מיט 75 יאָר צוריק זײַנען די ייִדן, פֿאַרשפּאַרט הינטער די טויערן פֿון דער וואַרשאַווער געטאָ, אויפֿגעשטאַנען קעגן די דײַטשישע נאַציס. נישט אַלע אויפֿשטענדלער זײַנען געווען באַוואָפֿנט, נאָר דאָס גרויסע ווילן נישט צו שטאַרבן ווי קנעכט, האָט זיי געפֿירט אין זייער לעצטער שלאַכט.
איך לייג אײַך פֿאָר דעם טעקסט און דעם ווידעאָ פֿון מײַן פּראָגראַם „טאָג בײַ טאָג‟, געווידמעט דער העלדישער דאַטע אין דער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק.
דעם 19 אַפּריל מערקן די ייִדן איבער דער וועלט אָפּ דעם העלדישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אין דעם טאָג 1943 האָט זיך אָנגעהויבן דער באַוואָפֿנטער קאַמף אין דער געטאָ, אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט דורך דער פֿאַראייניקטער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע.
די ייִדישע קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אין אָקטאָבער 1942. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער שטאַב אין באַשטאַנד פֿון מרדכי אַנילעוויטש (השומר־הצעיר), קאָמאַנדיר פֿון דער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע; מיכאל ראָזענפֿעלד (פּוילישע אַרבעטער־פּאַרטיי); הערש בערלינסקי (לינקע פּועלי־ציון); יצחק צוקערמאַן (החלוץ) און מאַרעק עדעלמאַן (בונד).
דעם 19טן אַפּריל, פֿאַרטאָג, זײַנען די אָקופּאַנטן צוגעטראָטן צו דער ענדגילטיקער ליקווידאַציע פֿון דעם רעשט ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ. זיי האָבן געשיקט רעגולערע מיליטער־טיילן, אַרטילעריע, סאַפּיאָרן, דײַטשישע און פּוילישע פּאָליציי, גרופּעס פֿון אוקראַיִנישע און לעטישע פֿאַשיסטן אונטער דער אַלגעמיינער אָנפֿירונג פֿון גענעראַל יורגען סטרופּ.
אָבער דאָס דײַטשישע מיליטער איז צוריקגעטריבן געוואָרן דורך די געטאָ־קעמפֿער. דעמאָלט האָבן די פֿאַשיסטן אַרײַנגעבראַכט אין קאַמף טאַנקן און אַפֿילו אַוויאַציע. דעם 16טן מײַ האָט סטרופּ אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז דער געוועזענער ייִדישער וווין־קוואַרטאַל האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן; אָבער די קאַמפֿן, כאָטש מער נישט קאָאָרדינירטע, זײַנען מצד די ייִדישע קעמפֿער אָנגעגאַנגען ווײַטער. די לעצטע ידיעות וועגן די צוזאַמענשטויסן שטאַמען פֿון אויגוסט 1943, הגם די געטאָ איז שוין לאַנג געלעגן אין חורבֿות.
כּבֿוד זייער אָנדענק!