יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ (אַמסטערדאַם, 1954) איז אַ היסטאָריקער און לעקסיקאָגראַף.
פּובליקירט װעגן קאָנצלאַגער און װעגן שרײַב-נטיות בײַ דער שארית־הפּליטה. געפֿאָרשט דאָס ייִדישע נידערלענדיש פֿונעם 20/19סטן יאָרהונדערט און אָנגעזאַמלט אַ טעקסטן-קאָרפּוס (אין צוזאַמאַרבעט מיט יעקבֿ פֿאַן דער װײַק). פֿון דעם איז אַרױס אַ גרױס װערטערבוך
“Koosjer Nederlands” (Amsterdam 2006) מיט ציטאַטן פֿון דער (ייִדיש-)נידערלענדישער ליטעראַטור. איבער 30 יאָר האָט יוסטוס אָנגעפֿירט מיט אַ לײענקרײַז; זעצט איבער פֿון ייִדיש, אָנגעשריבן פֿינף קורצע מעשׂיות אױף ייִדיש.
https://www.JiddischWoordenboek.nl
רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „גרינע מדינה‟. אַרבעט אױף אַן אַרומנעמיק באַשרײַבעריש ענציקלאָפּעדיש װערטערבוך ייִדיש-נידערלענדיש.
לעבט מיט קאַרען פּאָלאַק: זיי האָבן צװײ זין.