אויטאָגראַף — גלאָריאַ פֿײַן־מאַקינג

גלאָריאַ, אַ געבוירענע אין אַ „די־פּי‟־לאַגער, איז דערצויגן געוואָרן אין ברוקלין, ניו־יאָרק, אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, וואָס די טאַטע־מאַמע האָבן געשטאַמט פֿון ליטע. ייִדיש איז גלאָריאַס שפּראַך פֿון דער היים. איר טאָג־טעגלעכע שפּראַך אין ניו־יאָרק איז אַוודאי געווען ענגליש, אָבער די נטיה צו קענען אויך אַנדערע שפּראַכן האָט זי געבראַכט צו שפּאַניש און האָלענדיש. זי וווינט אין אַמסטערדאַם און אַרבעט ווי אַ וועג־ווײַזערין פֿונעם ייִדישן מוזיי. אויף דעם פֿעלד פֿון איר טעטיקייט האָבן מיר זיך באַקענט, ווען איך מיט מײַן פֿרוי האָבן פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין אַמסטערדאַם. יענער שפּאַציר איבער „ייִדישן אַמסטערדאַם‟, איז אַ דאַנק גלאָריאַ, אײַנגעקריצט געוואָרן אין אונדזער זכּרון אויף לאַנגע יאָרן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s