ד״ר גענאַדי עסטרײַך איז גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט. ער איז אַ מחבר פֿון אַ צאָל בכּבֿודיקע אַקאַדעמישע ביכער, פֿאַרבונדן קודם־כּל מיט דער ייִדישער געשיכטע, באַזונדערס אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. הײַנט שטייט ער אין שפּיץ פֿון אַ גרויסן וויכטיקן פּראָיעקט. וועגן אָט דער אַרבעט דערציילט גענאַדי עסטרײַך אין זײַן אויטאָגראַף די לייענער פֿון אונדזער אויסגאַבע.