אַ געבוירענער אין קאָוונע, האָט שמואל גאָרדאָן זיך דערצויגן אין אוקראַיִנע אין אַ קינדער־היים. אין 1931 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט און עטלעכע יאָר געאַרבעט ווי אַ לערער און קאָרעספּאָנדענט פֿון רוסישע און ייִדישע צײַטונגען. זײַנע ערשטע ייִדישע דערציילונגען האָבן זיך באַוויזן אין די 1920ער יאָרן. אַ שטיקל צײַט האָט ער געאַרבעט אין ביראָבידזשאַן. אויפֿן סמך פֿון זײַן דערפֿאַרונג אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט האָט ער אָנגעשריבן עטלעכע ביכער.
בעת דער מלחמה איז גאָרדאָן געווען אויפֿן פֿראָנט, געדרוקט רעפּאָרטאַזשן אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟. אין 1949 איז ער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אויפֿן ווײַטן צפֿון, וווּ ער האָט אָפּגעשמאַכט אין די לאַגערן ביזן יאָר 1956. וועגן יענע ביטערע יאָרן דערציילט ער אין זײַן לעצטן ראָמאַן „יזכּור‟, דערשינען שוין נאָך זײַן טויט אין ישׂראל.
לייענט שמואל גאָרדאָנס דערציילונג „אַ ווײַס פּאַפּירל‟, וווּ ער שילדערט איין עפּיזאָד פֿונעם לאַגער־לעבן אין דער ווײַטער טונדרע, אָפּגעדרוקט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „די ייִדישע גאַס‟, 1996.
אַ ווײַס פּאַפּירל
אין דעם פֿאָרלעצטן באַראַק אויפֿן וועגן צו דער באַשיצטער, מיט שטעכלדראָט אַרומגעצאַמטער וואַכטע און סקריפּנדיקן שלאַגבוים בײַם טויער, האָט דער קאָנוואָי אַרײַנגעשפּאַרט, דערשטיקט צו ווערן פֿון ענגשאַפֿט, די אַרבעטער־בריגאַדעס פֿון אַלע באַראַקן. באַשטאַנען זײַנען די בריגאַדעס מיינסטנטייל פֿון געוועזענע פֿראָנטאָוויקעס, בײַ וועמען דער הונגער, די קעלט און כּלערליי חלאַתן האָבן נאָך דערווײַל ניט צוגערויבט אין גאַנצן דאָס ביסל פֿאַרהיטע געזונט. די מער שוואַכערע אַרעסטאַנטן, די דיסטראָפֿיקעס, וועלכע שטייען שוין קוים אויף די פֿיס, האָט מען איבערגעלאָזט אַרבעטן אויף דער אינערלעכער זאָנע. דאָ איז די אַרבעט אויך ניט פֿון די גאָר לײַכטע, מע גייט דאָ אויך אָפּ מיטן זיבערטן שווייס. ס׳איז אָבער פֿאָרט ניט צו פֿאַרגלײַכן מיט דער ערדאַרבעט, מיט שפּאַלטן די אייביק דורכגעפֿרוירענע ערד, דאָלבען פֿונדאַמענטן פֿאַר נײַע באַראַקן, פֿאַר די פֿרישע אַרעסטאַנטן, וואָס האַלטן יעדן טאָג אין איין צוקומען: ווען צו צען, ווען אַפֿילו צו הונדערט.
שטיין פֿון יענער זײַט זאָנע אויפֿן ברענענדיקן פֿראָסט, דעם מיט האַלדז־און־נאַקן אַרײַנגעטאָן אינעם פֿראַנק־און־פֿרײַען ווילדעווען פֿון די שטעכיקע טײַגע־ און טונדרע־ווינטן, איז אַוודאי פֿון די גאָר קנאַפּע פֿאַרגעניגנס. איין רעכטער בלאָז — און דו פֿאַרשווינדסט, ס׳קאָן דיך פֿאַרטראָגן אויף אייביק אין דער טיף פֿאַרשנייטער ווײַסער וועלט. יענע אַרעסטאַנטן, וואָס זײַנען נאָך אַ ביסל בײַ די כּוחות, נאָר האָבן מיט וואָס זיך אונטערקויפֿן בײַ די נאַדזיראַטעלעס [אויפֿזעערס], לאָזט מען אויך איבער צוזאַמען מיט די שטאַרק אָפּגעשוואַכטע און חלאָים אין דער אינעווייניקסטער זאָנע. געוויינטלעך, זײַנען עס די אַרעסטאַנטן פֿון דער בײַבאַלטיק און מאָלדאַוויע. זיי שיקט מען צו פּעקלעך פֿון דער היים אָפֿטער, ווי פֿיל אַנדערע.
די דאָזיקע „זעקן‟ [אַרעסטאַנטן] מיסחרעווען מיט די באַלעבאַטים. עס לוינט און ווי אַזוי נאָך: די ערד איז דאָ אומעטום האַרטער פֿון שטיין. דו באַווײַזט זיך ניט צורירן צום הענטל פֿונעם גראָבאײַז, אָדער פֿונעם ברעכשטאַנג, ווי די האַנט ווערט צו דעם אַזוי צוגעפֿרוירן, די הויט דערנאָך ניט אָפּצורײַסן דערפֿון. מאָטל קאַנטאָרן איז עס גוט באַקאַנט. נאָר מיט וואָס קאָן ער זיך אויסקויפֿן בײַם נאַדזיראַטעל? מיט דעם פֿאַרלאַטעטן העמד אויפֿן לײַב?
דעם קאָנוואָי, דעם באַרימטן וואָלאָגדער קאָנוואָי, וועלכער האָט צונויפֿגעטריבן פֿון די באַראַקן די אַלע אַרבעטער־בריגאַדעס, גייט ניט אָן, וואָס די גראַדוסן אינעם טערמאָמענטער אויפֿן ווײַסהאָריקן סלופּ בײַ דער וואַכטע הייבט זיך ניט אויף אַפֿילו אויף איין גראַדוס העכער, שטייען אַלץ אויף איין און דעם זעלבן פּאַסיקל: דרײַ און פֿערציק. און ווען דער טערמאָמענטער זאָל זיך געווען אַראָפּלאָזן נאָך אויף אַ צוויי־דרײַ גראַדוסן נידעריקער, גייט עס דעם קאָנוואָי אויך ניט אָן. די וואָלאָגדער קאָנוואָיִרן שיִער ניט אַלע אונטערגעקליבן פֿון איין הייך און ברייט, ווי דעמבן פֿון איין און דעם זעלבן וואַלד. דערצו זײַנען זיי אַלע אָנגעטאָן אין טונקל־ברוינע פּעלצלעך מיט געדיכט־האָריקע קעלנער.
וועגן די פֿיס, וואָס דער פֿראָסט גיט זיי צום אַלעם ערשטן וועגן זיך צו פֿילן, האָבן זיי אויך ניט וואָס צו קלערן. די וואָליקעס זײַנען גענוג הויך און געראַם, קאָנסט אָנוויקלען אויף די פֿיס נאָך אַ פּאָר אָנעטשעס. די הענט בײַ יעדן זײַנען אויך רעכט באַזאָרגט: מע האַלט זיי טיף פֿאַררוקט אין די פֿוטערנע הענטשקעס. דעם קאָנוואָי האָט ניט אויסגעמאַכט, אַז די טעמפּעראַטור הייבט זיך ניט אויף. צוליב איינע־צוויי גראַדוסן העכער קאָן דער עלטסטער באַפֿוילן אַרויספֿירן די בריגאַדעס אויף דער אַרבעט, און איבער דעם וועט דעם קאָנוואָי אויך אויסקומען אַ ביסל אונטערפֿרירן אין דער טונדרע, ווי אָנגעפּעלצט מע איז ניט. פֿון דעם שמײַסנדיקן ווינט אין דער טונדרע איז זיך ניט אויסצובאַהאַלטן, ער יאָגט אומעטום אָן.
דערווײַל אָבער האָט דעם קאָנוואָי און נאָך מער די אַרעסטאַנטן הײַנט אָפּגעגליקט. ניט אַזוי אָפֿט טרעפֿט, אַז מע זאָל אַ מסוכּן פֿראָסטיקן טאָג, ווי הײַנט, אָפּזיצן אין דער וואַרעמקייט אונטער אַ געדעקטן דאַך. די ענגשאַפֿט אינעם פֿאָרלעצטן באַראַק איז שוין אַזאַ, אַז איז נעם ברעך אויס אַ שטיקל שויב, מע זאָל קאָנען כאָטש אַ ביסל אַן אָטעם טאָן מיט פֿרישער פֿראָסטיקער לופֿט.
— דער גזלן איז געקומען!
מאָטל קאַנטאָר, צו וועמען דער שכן בײַם געפּלאַצטן שײַבל האָט עס אַ זאָג געטאָן, האָט ניט געדאַרפֿט זיך לאַנג אײַנקוקן, אַז ער זאָל אין דעם מגושמדיקן נפֿש מיט דער הויכער קאַראַקולנער פּאַפּאַכע [אַ מיליטעריש היטל] דערקענען דעם נײַעם שעף פֿונעם לאַגער, דעם מאַיאָר, וואָס וואַרפֿט אָן אַליין שוין מיט זײַן באַווײַזן זיך אין דער זאָנע אויף איטלעכן איינעם אַן אימה. פֿאָריקע וואָך איז אויך אויסגעפֿאַלן אַ שרעקלעך פֿראָסטיקער טאָג, אַ קעלטערער נאָך פֿון הײַנטיקן. ס׳האָט שוין געהאַלטן, מע זאָל אומקערן די אַרבעטער־בריגאַדעס צוריק אין די באַראַקן און אָפּזוכן אַ טווּנג זיי אין דער אינערלעכער זאָנע, זיי זאָלן די פּלייצע ניט קאָנען דערנאָך אויסגלײַכן. איז ווי אונטער דער פֿאַרקאָוועטער ערד אָנגעקומען דער מאַיאָר און באַפֿוילן אַרויספֿירן אַלעמען אויף דער אַרבעט פֿון יענער זײַט שטעכלדראָט, אונטערן אָפֿענעם הימל, אויפֿן ברענענדיקן פֿראָסט.
פֿאַרבײַגייענדיק די פֿענצטערלעך פֿונעם פֿאָרבאַראַק, איז דער מאַיאָר שטיין געבליבן שיִער ניט פּונקט אַטקעגן דעם אויסגעזעצטן פֿון דעם פֿראָסט געפּלאַצטן שײַבל, און זיך פֿאַרקוקט אַהין, גלײַך ער זאָל דאָרט עמעצן באַזונדערס זוכן, געוואָלט אַ פּנים דערגיין, ווער האָט געקאָנט אַרויסשפּאַרן דאָס שײַבל, ער זאָל האָבן וועמען צו באַשטראָפֿן, און אַזוי באַשטראָפֿן, אַז די איבעריקע זאָלן עס פֿאַרגעדענקען.
מאָטלען האָט זיך אויסגעוויזן, אַז דער שעף קוקט זיך צו מער צו אים. מסתּמא האָט ער עפּעס באַמערקט. נאָר וואָס האָט ער געקאָנט אויף אים באַזונדערס באַמערקן אויסער דעם, אַז ס׳איז ניט צו באַנעמען, ווי אַזוי האָט געקאָנט אָט דער דאַרער, קרענקלעכער יונגער־מאַן זיך דורכשטופּן צו דעם אָפֿענעם פֿענצטערל און פֿאַרכאַפּן דאָרט אויף עטלעכע מינוט אַן אָרט. וווּ האָט ער געקאָנט נעמען אויף דעם כּוחות, אויב ער שטייט קוים אײַן אויף די פֿיס?
דער מאַיאָר קאָן אַוודאי קלערן, אַז דאָס שטיקל אָרט בײַם פֿענצטערל האָט דער דאָזיקער אַרעסטאַנט בײַ עמעצן אָפּגעקויפֿט, אויסגעביטן אויף אַ פּעקל מאַכאָרקע אָדער אויף אַן אָפּגעשפּאָרטן פֿונעם פֿרישטיק ציגעלע צוקער. נאָר פֿון וואַנען האָט מאָטל אויף וואָס אויסצובײַטן? ער איז, דוכט זיך, דער איינציקער אין זאָנע, ווער עס קריגט גאָרניט פֿון דער היים. וואָס קאָן אים שיקן די אַלטע קראַנקע מאַמע, אויסער אירע ביטערע טרערן, וועלכע זי פֿאַרגיסט יעדן טאָג.
פֿינף ברידער זײַנען זיי געווען. פֿאַרבליבן איז בלויז ער איינער. וווּ זײַנען די איבעריקע פֿיר? זיי זײַנען דאָך אַלע געווען טרײַע איבערגעגעבענע פּאַרטייער און אַלע גיברים, ווי זייער טאַטע, יודל דער קאָוואַל. פֿון פֿינף ברידער איז בלויז ער איינער ניט געווען קיין קאָמוניסט. אפֿשר דערפֿאַר איז ער געבליבן לעבן. זעקס יאָר, אַז ער זיצט. געבליבן איז אים נאָר גאַנצע נײַן יאָר. ער וועט אַפֿילו האַלב אויך ניט אויסהאַלטן. פֿאַר די זעקס יאָר, וואָס ער זיצט, איז ער געוואָרן אַ זקן. ער פֿילט, ווי יעדן טאָג גייען אים אויס די כּוחות. שוין אַ גרעסערע צײַט, ווי ער האַלט אין איין הוסטן.
וואָס קוקט אויף אים אַזוי דער שעף? ער ווייסט נאָך ניט, וויפֿל אים אײַנטיילן קאַרצער פֿאַרן אויסברעכן דאָס פֿענצטערל? ניט ווייניקער מסתּם פֿון אַ וואָך צי אפֿשר מער. מאָטלען אַרט עס ניט. אין קאַרצער וועט ער ניט האָבן אַזוי פֿיל צו טאָן מיט דער קעלט. מע גיט דאָרט כּמעט ניט וואָס צו עסן. איז ער צום הונגער שוין געוווינט. ער טראָגט אים לײַכטער איבער, ווי די קעלט.
— אוי, מאַמע טײַערע, — גיט מאָטל אַ זאָג צו זיך, ניט אָפּקערנדיק דאָס פּנים פֿונעם פֿענצטערל, — פֿאַר וואָס נעמט מיך דער אייבערשטער ניט צו? ווי ער האָט אָפּגענומען בײַ דיר אַלע דײַנע פֿיר זין. בעט אים, מאַמע טײַערע, ער זאָל פֿאַרנעמען מײַן תּפֿילה. איך האָב אָנגעהויבן גלייבן אין אים. איך בעט אים אַלע טאָג, ער זאָל מיך צונעמען. סוף־כּל־סוף, וועט מײַן תּפֿילה דערגיין צו אים. זאָל ער רחמנות האָבן אויף דיר. גענוג טרערן האָסטו שוין פֿאַרגאָסן איבער מיר. אוי, מאַמע, מאַמע. וויפֿל איז דער שיעור צו וויינען און קלאָגן. זאָל זיך דיר דאַכטן, אַז בײַ דיר זײַנען געווען פֿיר זין און ניט פֿינף…
— וועמען זוכט ער דאָס אַלץ, וואָס ער האָט זיך אַזוי פֿאַרקוקט אויף אונדז? — האָט דער שכן לעבן מאָטלען ווידער אַ פֿרעג געטאָן.
— גיכער פֿון אַלץ אויף מיר.
— פֿאַר וואָס קלערסטו אַזוי?
מאָטל האָט געהאַט אַ סמך אַזוי אַ קלער צו טאָן.
— יענע וואָך, ווי דו געדענקסט, איז געווען אַ גרעסערער פֿראָסט נאָך, ווי הײַנט. ביז פֿיר און פֿערציק גראָד איז געהאַט דערגאַנגען. איז אונדזער שעף, פּונקט ווי הײַנט, געקומען צו לויפֿן ווי פֿון אונטער דער ערד און אַלעמען אַרויסגעטריבן אויף דער אַרבעט. דערווײַל האָט ער ניט איבעריקס אָנגעטרויט דעם קאָנוואָי. ער איז אַליין מיטגעגאַנגען מיט אונדז אַ קילאָמעטער פֿיר די ווײַט און נאָכגעפֿאָלגט, ווי ווער עס אַרבעט. ער האָט זיכער באַמערקט ווי דער גראָבאײַזן האָט זיך עטלעכע מאָל אַרויסגעגליטשט פֿון מײַנע הענט. דעמאָלט האָט ער מיר גאָרניט געזאָגט, ווי ניט באַמערקט. דאָס מאָל, פֿיל איך, וועט מיר אַזוי גלאַט ניט אָפּגיין. מע וועט מיר אָפּצאָלן פֿאַר דעמאָלט און פֿאַר הײַנט. זע, סאַראַ גזלניש פּנים איז בײַ אים הײַנט…
— וואָסי? כ׳וועל נאָך לאַנג וואַרטן אויף אײַך? — האָט פֿון דרויסן זיך דערקליבן אַהער דורך דעם האַלב צעבראָכענעם פֿענצטערל דעם מאַיאָרס הילכיקע שטים. — שנעלער אַ ביסל קאָנט איר ניט, ליידאַקעס!? איר ווילט אפֿשר הײַנט בלײַבן אָן וואַרמעס. איז קאָן איך אײַך צוליב טאָן, זאַראַזעס!
שווער געווען זיך פֿאָרשטעלן, אַז דער פֿאָרבאַראַק זאָל געווען קאָנען אַזוי פֿיל אַרײַננעמען אין זיך. אין דער זאָנע האָט קוים געקלעקט פּלאַץ אויף אויסשטעלן אַלעמען צו פֿיר אין אַ שערענגע.
דער מאַיאָר האָט אָפּגענומען בײַ דעם עלטסטן נאַריאַדטשיק [אַ פֿאַרוואַלטער איבער אַרבעטער] די ריין אָפּגעשאָבענע לאָקשן־ברעטלעך מיט די קלאָר אויפֿגעשריבענע אויף זיי פֿאַמיליעס פֿון די אַרבעטער־בריגאַדעס, און גענומען לייענען הויך אויף אַ קול, ווי אויף אַ פּאַראַד, יעדווידן איינעמס פֿאַמיליע־נאָמען, פֿאָדערנדיק פֿון יעדן קלאָר און דײַטלעך אָנרופֿן אויף וויפֿל ער איז פֿאַרמישפּט און לויט וועלכן פּונקט פֿונעם 58סטן אַרטיקל איז ער פֿאַרמישפּט.
— בירגער שעף.
בײַם מאַיאָר האָט זיך ווי אָפּגענומען דאָס לשון. ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, אַ פּנים, זינט ער איז באַלעבאָס איבער דער באַזונדערס שטרענגע באַצירקן פֿונעם צינטיִער שטראָף־לאַגער, אַז עמעצער זאָל וואַגן אים איבערשלאָגן אין מיטן די רייד, בפֿרט נאָך, ווען ער לייענט פֿאָר דאָס צעטל פֿון די אַרעסטאַנטן.
דער, ווער ס׳האָט געוואַגט אַרײַנפֿאַלן אים אין די רייד, האָט זיך מיט גאָרניט אויסגעטיילט אין דער שערענגע פֿון די איבעריקע. אַזאַ מין אויסגעדאַרטער אַרעסטאַנט ווי אַלע אין דער ריי. דער ברוסטקאַסטן אײַנגעפֿאַלן, אין וווּקס און אין עלטער האָט ער זיך אויך ניט געקאָנט פֿאַרמעסטן מיטן שעף. ער איז געווען אפֿשר אויף אַ קאָפּ נידעריקער, און די אַקסלען אויך פֿיל שמעלערע.
ניט דערוואַרט זיך אויף אַ דערלויבעניש, איז דער האַלב מיליטעריש געקליידטער יונגער־מאַן אַליין אַרויס פֿון דער ריי און העכער איבערגעחזרט:
— דערלויבט זיך ווענדן צו אײַך, בירגער מאַיאָר.
מעגלעך, אַז ניט אין גאַנצן צופֿעליק האָט דער אַרעסטירטער זיך דאָס מאָל געווענדט צו אים: „בירגער מאַיאָר‟ און ניט „בירגער שעף‟. ער האָט דערמיט, ווײַזט אויס, אים דערהויבן אין די אייגענע אויגן. „בירגער מאַיאָר‟ איז פֿאַר אים פֿיל מערער ווי „בירגער שעף‟, וואָס פֿאַר אַ פּאָסטן ער זאָל דערבײַ ניט פֿאַרנעמען. ס׳קאָן זײַן, אַז טאַקע דערפֿאַר האָט דער מאַיאָר זיך גלײַך אָפּגערופֿן, און ניט אויף „דו‟, נאָר אויף „איר‟.
— איך הער אײַך. וואָס האָט איר געוואָלט זאָגן?
— בירגער מאַיאָר…
דער אַרעסטירטער האָט ווידער, ווײַזט אויס, אויך ניט אין גאַנצן צופֿעליק, דערמאָנט דעם שעף, אַז ער איז אַ מיליטער־מאַן און בלויז דערפֿאַר גיט ער אים אָפּ די אַכטונג, וועלכע עס קומט אַ מיליטער־מאַן פֿון אַ העכערן ראַנג, כאָטש אין דער שערענגע, וווּ ער שטייט, איז דער שכן זײַנער ניט ווייניקער ווי אַ פּאָלקאָווניק. דער אַרעסטירטער געוועזענער מיליטער־מאַן האָט אַ קלאַפּ געטאָן אַ פֿוס אָן אַ פֿוס, אויסגעטאָן די הענטשקע און צוגעלייגט די האַנט צום היטל מיטן שוין פֿון לאַנג אַראָפּגעריסענעם שטערנדל.
— טוט אַ קוק, בירגער מאַיאָר, ווי ס׳איז אָנגעטאָן דער „זעק‟, וואָס שטייט לעבן מיר אין דער שערענגע. בײַ אַזאַ פֿראָסט און ניט אין וואָליקעס. די נאַקעטע פֿינגער פֿון די פֿיס זעען זיך בײַ אים אַרויס פֿון די שיך. גיט אַ קוק אין וואָס פֿאַר אַ בושלאַט [אַ האַלבמאַנטל פֿון אַ גראָבער סחורה] מע האָט אים אויסגעפּעלצט. אַ לאַטע אויף אַ לאַטע. בײַ אַזאַ פֿראָסט, בירגער מאַיאָר, וועט ער אַפֿילו ביז האַלב וועג ניט דערגיין: ער וועט פֿאַרפֿרוירן ווערן ווי אַ שטיק אײַזן. ער איז דאָך אַ לעבעדיקער מענטש.
— ער איז אַן אַרעסטאַנט.
— און אַן אַרעסטאַנט איז קיין מענטש ניט? מיר זײַנען דאָ אַלע געוועזענע סאָלדאַטן, רויט־אַרמייער.
— מאַרש צוריק אויף דײַן אָרט!
— מע טאָר אים אין אַזאַ צושטאַנד ניט פֿירן. ער וועט אומקומען…
— קיינער פֿרעגט דיך ניט. אַנו, קום נאָר אַהער.
דאָס פּנים פֿונעם מאַיאָר האָט זיך אָנגעגאָסן מיט פֿאַרווײַסט בלוט. מע האָט געקאָנט הערן, ווי עס זידט. די האַנט האָט זיך פֿאַרבײַלט בײַ אים. ער האָט פֿאַרלייגט די האַנט מיטן פֿאַרבײַלטן פֿויסט אויפֿן רוקן, גרייט אַ לאָז טאָן דעם אַרעסטאַנט אַ זעץ.
דער אַרעסטאַנט האָט זיך ניט אָפּגעקערט. ער האָט זיך נאָך מער אויסגעצויגן, ווי בײַם אָפּגעבן אַ ראַפּאָרט, און זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צום פֿאַרמאָסטענעם פֿויסט.
— נו וואָס, בירגער מאַיאָר? איר קלײַבט זיך מיך שלאָגן? איז שלאָגט! — און הויך, אַלע שערענגעס זאָלן הערן איטלעכס וואָרט: — נו שלאָגט! זאָל מען זען, ווי אַ סאָוועטישער מאַיאָר שלאָגט אַ סאָוועטישן קאַפּיטאַן. — און ער האָט נאָך נענטער אונטערגעשטעלט דאָס פּנים אָן דעם מינדסטן סימן פֿון שרעק, — נאַ, שלאָג!
— איך האָב זיך דאָך ניט באַקלאָגט… — מאָטל קאַנטאָר האָט אַליין ניט באַנומען, צו וואָס איז אים נייטיק געווען עס צו זאָגן. ער האָט דאָך דעם קאַפּיטאַן ניט געבעטן, ער זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר אים.
— וואַסיליעוו! ווערפּילאָוו!
ס׳האָט קיין רגע ניט געדויערט, ווי דער קליינוווּקסיקער געשטופּלטער נאַדזיראַטעל וואַסיליעוו צוזאַמען מיטן אַנדערן נאַדזיראַטעל, מיטן גבֿר ווערפּילין, זײַנען שוין געשטאַנען לעבן דעם שעף, גרייט אויספֿילן זײַן יעדן באַפֿעל.
— פֿירט זיי ביידע אָפּ צו מיר! ווי איז דײַן פֿאַמיליע? — האָט דער שעף געפֿרעגט דעם קאַפּיטאַן, ניט אַ קער געבנדיק צו אים דעם קאָפּ.
— מירזאָיאַן, — איז וואַסיליעוו פֿאַרלאָפֿן ווערפּילאָוון דעם וועג, אויספֿײַנענדיק זיך פֿאַרן שעף, אַז ער קען דאָ איטלעך איינעם פֿון די אַרעסטאַנטן בײַ די פֿאַמיליע־נעמען.
— אַן אַרמענער איז ער. אַן אַרמיאַשקע. — דאָס מאָל האָט שוין ווערפּילין געאײַלט זיך אויספֿײַנען פֿאַרן מאַיאָר, אַז ניט נאָר ער קען דאָ יעדן איינעם בײַ די פֿאַמיליעס, נאָר אויך מיט זײַן צונעמעניש.
— טו אים אָן די אײַזערנע קייטלעך. נאָר שטײַף, אַז ער זאָל זיי דערפֿילן, און דעם אַנדערן ווי רופֿט מען?
— ער איז אַ זשידאַק.
— זײַן פֿאַמיליע?
— מאָטל קאַנטאָר.
— אים דאַרף מען ניט שמידן. ער וועט סײַ־ווי אין ערגעץ ניט אַנטלויפֿן.
— וווּהין וועט ער לויפֿן אין אַזאַ אוניפֿאָרם? — האָט, שטייענדיק שוין מיט די אײַזקייטלעך אויף די הענט, געזאָגט דער אַרמענער, ווענדנדיק זיך שוין דאָס מאָל ניט אַזוי צום בירגער מאַיאָר און זײַנע צוויי באַדינער, נאָר אַזוי, אַז ס׳זאָל דערהערן דער גאַנצער סטרוי פֿון איין ברעג ביזן אַנדערן.
מאָטל קאַנטאָר איז פֿאַר די אַלע יאָרן צום ערשטן מאָל דאָ בײַם שעף אין קאַבינעט. דער געוויינטלעכער גרויסער צימער, וווּהין די נאַדזיראַטעלעס האָבן אים און דעם קאַפּיטאָן אַרײַנגעפֿירט, איז געווען באַקלעפּט מיט טונקל־בלויע טאַפּעטן. בײַ דער וואַנט אַנטקעגאיבער דער טיר איז געשטאַנען אַ שווערער דעמבענער טיש פֿון אָרט ניט צו רירן. בײַם טיש, האַרט צוגערוקט צו דער וואַנט, האָט זיך אויסגעפֿײַנט מיט זײַן באַגילדעטער פֿאַרב און אויסגעשניצטע באַפּוצונגען אַ גרויס בענקל מיט אַ הויכן צוקאָפּנס, צוויי טראָפּן ענלעך אויף אַ טראָן. דער אין אַ ווײַלע אַרום אַרײַנגעקומענער שעף האָט זיך גדלותדיק געזעצט אויף אים. פֿון ביידע זײַטן טראָן האָבן זיך פֿון דעם אַ ריר געטאָן פֿון זייערע ערטער צוויי שטיקער וואַנט, אײַנגעפּאַסטע אַזוי, אַז ס׳איז זיי ניט צו באַמערקן. און מאָטל וואָלט עס מסתּמא ניט האָבן באַמערקט, אַז דאָס זײַנען טירלעך פֿון צוויי קעמערלעך, פֿון וואַנען ס׳האָבן שוין ניט איין מאָל אַרויסגעקוקט אַהער צוויי פֿאַרוואַקסענע פּנימער און זיך געריסן אַרויסגיין פֿון דאָרט, ווי באַפֿרײַטע הינט פֿון דער קייט.
מאָטל האָט דערווײַל נאָך ניט אָנגעהויבן באַנעמען, צו וואָס זײַנען פֿון ביידע זײַטן טראָן אַרײַנגעפּאַסט, ניט צו באַמערקן, צוויי טירלעך אין דער וואַנט, פֿאַרקלעפּטע מיט טאַפּעטן פֿונעם זעלבן טונקל־בלויען קאָליר, ווי דער גאַנצער צימער.
סוף־כּל־סוף, זײַנען פֿון ביידע קעמערלעך אַרויסגעשפּרונגען די צוויי פֿאַרוואַקסענע שומרים, וועלכע דער שעף האָט אויף יעדן פֿאַל געהאַלטן דאָרט, ער זאָל זײַן מער זיכער בײַ זיך. מיט אַזעלכע ווי דער קאַפּיטאַן, דאַרף מען זײַן געהיט. ניט ווייניק מאָל טרעפֿט, אַז עס קומט אים דאָ אויס האָבן צו טאָן מיט מער געפֿערלעכע, ווי דער. פֿון איין קלאַפּ זייערע קאָן מען בלײַבן ליגן.
— דער בלײַבט דאָ, — האָט דער שעף אָנגעוויזן זײַנע צוויי לײַבהיטער אויפֿן אַרמענער. — און דעם פֿירט אָפּ צוריק. נישקשה. ער וועט ניט פֿאַרפֿרוירן ווערן.
— ביסט אַ ייִד? — האָט דער שעף, אַ הייב געבנדיק זיך עטוואָס פֿונעם בענקל, געפֿרעגט קאַנטאָרן.
מאָטל האָט ניט געענטפֿערט. אים איז איצט אָנגעגאַנגען, וואָס וועט באַלד פֿאָרקומען בײַם מאַיאָר אין קאַבינעט…
בײַ קאַנטאָרס אַרויסגיין פֿון דעם שעפֿס קאָבינעט איז אין דער זאָנע געשטאַנען אַ שטילקייט, גלײַך פֿון דעם סטרוי וואָלט קיינער ניט געבליבן. אַ פּוסטע טויטע שטומקייט אַרום און אַרום. דער אונטערקרעכצנדיקער שלאַגבוים בײַם טויער פֿון דער וואַכטע איז שוין געווען האַלב אויפֿגעהויבן. נאָר די שטרענג אויסגעשטעלטע, ווי אויף אַ פּאַראַד, אַרבעטער־בריגאַדעס האָבן זיך ניט גערירט פֿון אָרט. צו זיי איז ווי ניט דערגאַנגען די קאָמאַנדע פֿונעם קאָנוואָי, מע האָט מיט אַ מאָל ווי פֿאַרגעסן אינעם ברענענדיקן פֿראָסט, אין דער פֿאַרווייטער טונדרע, אין די דערנידערונגען, וואָס סע שטייט נאָך פֿאָר אויסצוהערן.
— דער שעף האָט הײַנט באַפֿרײַט דיך פֿון דער אַרבעט, צי ער האָט באַפֿוילן דיך פֿירן אין אַזאַ אָנטאָן אויף יענער זײַט זאָנע?
— און וווּ איז דער קאַפּיטאָן? מע האָט אים דאָרט געשלאָגן?
— אַן אַרבעטער האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר אַ ייִדן.
— אַ ייִד איז דען קיין מענטש ניט?
מאָטל קאַנטאָר האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט, ער האָט פֿאָרגעזעצט גיין מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, אַרײַנגעטאָן אין גאַנצן אין זיך, און אַלץ, וואָס ער האָט אין די דאָזיקע מינוטן געטראַכט און איבערגעטראַכט, איז אויסגעהילכט געוואָרן אויף אַ קול:
— וויפֿל איז דער שיעור צו זײַן אַ קנעכט? וויפֿל קאָן מען אַזוי לײַדן… פֿינף ברידער זײַנען מיר געווען… אוי, מאַמע טײַערער…
— נאַ, פֿאַררייכער? — דער עלטסטער פֿון זײַן בריגאַדע האָט אים אויסגעשטרעקט דאָס שטיקעלע ווײַסע פּאַפּירל מיט די אָנגעשאָטענע גרײַפּעלעך מאַכאָרקע.
— ער רייכערט ניט. ווייסט דען ניט?
נאָר דווקא אין דער רגע האָט מאָטל אַרויסגעכאַפּט בײַם בריגאַדיר פֿון די הענט דעם ציגאַר, אויסגעשאָטן פֿון אים די גרײַפּעלעך מאַכאָרקע, וועלכע ס׳האָט גלײַך אונטערגעכאַפּט דער ווינט און פֿאַרטראָגן אין דער ווײַס־וויסטער טונדרע אויף יענער זײַט וואַכטע.
באַפֿרײַט דאָס שטיקעלע ווײַס פּאַפּירל פֿונעם לעצטן גרײַפּעלע מאַכאָרקע, האָט קאַנטאָר עס באַנעצט מיט שפּײַעכץ און שטײַף צוגעקלעפּט צום פֿאַרלאַטעטן בושלאַט אַקוראַט דאָרט, וווּ דאָס האַרץ שלאָגט וואָס אַ טאָג אַלץ שטילער און שטילער, און ניט הײַנט־מאָרגן דאַרף זיך עס אָפּשטעלן.
אומגעריכט פֿאַר אַלעמען, בלויז ניט פֿאַר זיך, האָט מאָטל זיך אַ לאָז געטאָן מיט אַ מאָל לויפֿן צו דער וואַכטע.
— וווּהין פֿליסטו, מאַטוויי?
— שטיי, זאָגט מען דיר!
קיינער אָבער האָט אים ניט אָנגעיאָגט, קיינער האָט אים ניט אָפּגעשטעלט. מיט צעשפּרייטע הענט איז ער אַרויפֿגעלויפֿן אויף דער שטעכלדראָט־צאַם.
פֿון דער הייך, פֿון דער „ווישקע‟ [וואַכטורעם], וווּ ס׳איז געשטאַנען אַן אָנגעפּעלצטער וואַכמאַן, האָט זיך דערהערט אַ שאָס. דער ווינט האָט אָפּגעקלעפּט פֿונעם בושלאַט דאָס רויט באַפֿאַרבטע מיט בלוט שטיקל ווײַס פּאַפּיר און עס אויך פֿאַרטראָגן אויף יענער זײַט זאָנע.
קיינער האָט ניט באַמערקט, צי דער שעף איז שוין געשטאַנען פֿון דער זײַט טיר, ווען ס׳האָט אָפּגעקנאַלט דער שאָס, נאָר אַז ער האָט גלײַך אויפֿן אָרט אָפּגעגעבן אַ באַפֿעל באַלוינען דעם סאָלדאַט אויף דער ווישקע מיט צוויי וואָכן אורלויב פֿאַר אַרויסווײַזן וואַכזאַמקייט, האָבן אַלע שוין געהערט.
דער ווינט האָט נאָך אַ רעכטע שטיק צײַט זיך אומגעטראָגן מיטן ווײַס ברעקל פּאַפּיר, זוכנדיק פֿאַר דעם אין דער וויסטער פֿאַרשנייטער טונדרע אַ גרייטן קבֿר און אַ גרייטע מצבֿה.
1 Comment