לאַפּסוס־קאַקטוס — 8

ייִדיש — אויף דער צונג און אין ווערטערבוך

ווי מיר ווייסן, איז ייִדיש זייער אַ בייגעוודיקע און נאָכגיביקע שפּראַך. צוליב דער גרויסער צעשפּרייטקייט פֿון ייִדן איבער פֿאַרשיידענע לענדער, און זייער פֿענאָמענאַלער טבֿע אײַנצוזאַפּן די אַרומיקע לאַנד־ און סבֿיבֿה־אייגנשאַפֿטן, בתוכם די אָרטיקע שפּראַכן, האָט עס זיי דערמעגלעכט רעלאַטיוו גיך זיך צוצופּאַסן צו אַ נײַ אָרט און אַן אַנדער לעבן.

צוריק גערעדט, האָבן די ייִדן די נײַע אומשטאַנדן „דורכגעזיפּט‟ דורך זייער אייגענעם שׂכל און געפֿילן, באַזיניקט אויף אַן אייגענעם ייִדישלעכן אופֿן. אַזוי אויך האָט ייִדיש, וואַנדערנדיק איבער דער וועלט צוזאַמען מיט זײַנע שפּראַכטרעגערס, כּסדר אײַנגעזאַפּט אין זיך לאָקאַלע ווערטער, אויסדרוקן, אינטאָנאַציעס וכדומה און זיי פֿאַרייִדישט אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער שפּראַך־פֿאַקטור און סטרוקטור.

דווקא ייִדיש טראָגט אין זײַן יאָדער אַלע גײַסטלעכע און גײַסטיקע אוצרות, געשאַפֿן פֿון ייִדן אין גאַנג פֿון זייער געשיכטע — פֿון תּנך אָן…

און דאָך האָט דער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר כּסדר געטראָגן אין זיך — באַוווּסטזיניק צי אונטערבאַוווּסטזיניק — די גײַסטיקע מחיצה צווישן „זיי‟ און „מיר‟. די אָפּווענדונג פֿון אָט דער דורותדיקער גרענעץ האָט געבראַכט אָדער צו נאַציאָנאַליזם, אָדער צו אַסימילאַציע.

דווקא ייִדיש — אין אַלע זײַנע אַספּעקטן און דערשײַנונגען, טראָגט אין זײַן יאָדער אַלע גײַסטלעכע און גײַסטיקע אוצרות, געשאַפֿן פֿון ייִדן אין גאַנג פֿון זייער געשיכטע — פֿון תּנך אָן. אָט דער ייִדיש־יאָדער קאָנצענטרירט אין זיך דעם גאַנצן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס, קודם־כל, פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט.

די ייִדישע שפּראַך — אַזוי ווי מיר האָבן זי געירשנט פֿונעם פֿאָריקן דור האָט אויך אירע מחיצות, וואָס אונדזערע שפּראַך־מומחים האָבן זיי דעפֿינירט ווי „העבעריִזמען‟, „דײַטשמעריזמען‟ און „סלאַוויזמען‟.

דאָס אָפּווענדן זיך פֿון די דרײַ אָנגענומענע „זײַלן‟ קאָן ברענגען אָדער צו אַ שפּראַכלעכער מיסט־קופּע, אָדער צו אַ שפּראַכלעכער פּוריטאַנישקייט. אַנדערש געזאָגט, וואָס איז צו — איז איבעריק.

אין די לעצטע הונדערט יאָר, זינט אינעם לעבן פֿונעם וועלט־ייִדנטום האָט די אָקטאָבער־רעוואָלוציע אַרײַנגעבראַכט אַ גורלדיקע מחיצה, האָט אויך ייִדיש דערפֿילט אויף זיך דעם היסטאָרישן שפּאַלט. אונטער די קאָמוניסטישע רייניקונגען איז אַרונטערגעפֿאַלן נישט בלויז די געזעלשאַפֿט, נאָר אויך די נאַציאָנאַלע קולטורן און שפּראַכן. די אַזוי גערופֿענע ייִדן־סעקציע האָט געהאַלטן אַ שטרענג אידעאָלאָגיש אויג אויף אַלע דערשײַנונגען פֿון ייִדישן לעבן; קיין מינדסט „ווילדגרעזל‟ האָט אויף דעם פֿעלד פֿון דערציִען און אויסבילדן אַ „נײַעם סאָוועטישן ייִד‟ נישט געטאָרט אויסוואַקסן.

אידעאָלאָגיזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט איז אָנגעגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט דער אידעאָלאָגיזאַציע פֿון קולטור און שפּראַך…

דאָס וואָרט „אויסראָטן‟ איז געוואָרן אַ דאָמינירנדיק אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אויך אינעם תּחום פֿון קולטור, ליטעראַטור און שפּראַך. מענטשן פֿלעגן פֿאַרשוווּנדן ווערן, און קיינער האָט שוין נישט געפֿרעגט — פֿאַר וואָס? די אידעאָלאָגיזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט איז אָנגעגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט דער אידעאָלאָגיזאַציע פֿון קולטור און שפּראַך.

קודם־כּל, האָט געליטן דער שפּראַך־זײַל פֿון „העברעיִזמען‟. די ייִדן־סעקציע האָט אויף אים אויפֿגעהאָנגען דאָס סכּנהדיקע שילדל „בורזשואַזער נאַציאָנאַליזם‟. דערפֿאַר אָבער האָט זיך פֿאַרפֿעסטיקט דער זײַל פֿון „סלאַוויזמען‟. די נײַע ווערטער און באַגריפֿן, גענומען גלײַך פֿון די סאָוועטישע צײַנטונגס־שפּאַלטן און דעם נײַעם לעבנס־שטייגער האָבן גיך פֿאַרכאַפּט דעם שטח פֿון די ייִדישע פּובליקאַציעס און ביכער. אַזוי איז געשאַפֿן געוואָרן אַ נײַער שפּראַך־באַגריף, „סאָוועטיזמען‟.

כ׳וועל ברענגען ווײַטער בלויז אייניקע פֿון די „סאָוועטיזמען‟ צו דערפֿילן דעם טעם פֿון יענער שטורעמדיקער תּקופֿה: „אַגיטקע‟ (פּראָפּאַגאַנדע־בלעטל), „אודאַרניק‟ (אַ גוטער אַרבעטער), „אָגעפּעו‟ (סאָוועטישע געהיים־פּאָליציי), „איבערגעבורטלער‟ (דעגענעראַט), „צוזאַמענוווינונג‟ (אינטערנאַט), „אַרטעלניק‟ (אַן אַרבעטער אין קאָאָפּעראַציע־געשעפֿט), „קאָלווירט‟, (קאָלעקטיווע ווירטשאַפֿט), „באַלעגוף‟ (אַ פֿאַרמעגלעכער פּויער), „דעבאָש‟ (רעש, אויפֿרודער), „פּיאָנער־וואָזשאַטע‟ (אַ יונגער פּיאָנער־לידער) „וועדאָמאָסט‟ (אַדמיניסטראַטיוו־ליסטע) און הונדערטער אַנדערע ווערטער — אָדער געמאַכט ווי אַ בוכשטעבלעכע קאָפּיע פֿון רוסיש, אָדער בוכשטעבלעך איבערגעזעצט.

ווי אַ מוסטער פֿון אַזוי מײַסטעריש צונויפֿשמעלצן וואָרט־און־צײַט קאָן דינען דער באַגריף „שאַבעסניק‟. לויט דער אײַנגעפֿירטער קאָמוניסטישער טראַדיציע, פֿלעגט מען אָפֿט דעם זעקסטן טאָג פֿון דער וואָך (אויף רוסיש, „סובאָטאַ‟) אָפּאַרבעטן בחינם (סובאָטניק). דערמיט האָט מען אַרויסגעוויזן די איבערגעגעבנקייט פֿון די אַרבעטער־מאַסן דער מאַכט און לאַנד. געמאַכט אויפֿן סמך פֿון אַנדערע „סאָוועטיזמען‟, שטעקט אויך אין דעם נעאָלאָגיזם „שאַבעסניק‟ אַ געוויסע אידעאָלאָגישע איזדיעווקע: אויף צולהכעיס דעם פֿאַרשימלטן הייליקער שבת וועלן מיר יאָ אַרבעטן!

דער טראַגישער פּאַראַדאָקס פֿון ייִדיש באַשטייט אין דעם, אַז דער שפּראַך־אוצר פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום איז מיט יאָרן נאָך רײַכער געוואָרן, אָבער אין דער זעלבער צײַט איז די שפּראַך געבליבן אָן מיליאָנען אירע טרעגערס…

נישט ווייניק פֿון די „סאָוועטיזמען‟, זײַנען אָנערקענט געוואָרן אויף דער ייִדישער וועלט־גאַס און אַרײַן אין ייִדישע ווערטערביכער, אַרויסגעלאָזט אויסער ראַטן־פֿאַרבאַנד; זיי זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם ייִדישן וואָרט־אוצר.

דער טראַגישער פּאַראַדאָקס פֿון ייִדיש באַשטייט אין דעם, אַז דער שפּראַך־אוצר פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום איז מיט יאָרן נאָך רײַכער געוואָרן; עס האָבן זיך באַוויזן אַ סך נײַע ווערטער און טערמינען, קודם־כּל, מיליטערישע, וואָס האָבן ביז אַהער אויסגעפֿעלט. און אין דער זעלבער צײַט איז די שפּראַך געבליבן אָן מיליאָנען אירע טרעגערס, בפֿרט פֿון ייִנגערן דור…

אויך הײַנט גייט אָן אַן אַקטיווע אַרבעט צו פֿאַרגרעסערן און אָנזעטיקן דעם שפּראַך־וואָקאַבולאַר פֿון ייִדיש מיט ווערטער און טערמינאָלאָגיע, באַזונדערס פֿאַרבונדן מיט מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, קאָמפּיוטערײַ און אַזוי ווײַטער. בדרך־כּלל איז דער צוגאַנג פֿון שאַפֿן אַזעלכע ווערטער כּמעט דער זעלבער, וואָס בײַ די אַמאָליקע מומחים פֿון דער סאָוועטישער שפּראַך־אַקאַדעמיע: אָדער מע מאַכט אַ בוכשטעבלעכע קאָפּיע, נאָר שוין פֿון ענגליש („פֿלעשבעק‟, „צעלקע‟, „דראָן‟, „קאָמפּיוטער‟…) אָדער ס‘איז בוכשטעבלעך איבערגעזעצט, ווי למשל, „פּנים־בוך‟, אָדער „שויס־קאָמפּיוטער‟… אַמאָל געלינגט עס, און אַמאָל רופֿט עס אַרויס אַ שמייכל.

כ׳האָב אַמאָל געהערט פֿון אַן עבֿרית־קענער, אַז די נײַע העברעיִשע ווערטער, וואָס די צײַט פֿאָדערט זיי צו שאַפֿן, „וואַרפֿט‟ די שפּראַך־אַקאַדעמיע פֿריִער אַרויס פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט, און אויב די דאָזיקע ווערטער פֿאַרבלײַבן דאָרט אויף דער צונג, ברענגט מען זיי אָפֿיציעל אַרײַן אינעם שפּראַך־וואָקאַבולאַר. כ׳ווייס נישט, צי אַזוי קומט עס טאַקע פֿאָר, צי ס׳איז נאָר אַ שיינע באָבע־מעשׂה. דער עיקר איז, אַז ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט געשאַפֿן, בדרך־כּלל, פֿון אײַנגעשפּאַרטע יחידים, איז נישטאָ פֿאַר וועמען „אַרויסוואַרפֿן‟. בלײַבן זיי קאָנסערווירט אין אַ שפּאָגל־נײַעם ווערטערבוך, ווי אַ באַווײַז, אַז אויך ייִדיש גייט טראָט בײַ טראָט מיט דער צײַט און מיטן לעבן.

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s