֿאַלן אונטער סטאַלינס רעפּרעסיע־מאַשין. ווערגעליס איז געבליבן צווישן די געציילטע ניט־אַרעסטירטע. זײַנע שׂונאים וועלן עס פֿאַרטײַטשן אויף זייער אייגענעם אופֿן: ער האָט זיכער מיטגעאַרבעט מיט די זיכערהייט־אָרגאַנען. די צוטריטלעכע אַרכיוו־מאַטעריאַלן באַשטעטיקן עס נישט, שוין אָפּגערעדט, אַז צווישן די רעפּרעסירטע פֿלעגן זיך טרעפֿן אַזעלכע, וואָס האָבן מיט די דאָזיקע „אָרגאַנען‟ אַקטיוו מיטגעאַרבעט, למשל, איציק פֿעפֿער. די לאָגיק פֿון די קאַגעבע־לײַט איז שווער צו באַנעמען. ס׳איז קלאָר נאָר איין זאַך: פֿאַר די געבליבענע אויף דער פֿרײַ איז עס געווען גאָר נישט קיין לײַכטע צײַט. סטאַלינס טויט אין מאַרץ 1953 האָט מבֿטל געווען די סכּנה פֿון ווערן אַרעסטירט; צוריק גערעדט, איז פֿאַר די ייִדיש־טוער געבליבן די פּראָבלעם פֿון געפֿינען זיך אַן אַרבעטן אין געביט פֿון ייִדיש.
זינט דעמאָלט ווערט דער נאָמען ווערגעליס אָפֿט דערמאָנט אין דער מערבֿדיקער פּרעסע…
דאָס מזל האָט ווערגעליסן צוגעשפּילט; אין 1955 הייבט ער אָן אַרבעטן אינעם אַפּאַראַט פֿון שרײַבער־פֿאַראיין, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם באַוווּסטן סאָוועטישן שרײַבער באָריס פּאָליעוואָי. אין יענער צײַט איז פּאָליעוואָי געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער אַזוי גערופֿענער אויסלענדישער קאָמיסיע בײַם שרײַבער־פֿאַראיין. זינט דעמאָלט ווערט דער נאָמען ווערגעליס אָפֿט דערמאָנט אין דער מערבֿדיקער פּרעסע (אין די סאָוועטישע אויסגאַבעס האָט קיין ייִדישע כראָניק בכלל נישט עקזיסטירט).
ווערגעליס באַטייליקט זיך אין די שמועסן מיט ייִדישע און ניט־ייִדישע טוערס, וועלכע פֿלעגן באַזוכן מאָסקווע. זײַנע לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש, דרוקן זיך אין ליטעראַרישע זשורנאַלן, אינעם פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟ (סאָוועטישער שרײַבער) דערשײַנט זײַן זאַמלונג „זשאַזשדאַ‟ (דורשט). וואָס שייך זיך דרוקן אין ייִדיש, איז נאָך אַלץ ניטאָ וווּ. די סאָוועטישע ייִדן „נייטיקן זיך נאָך אַלץ נישט‟ אין זייער מאַמע־לשון. אָבער אין מאַרץ 1959 ווײַזט זיך פּלוצעם אַרויס, אַז זיי דאַרפֿן אים פֿאָרט האָבן. דעמאָלט האָט, סוף־כּל־סוף, דערזען די ליכטיקע שײַן דאָס ערשטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (נאָך אַן איבעררײַס פֿון איבער צען יאָר) ייִדיש בוך — אַ באַנד געקליבענע דערציילונגען פֿון שלום־עליכמען, לכּבֿוד זײַן 100־יאָריקן יוביליי. אַז מע בלײַבט לעבן, דערלעבט מען…

גראָד ווערגעליסן האָט עמעצער אונטערגעזאָגט אָנצושרײַבן דעם גורלדיקן בריוו צו ניקיטאַ כרושטשאָוון, און אין דעם בריוו צו באַגרינדן די וויכטיקייט פֿון שאַפֿן אונטערן דאַך פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין אַ זשורנאַל אויף ייִדיש. און אין יאָר 1961 האָט דער סעקרעטאַריאַט פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין באַשטעטיקט ווערגעליסן פֿאַרן הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. נישט ווייניק ייִדישע שרײַבער פֿון עלטערן דור זײַנען געווען קאַטעגאָריש קעגן. פֿאַר זיי איז ער געווען סתּם אַ קאַריעריסט, דערצו נאָך מיט אַ שווערן כאַראַקטער. נישט יעדער האָט אים דערלאַנגט די האַנט. די אַנדערע האָבן שטיל געוואָרטשעט הינטער זײַן פּלייצע, און דאָך אַרײַנגעשיקט אינעם זשורנאַל זייערע ווערק צו פּובליקירן. אַ ברירה האָבן זיי געהאַט: קיין אַנדערע פּעריאָדישע פּובליקאַציע אין ייִדיש איז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען, סײַדן די פּראָווינציעלע צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זײַן רעדאַקטאָרישער פּאָסטן געלייזט דעם ווײַטערדיקן גורל פֿון אַהרן ווערגעליסן.
דער רעדאַקטאָרישער פּאָסטן פֿון אַ סאָוועטישן ייִדישן זשורנאַל האָט זיך תּיכּף־ומיד פֿאַרוואַנדלט אין אַ סכּנהדיקן וואָפֿן אויף דער פֿראָנט־ליניע פֿון דער קאַלטער מלחמה קעגן מערבֿ. שוין דער ערשטער אַרויספֿאָר פֿון ווערגעליסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין נאָוועמבער 1963 איז גלײַך געוואָרן אַ געשעעניש, וואָס איז ברייט באַהאַנדלט געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע און אַפֿילו אין קאָנגרעס. יעדער קעמפֿער פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט געמוזט (און מוז נאָך הײַנט אויך) קענען כּסדר ליגנערן, וועגן וואָס עס זאָל נישט געווען גיין די רייד. דערבײַ האָט מען געדאַרפֿט האָבן אַ טאַלאַנט אויפֿריכטיק אַרויסווײַזן דעם כּעס, אויב דער אידעאָלאָגישער קעגנער אָדער פּשוט אַ נאָרמאַלער מענטש האָט נישט געגלייבט דײַנע רייד. מיט איין וואָרט, עס האָט זיך געפֿאָדערט נאַטירלעך אויסצופֿירן די ראָלע פֿון אַ מענטש, וואָס טראָגט דער וועלט „דעם אַבסאָלוטן אמת‟. ווערגעליס האָט געשפּילט זײַן ראָלע גלענצנדיק. ער האָט זיך געקאָנט האַלטן פֿאַר אַ זיגער. אמת, זײַנע זיגן האָבן זיך אויסגעדרייט קעגן אים אַליין — ער האָט פֿאַרלוירן די שטיצע אַפֿילו פֿון די מערבֿדיקע טוער, וועלכע האָבן בײַם אָנהייב געוואָלט זיך מיט אים חבֿרן.
ס׳איז שווער צו זאָגן, צי ווערגעליס האָט אַ מאָל געהאַט פֿרײַנד צווישן די ייִדישע שרײַבער. איך דערמאָן זיך אין זײַן 70־יאָריקן יוביליי, וואָס איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט אַ באַנקעט אינעם מאָסקווער לוקסוס־רעסטאָראַן „פּראַגאַ‟. בײַם טיש זײַנען געזעסן די מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, מיטגלידער פֿון זײַן משפּחה און צוויי הויכגעשטעלטע געסט פֿונעם קאָמוניסטישן צענטראַל־קאָמיטעט. איך קען זיך נישט דערמאָנען קיין איינעם נישט, וואָס ס׳וואָלט געקאָנט אַרײַן אין דער רשימה פֿון זײַנע „פֿרײַנד‟.
ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער האָט ער נישט ליב געהאַט, און אייניקע — פּשוט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן…
במשך פֿון דרײַ מיט עפּעס יאָר איז מיר, ווי דעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן סעקרעטאַר פֿונעם זשורנאַל, אויסגעקומען כּמעט יעדן טאָג קאָנטאַקטירן מיטן רעדאַקטאָר. פֿון אָט די טרעפֿונגען האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַ געפֿיל, אַז ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער האָט ער נישט ליב געהאַט, און אייניקע — פּשוט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן. ווערגעליסן איז פֿרעמד געווען דער זשאַנער פֿון פֿירן אַ נשמה־געשפּרעך. וואָס שייך דעם חוש פֿאַר הומאָר, האָט ער אים פֿאַקטיש בכלל נישט געהאַט. עס האָט זיך געדאַכט, אַז אין דעם מענטשן איז געווען צו פֿיל גאַל — סײַ זײַן אייגענער און סײַ יענער, וואָס מע פֿלעגט אויף אים אויסגיסן (צו מאָל אומזיסט) אין די פֿאַרגאַנגענע צענדליקער יאָרן.
די סבֿיבֿה פֿון זײַן עקזיסטענץ איז געווען אַ בייזע, אַ גיפֿטיקע. וועגן ווערגעליסן פֿלעגט מען זאָגן, אַז „ער האָט ליב קינדער און הינט, נאָר נישט מענטשן‟. ווען ער האָט זיך צעבראָכן אַ היפֿט, אָבער גאָר אין גיכן זיך געשטעלט אויף די פֿיס, האָט איינער פֿון די כּסדרדיקע מחברים (כ׳ווייס ווער, כ׳וועל עס אָבער נישט זאָגן!) זיך אָנגערופֿן: „דאָס שוואַרץ יאָר נעמט אים נישט!‟ ס׳האָט מיך דעמאָלט ממש אַ שנײַד געטאָן. נאָך מער: אַ וועלט מיט פֿאַרדראָסן, צו מאָל טייטלעכע, האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער אָנגעפּלאָגטער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. מעגלעך דערפֿאַר איז אים גרינגער געווען קאָמוניקירן מיט מענטשן פֿון אַנדערע פּראָפֿעסיאָנעלע סבֿיבֿות — אַקטיאָרן, מוזיקער, מאָלער. פּשוטער און היימישער האָט ער זיך געפֿילט מיטן ייִנגערן דור שרײַבער.

לידער האָט ווערגעליס געשריבן פֿאַרשיידענע, בתוכם גוטע. ער איז געווען אַ גלענצנדיקער איבערזעצער פֿון דער רוסישער פּאָעזיע. ליב געהאַט די רעדאַקטאָרישע אַרבעט. דערמיט האָט ער געלעבט. זײַן פּובליציסטיק און פּראָזע איז מערסטנס ליטעראַריש מיסט פֿון דער תּקופֿה. אַ סך פֿון זײַנע לייענער האָבן געלייענט אויף רוסיש זײַן בוך „זעכצן לענדער, אײַנגעשלאָסן מאָנאַקאָ‟ (אויף ייִדיש האָט עס געהייסן „רײַזעס‟), אַנטדעקנדיק פֿאַר זיך נײַע לענדער. דער זשאַנער פֿון קינאָ־ און ליטעראַטור־רײַזעס איז געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פּאָפּולער, קודם־כּל, צוליב דעם, וואָס זעלטן ווער האָט געקאָנט זיך אַרויסרײַסן קיין אויסלאַנד. אין 1991 האָב איך מיטגעטיילט ווערגעליסן, אַז איך קלײַב זיך פֿאָרן קיין אָקספֿאָרד זיך לערנען. דעמאָלט האָט ער מיר געזאָגט: „איך בין אײַך מקנא‟. ווען כ׳האָב אים דערמאָנט אין זײַנע „16 לענדער‟, האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט: „דאָס איז געווען גאָר עפּעס אַנדערש‟.
אַ דאַנק אים, איז דערמעגלעכט געוואָרן, אַז אין יאָר 1962 זאָל אין מאָסקווע געשאַפֿן ווערן אַ ייִדישער דראַמאַטישער אַנסאַמבל, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער טעאַטער „שלום‟. און אין 1981 — די „גרופּע פֿון ייִדישע רעדאַקטאָרן‟ בײַ די העכסטע קורסן פֿונעם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט. מיט זײַן הילף איז אין 1984 דערשינען דער גרויסער רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך נישט ווייניק גוטע זאַכן זײַנען נישט מקוים געוואָרן, אָבער דאָס איז שוין נישט זײַן שולד.
צי עס לוינט אונדז יאָ, צי נישט, פֿאַרנעמט אַהרן ווערגעליס אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער געשיכטע פֿון סאָוועטישן ייִדנטום אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט.