דרײַ מלחמות פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער לטובֿת ייִדיש

vai1
פּראָפֿ׳ גערשאָן ווײַנער

דעם שמועס מיט פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער, האָט דער באַקאַנטער ישׂראל־זשורנאַליסט יאַן טאָפּאָראָווסקי דורכגעפֿירט אין די אָנהייב 1990ער יאָרן, אין ירושלים. צוליב פֿאַרשידענע סיבות איז דער אינטערוויו דעמאָלט נישט געווען פּובליקירט. לעצטנס האָט ער זיך באַוויזן אין דעם ישׂראלדיקן פּאָרטאַל „אַנחנו כּאַן‟. לויט דער דערלויבעניש פֿונעם מחבר דדוקן מיר איבער אין ייִדיש דעם שמועס מיט דער אינטערעסאַנטער און קאָנטראָווערסאַלער פּערזענלעכקייט אויף דער ייִדישער וועלט־גאַס.

יאַן טאָפּאָראָווסקי

הער פּראָפֿעסאָר, וועדליק כ׳האָב געהערט פֿון אײַך, האָט איר אָפּגעהאַלטן דרײַ מלחמות לטובֿת ייִדיש. דהײַנו: איין מלחמה — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, די צווייטע — אין ישׂראל, און די דריטע — אין רוסלאַנד. פֿון וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אײַער ערשטע מלחמה?

כ׳דערמאָן זיך אין מײַן לעקציע אין מאַיאַמי־ביטש. מ׳האָט מיך פֿאָרגעשטעלט אַזוי: „פּראָפֿעסאָר ווײַנער, אַ געוועזענער רבֿ. לעצטנס האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן רבנישע טעטיקייט, און גיט זיך אין גאַנצן אָפּ מיט ייִדיש‟. פֿון דעם מאָמענט אָן הייבט זיך אָן מײַן מלחמה.

איך בין געווען דער דעקאַן פֿונעם סעמינאַר, וואָס האָט צוגעגרייט ייִדיש־לערערס אינעם ייִדישן פֿאָלקס־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. די שטעלע האָב איך פֿאַרנומען 12 יאָר. במשך פֿון אָט דער צײַט האָב איך געפֿירט אַ קאַמף איבערצײַגן די אַמעריקאַנער ייִדישע געזעלשאַפֿט בלויז אין איין זאַך: כּדי ייִדיש זאָל לעבן ווײַטער, מוז מען די שפּראַך אַנטוויקלען; כּדי אויף ייִדיש זאָלן רעדן נײַע דורות, מוז מען זאָרגן וועגן צוגרייטן נײַע לערער פֿון ייִדיש. אין ניו־יאָרק האָב איך זיך באַטייליקט אינעם אוניקאַלן פּראָיעקט צו שאַפֿן דעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון ייִדישער שפּראַך‟. לויטן פֿאַרטראַכט, האָט דער דאָזיקער ווערטערבוך געזאָלט אַרײַננעמען אַלע ווערטער, וועלכע עקזיסטירן אין ייִדיש. די אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין 1966 אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דעם גרויסן לינגוויסט יודל מאַרק. איך בין דעמאָלט געווען דער פּרעזידענט פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט. די אויפֿגאַבעס פֿונעם קאָמיטעט זײַנען געווען: זאַמלען געלט־מיטלען, צו פֿירן אַ קאָאָרדינאַציע־אַרבעט, צוגרייטן דאָס אַרויסלאָזן די פּלאַנירטע 12 בענד. דערשינען זײַנען בלויז 4 בענד — נאָר אויפֿן אות „אַלף‟. ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז אין 12 בענד וועט מען זיך נישט אַרײַנפּאַסן.

שוין זשע קאָן אַ ווערטערבוך ווערן די סיבה צו פֿירן אַ מלחמה?

די מלחמה איז אָנגעגאַנגען צוליב דעם, צי מע זאָל ווײַטער ממשיך זײַן מיטן אַרויסלאָזן דעם ווערטערבוך. יודל מאַרק איז געשטאָרבן אין 1975, און דאָס שטאַפֿעטן־שטעקעלע פֿונעם פּראָיעקט האָט איבערגענומען דער ירושלימער אוניווערסיטעט. דאָרט, שוין נאָך דעם וואָס עס זײַנען דערשינען פֿיר בענד, האָט מען זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז מע דאַרף אין גאַנצן בײַטן די אָרטאָגראַפֿיע און דעם סטיל פֿון דער אויסגאַבע. למשל, מאַכן דעם ווערטערבוך צוויישפּראַכיק אָדער אַפֿילן דרײַשפּראַכיק. זײַענדיק דער פֿאָרזיצער פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט, בין איך געווען קאַטעגאָריש קעגן. „אויף אַ האַלבן וועג בײַט מען נישט קיין ריכטונג!..‟ — און איך האָב פֿאַרלאָזט מײַן פּרעזידענטשאַפֿט. אָבער די מלחמה איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, קודם־כּל, פֿאַרן איבערבויען די סעקולערע ייִדישע דערציִונג אין אַמעריקע, און אַרײַנברענגען די שיטה פֿון ייִדישער דערציִונג, געשאַפֿן פֿון די רעליגיעזע (האָט נישט מורא פֿאַר דעם וואָרט!). די רעליגיעזע שיטה האָט זיך געבויט פֿון אויבן: דער אוניווערסיטעט האָט אַרויסגעלאָזט לערערס פֿאַר די ייִדישע שולן. די סעקולערע שיטה האָט זיך געבויט פֿאַרקערט, פֿון אונטן: ייִדיש פֿלעגן די קינדער לערנען אין די אָנפֿאַנג־קלאַסן, אַ ביסל אין די מיטלקלאַסן — און שוין. דעריבער, פֿלעגט דאָס גאַנצע געלט אַוועקגיין אויף דער עלעמענטאַרער אָנפֿאַנג־דערציִונג. דער סוף איז געווען, אַז די סעקולערע דערציִונג אין ייִדיש, אַמאָל אַ צעצווײַגטע, האָט אין אַמעריקע פּראַקטיש אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.

ויינר 2 001
דער ערשטער ייִדיש-סעמינאַר אין מאָסקווע – יולי 1989

ווי אַזוי האָט די אַמעריקאַנער קהילה זיך באַצויגן צו אײַער קאָנצעפּציע?

מיט סימפּאַטיע. איין קלייניקייט: די סטרוקטור פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמעריקע איז אַ סעקטאָראַלע. ווען כ׳בין געווען אַ רבֿ, האָב איך געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן פּאָליטישן סעקטאָר. דער פּאָליטישער סעקטאָר איז צעטיילט אויף פּאַרטייען און ריכטונגען. יעדע פֿאַרטיי, ריכטונג און סעקטאָר זאָרגט זיך נאָר וועגן זײַן אייגענער דערציִונג־סיסטעם. קיינער האָט נישט געוואָלט זיך אויפֿהייבן העכער פֿון זײַנע אינטערעסן, קיינער האָט נישט געטראַכט וועגן די אינטערעסן פֿון דער קהילה בכלל. קיינער האָט נישט געשטעלט די פֿראַגע אײַנצופֿירן די אוניווערסיטעטישע שיטה פֿון ייִדישער בילדונג.

דאָס איז געווען אַ קאַמף קעגן שמאָלקעפּיקייט?

טיילווײַז, יאָ. די אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, בתוכם די חסידים, האָבן אין תּוך אויפֿגעכאַפּט די אַמעריקאַנער מענטאַליטעט, אַז אַלץ דאַרף געמאַכט ווערן אויף אַ מאָנומענטאַלן אופֿן. דער סעקולערער סעקטאָר אָבער, איז אָנגעגאַנגען ווײַטער מיט די קליינשטעטלדיקע דרכים. איך קער זיך ווידער אום צו מײַן אַרבעט אינעם ניו־יאָרקער סעמינאַר, וואָס האָט באַקומען דאָס רעכט צוצוטיילן זײַנע גראַדואַנטן דעם טיטול פֿון אַ באַקאַלאַווער און אַפֿילו אַ דאָקטאָר. זיך צו דערשלאָגן צו אַזאַ מדרגה האָט געהאָלפֿן די ווענדונג צו דער מאַכט, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן פֿון אַלבערט אײַנשטיין און זלמן שזר, דער דריטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל.

וואָס איז געווען די פּאָזיציע פֿון די ייִדישע הומאַניטאַרע אינסטיטוטן?

דער גרעסטער אויטאָריטעט אויף דער ייִדישער גאַס בײַם פֿאָרשן ייִדיש איז דער ייִוואָ. ווי באַקאַנט, איז ער געגרינדעט געוואָרן אין ווילנאָ אין יאָר 1925, און אין 1940 איז געשאַפֿן געוואָרן זײַן פֿיליאַל אין ניו־יאָרק, וואָס איז שפּעטער געוואָרן די הויפּט־אינסטיטוציע. לכתּחילה איז עס טאַקע געווען סײַ אַ ייִדישע און סײַ אַ וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע. מיט דער צײַט אָבער האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון ייִוואָ באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט וויכטיק אויף וואָסער שפּראַך וועלן די אויספֿאָרשונגען געפֿירט ווערן. אָט דער באַשלאָס איז געווען קעגן די ייִוואָ־כּללים, אָנגענומען בײַם שאַפֿן די אָרגאַניזאַציע, און האָט געבראַכט דערצו, אַז די וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט איז אַריבער אין גאַנצן אויף ענגליש. די פּאָזיציע פֿון ייִוואָ מכּוח ייִדיש איז געווען איינע פֿון די וויכטיקע סיבות, הלמאַי דער לערער־סעמינאַר בײַם ייִדישן פֿאָלקס־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק זאָל געווען שליסן זײַן אַרבעט נאָך דרײַ יאָר פֿון מײַן פֿאַרלאָזן די שטעלע.

פֿאַר וואָס זשע האָט די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה זיך אַזוי לײַכט אָפּגעזאָגט פֿון ייִדיש?

איין סיבה האָב איך שוין אָנגערופֿן: די סעקולערע קרײַזן האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז שוין צײַט צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון הויכער בילדונג. די צווייטע סיבה איז די אַמעריקאַנער סאָציאַל־עטנישע סטרוקטור. יעדער אַמעריקאַנער בירגער אַסאָציִיִרט זיך מיט אַ געוויסער רעליגיעזער קאָנפֿעסיע. דאָס זעלבע קומט פֿאָר מיט די 90 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן. זײ אַסאָציִיִרן זיך מיט דער ייִדישער קהילה. די צרה באַשטייט אָבער נישט אין דעם, וואָס די סעקולערע ייִדן באַציִען זיך צו דעם פֿאָרמעל, און אַז די קהילה שפּילט אַ קליינע ראָלע אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדישע דערציִונג ליגט אינעם יסוד פֿון דעם נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אַ קינד מיט אַן עלעמענטאַרן וויסן פֿון ייִדיש, אויב ער רײַסט איבער זײַן לערע, וועט די שפּראַך נישט קענען, און ווי אַ פּועל־יוצא — נישט האָבן קיין אַנונג וועגן דער ייִדישער קולטור און טראַדיציע.

די דריטע סיבה איז ישׂראל. ריכטיקער, די ישׂראל־שליחים, וועלכע האָבן איבערצײַגט דעם ייִדישן איסטאַבלישמעט אין אַמעריקע, אַז אויב עס עקזיסטירט שוין אַן אייגענע נאַציאָנאַלע מלוכה און די מלוכה־שפּראַך איז דאָרט עבֿרית, דאַרף מען נישט האָבן קיין ייִדיש. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, האָבן זיך באַוויזן צוויי מינים פֿון אַ פּרעסטיזשפֿולער ייִדישער דערציִונג: אַ רעליגיעזע און אַ ישׂראלדיקע. אַזוי איז דער סעקולערער סעקטאָר, וואָס האָט זיך אָנגעשפּאַרט אין זײַן טעטיקייט אויף דער קולטור, געשאַפֿן אין ייִדיש, געבליבן פּראַקטיש אָן גאָרניט.

ויינר 3 001
אַ זיצונג פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, 1997. פֿון רעכטס: דיכטער אלי ביידער, פּראָפֿ’ גרשון ווײַנער און מרדכי יושקאָווסקי

דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַ שפּראַך־אַסימילאַציע?

די פּראָבלעם איז, אַז עבֿרית און די העברעיִשע ליטעראַטור לערנט מען אין אַמעריקע נאָר אויף עבֿרית. וואָס שייך ייִדיש, האָט זיך די שיטה פֿון ייִוואָ פֿאַרשפּרייט איבער אַלע אַמעריקאַנער לערן־אַנשטאַלטן. אויפֿן הײַנטיקן טאָג זײַנען אין אַמעריקע פֿאַראַן 70 ייִדיש־קאַטעדרעס, אָבער מע לערנט דאָרט נישט ייִדיש, נאָר וועגן ייִדיש אויף ענגליש!

אײַער צווייטע, „ירושלימער‟ מלחמה, איז פֿאַרבונדן מיט דער ערשטער, „אַמעריקאַנער‟ מלחמה? צי זי שיידט זיך פֿון איר אונטער?

די וואָרצלען זײַנען די זעלבע. אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט עקזיסטירט שוין 40 יאָר (וואָס ס׳וועט זײַן ווײַטער, ווייס איך נישט) אַן אָפּטייל פֿון ייִדיש, וואָס האָט אַ סך דערגרייכט און אויפֿגעטאָן; אָבער אַפֿילו דאָרט ווערן געפֿירט אַלע לימודים אויף עבֿרית. נישט איין מאָל פֿלעג איך פֿאַרבעטן דאָקטאָראַנטן פֿון דעם ירושלימער ייִדיש־אָפּטייל צו אַרבעטן אין די לערן־אַנשטאַלטן, מיט וועלכע כ׳האָב אָנגעפֿירט. זיי פֿלעגן זיך אָפּזאָגן, ווײַל לערנען ייִדיש אויף ייִדיש האָבן זיי נישט געקענט. איין מאָל האָבן די סטודענטן פֿון פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק דערלאַנג אַ בקשה אין רעקטאָראַט, אַז די לעקציעס זאָלן געפֿירט ווערן אויף ייִדיש. האָט מען די סטודענטן אָפּגעזאָגט.

ווען כ׳האָב אין יאָר 1982 געגרינדעט די ייִדיש־קאַטעדרע בײַם בר־אילנער אוניווערסיטעט, האָב איך זיך געהאַלטן בײַם פּרינציפּ: ייִדיש מוז זײַן אַ לעבעדיקע שפּראַך און דאָס לערנען דאַרף געפֿירט ווערן אויף ייִדיש. דאָס איז געווען די סיבה „צעבינדן‟ קעגן מיר אַ נײַע מלחמה. ס׳איז באַלד צוגעשטעלט געוואָרן אין געריכט אַ גאַנצער ענין! אויפֿן נאָמען פֿונעם רעקטאָר איז געשיקט געוואָרן אַ מעלדונג אויף 50 זײַטן. דער ירושלימער אוניווערסיטעט האָט מיך באַשולדיקט אין דעם, אַז איך, אין מײַנע אויפֿטריטן ווײַז אָן, אַז דער בר־אילנער אוניווערסיטעט איז דער איינציקער אַנשטאַלט, וווּ מע לערנט ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך.

פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די אַלע מחלוקת, האָט אונדזער קאַטעדרע געהאַט אַ סך פֿרײַנד איבער דער וועלט. ס׳איז מיר געלונגען צו שאַפֿן אַ פֿאָנד פֿון דערלערנען ייִדיש מיטן גרונט־קאַפּיטאַל פֿון דרײַ מיליאָן דאָלאַר. אַלע געלטער פֿון אָט דעם פֿאָנד זײַנען געקומען פֿון פּריוואַטע מנדבֿים. דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס דער ירושלימער אוניווערסיטעט האָט זיך דערפֿילט נישט גאָר באַקוועם.

ויינר4 001
מיט סטודענטן פֿון רוסלאַנד (ייִדיש-פֿאַקולטעט פֿון מאָסקווער אָפּטיילונג בײַם טוראָ-קאָלעדזש) אין אַריאל – מײַ 1995

ווי אַזוי האָט זיך פֿאָרמירט אײַער פּאָזיציע ווי אַ „ייִדישיסט‟?

צוויי זאַכן האָבן באַשטימט מײַן וועלטבאַנעם. ערשטנס, בין איך לאַנגע יאָר געווען אַ רבֿ און געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג אַ רעליגיעזער מענטש. כּדי צו ווערן אַ גלויביקער איז נישט גענוג צו קענען די ייִדישע טראַדיציעס. מע דאַרף אין דעם לעבן. זיך שטרענג האַלטן בײַ דעם. נאָר אַזוי קאָן מען זײַן אַן עכטער פֿרומער ייִד. צווייטנס, בין איך לאַנגע יאָרן געווען אַן אָנהענגער פֿון דער עבֿרית־באַוועגונג. דער הויפּט־כּלל פֿון אָט דער באַוועגונג איז געווען, אַז ס׳איז נישט גענוג צו רעדן וועגן עבֿרית, וויכטיק איז צו לערנען עבֿרית בעבֿרית. אויפֿן סמך פֿון אַזאַ צוגאַנג האָט זיך פֿאָרמירט מײַן באַציִונג אויך צו ייִדיש.

אײַער מלחמה אין ישׂראל האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט?

ניין, זי גייט נאָך אָן ווײַטער, אָבער איך האָב זי שוין פֿאַרשפּילט. דאָס שענסטע „ווערק‟ מײַנס, וואָס כ׳האָב דאָ געשאַפֿן איז די ייִדיש־קאַטעדרע אינעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. זי איז געווען די פֿירנדיקע, די סאַמע בליִענדיקע און גלענצנדיקע קאַדעדרע פֿון ייִדיש אין דער וועלט. ווען כ׳האָב זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן דאָרט די קאַטעדרע, האָבן מיך די לערער פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט געשראָקן, אַז ס׳וועלן נישט זײַן גענוג סטודענטן. מיר האָבן אָבער געהאַט איבער 250 סטודענטן. מעגלעך, ווײַל ס׳האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אויף דער קאַטעדרע גאָר אַן אַנדער אַטמאָספֿער.

אין אַלע אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט אויף דעם אָפּטייל פֿון ענגליש הערשט אַן „ענגלישע‟ אַטמאָספֿער. אין די קלאַסן און אויף אַלע קאַטעדרעס, בתוכם די סעקרעטאַרשעס, רעדן אַלע ענגליש. פּונקט אַזאַ אַטמאָספֿער, נאָר אויף ייִדיש, האָט זיך אויפֿגעהאַלטן אויף אונדזער קאַטעדרע אין בר־אילן. דער הויפּט־פּרינציפּ איז שטענדיק געווען: „ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך!‟

מע האַלט, אַז העברעיִש האָט באַגלייט די ייִדן תּמיד…

אָבער מיר ווייסן דאָך, אַז אַפֿילו די גרעסטע תּלמידי־חכמים און די גרעסטע צדיקים האָבן תּפֿילה־געטאָן צום איבערשטן נישט נאָר אויף דער שפּראַך פֿון ספֿרים, נאָר מיט ווערטער, וועלכע זײַנען אַרויס פֿון זייער האַרץ — אויף ייִדיש. דעריבער איז פֿאַר מיר ייִדיש נישט קיין וויסנשאַפֿט, נישט קיין פֿאָרש־אָביעקט, נאָר דער המשך פֿון אַ ייִדישער נשמה. די נשמה אַנטפּלעקט זיך מערסטנס דורך דער שפּראַך. אין ייִדיש איז דאָ דאָס וואָרט „צדקה‟. דאָס וואָרט קומט פֿון לשון־קודש, פֿון תּנך. אָבער אין תּנך מיינט עס „יושר‟. אין דער צײַט פֿון מײַן רבנות, הערנדיק, ווי דאָס דאָזיקע וואָרט ווערט איבערגעזעצט אויף ענגליש — „פֿילאַנטראָפּיע‟, — פֿלעג איך שטענדיק באַטאָנען, אַז ס׳איז נישט ריכטיק. אין ייִדיש טראָגט נישט דאָס וואָרט „צדקה‟ דעם זין פֿון „פֿילאַנטראָפּיע‟. די אַמעריקאַנער האָבן אַזאַ ווערטל: „פֿילאַנטראָפּיע הייבט זיך אָן פֿון דײַן היים‟. בײַ אַ ייִדישן מענטשן מיינט „צדקה‟ — צו העלפֿן אַ צווייטן.

אײַער דריטע מלחמה איז געווען די בלוטיקסטע?

ניין. די סאַמע בלוטיקסטע איז אָנגעגאַנגען אין ישׂראל. אין רוסלאַנד האָט מען אונדז פּשוט שטילערהייט דערשטיקט. אַן אַנדער זאַך איז, אַז צווישן די ערשטע צוויי מלחמות און דער דריטער מלחמה איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד. די ערשטע צוויי האָב איך געפֿירט אויף מײַן אייגענער איניציאַטיוו; די דריטע מלחמה — לויט דער בקשה פֿון מדרכי יושקאָווסקי. ער האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיט דער יוגנטלעכער באַוועגונג פֿון ייִדיש־ליבהאָבערס.

אין יאָר 1989 האָט יושקאָווסקי אָנגעקלונגען אויף אונדזער קאַטעדרע אין בר־אילן און געבעטן מיך דורכצופֿירן אין רוסלאַנד אַ סעמינאַר פֿון צוגרייטן ייִדיש־לערערס. איך האָב אים געפֿרעגט, וויפֿל צוהערער וועלן זײַן, און כ׳האָב דערהערט: „30 מענטשן‟. אויפֿן מאָמענט האָב איך זיך דערמאָנט אין די ווערטער פֿון מײַן טאַטן ע״ה: „אַז מע זאָגט דרײַסיק, מיינט מען זיכער צוואַנציק. און אויב ס׳וועלן אַפֿילו זײַן צען, איז עס דען שלעכט?!‟ בין איך גלײַך געלאָפֿן צום פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט: „דו ווייסט, כ׳האָב ערשט באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון רוסלאַנד, דורכצופֿירן דאָרט דעם ערשטן נאָך 50 יאָר סעמינאַר פֿון צוגרייטן ייִדיש־לערערס. דו שטעלסט זיך פֿאָר, וואָס דאָס מיינט?!‟

וואָס זשע מיינט איר האָט מיר געענטפֿערט דער פּרעזידענט פֿונעם רעליגיעזן ציוניסטישן אוניווערסיטעט? ראשית־כּל, האָט ער מיך געפֿרעגט: „ווער וועט פֿאַר דעם צאָלן?‟ — האָב איך געענטפֿערט, אַז כ׳וועל אַליין צונויפֿזאַמלען געלט דורכצופֿירן דעם סעמינאַר. „אַז דו נעמסט זיך אונטער צונויפֿנעמען אַ פּאַסיקע סומע, וועל איך דיר אונטערשרײַבן אַלץ וואָס דו דאַרפֿסט‟, — האָט פֿאַרענדיקט דעם שמועס דער פּרעזידענט.

פֿאַר וואָס האָב איך זיך אַזוי אָנגעכאַפּט אין דער געלעגנהייט? כ׳האָב געמיינט, אַז פֿון רוסלאַנד וועט קומען די ישועה פֿאַר ייִדיש…

ויינר4 001
אַ פֿײַערלעכע עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. אויגוסט 1996

צי זײַנען צונויפֿגעפֿאַלן אײַערע טרוימען וועגן די ייִדן אין רוסלאַנד מיט דער ווירקלעכקייט?

באַלד נאָכן קומען קיין מאָסקווע האָב איך אָפּגעהאַלטן אַן עפֿנטלעכע לעקציע אין דעם קינאָטעאַטער „בורעוועסטניק‟ [שטורעמפֿויגל] פֿאַר אַן עולם פֿון 400 מענטשן. מײַן טעמע האָט געזאָלט זײַן „ישׂראל־מאָטיוון אין דער ייִדישער פּאָעזיע‟, נאָר ווען כ׳בין אַרויס אויף דער בינע און דערזען אַזאַ גרויסן עולם, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש, בין איך געוואָרן אַזוי איבערגעראַשט, אַז כ׳האָב אָנגעהויבן מײַן אויפֿטריט מיט די ווערטער: „דאַנק דיר גאָט פֿאַר דעם, וואָס מיר האָבן דערלעבט צו אַזאַ טאָג!‟ אַ ווײַלע האָט זיך געהאַלטן אַזאַ פֿאַרציטערטע שטילקייט, אַז ס׳האָבן זיך מיר געשטעלט טרערן אין די אויגן. און מיטאַמאָל האָט דער עולם אויפֿגעריסן מיט אַזעלכע אַפּלאָדיסמענטן, וואָס כ׳האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן נישט באַקומען.

ווי אַזוי האָט זיך אײַך אײַנגעגעבן צו פֿאַרוואַנדלען דעם איינמאָליקן סעמינאַר אין אַ כּסדרדיקן? בפֿרט, אַז געלט האָט איר צונויפֿגענומען נאָר אויף איין סעמינאַר?

אין יאָר 1992 איז צו מיר געקומען צו גאַסט מײַן חבֿר אַבא קלורמאַן. מיר זײַנען געווען באַקאַנט שוין 40 יאָר. אין אַמעריקע זײַנען מיר געווען שכנים, און ער איז דעמאָלט ממש אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער. האָב איך אים איין מאָל געבאָרגט 25 דאָלאַר, ער זאָל קאָנען קויפֿן עסן פֿאַר זײַנע קינדער. במשך פֿון די 40 יאָר זײַנען געוויס אָנגעוואַקסן פּראָצענטן. זיך דערוווּסט וועגן דעם רוסישן סעמינאַר, האָט ער מיר געזאָגט: „מיר דאַכט זיך, אַז כ׳האָב דיר נאָך נישט אומגעקערט די 25 דאָלאַר. איז אָט, אויב דו וועסט מצליח זײַן צו פֿאַרוואַנדלען דעם סעמינאַר אין אַ ממשותדיקער זאַך, וועל איך דיר אויסשרײַבן אַ טשעק אויף 25 דאָלאַר און צוגעבן די פּראָצענטן, וואָס זײַנען אָנגעוואַקסן פֿאַר די 40 יאָר. בסך־הכּל, האָב איך באַקומען אַ טשעק אויף 50 טויזנט דאָלאַר. אַזוי איז געעפֿנט געוואָרן דער שטענדיקער סעמינאַר אין די ראַמען פֿון דער אָפּטיילונג פֿונעם אַמעריקאַנער „טוראָ־קאָלעדזש‟. אַבא קלורמאַן איז געווען דער פּרעזידענט פֿונעם אויפֿזיכט־ראַט פֿון דעם אוניווערסיטעט.

די לערער פֿאַרן סעמינאַר פֿלעגן מיר שיקן פֿון ישׂראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער — אַלע באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן. איר ווייסט מסתּמא, אַז די שליחים פֿון „סוכנות‟ און „דזשאָינט‟, ווי אויך פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס ווערן גוט באַצאָלט. מיר האָבן אַזאַ לוקסוס נישט געהאַט. דעריבער זײַנען די פּראָפֿעסאָרן געפֿאָרן קיין רוסלאַנד און דאָרט געלערנט בחינם. די שיטה פֿון לערנען אויפֿן סעמינאַר האָט דערמאָנט די ישיבֿה — פֿון אין דער פֿרי ביז פֿאַר נאַכט. אַלע לימודים זײַנען געפֿירט געוואָרן נאָר אויף ייִדיש, אַ חוץ דער לימוד פֿון העברעיִש.

גראָד דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן די דריטע מלחמה. און גלײַך אויף דרײַ פֿראָנטן: פֿון איין זײַט, האָט אונדז אַטאַקירט די ניו־יאָרקער אַדמיניסטראַציע פֿון „טוראָ־קאָלעדזש‟. זי האָט געטענהט, אַז די איינציקע פּראָגראַם, וווּ זי פֿאַרלירט געלט, איז די ייִדש־פּראָגראַם. האָב איך אויף זייערע טענות געענטפֿערט: אויב איר זעט נישט אינעם העלפֿן צו לערנען ייִדיש קיין מאָראַלישן חובֿ, נאָר בלויז אַ מיטל צו פֿאַרדינען געלט, זײַט איר טאַקע גערעכט. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט אונדז אַטאַקירט דער ייִוואָ, צוזאַמען מיטן ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר…

וואָס זײַנען געווען די אינטערעסן פֿון ייִוואָ אין רוסלאַנד?

כּמעט אין דער זעלבער צײַט, וואָס מיר האָבן געעפֿנט אונדזער סעמינאַר, האָט ייִוואָ און דער טעאָלאָגישער סעמינאַר אָנגעהויבן אַ בשותּפֿותדיקע פּראָגראַם מיטן מאָסקווער היסטאָרישן און אַרכיוו־אינסטיטוט פֿון צוגרייטן ייִדישע אַרכיוויסטן. די דאָזיקע פּראָגראַם האָט געזאָלט האָבן 12 שעה אַ וואָך, געווידמעט די ייִדישע לימודים, ווי אויך אַ שעה־צוויי פֿון לימוד ייִדיש. אויף מײַן סעמינאַר האָט מען געלערנט ייִדיש 40 שעה אַ וואָך. איך האָב גלײַך געמאָלדן, אַז כ׳וועל מיט זיי נישט קאָנקורירן, אויב זיי וועלן אײַנפֿירן מער שעהען צו לערנען ייִדיש. נאָך מער: כ׳וועל תּיכּף־ומיד שליסן מײַן פּראָגראַם און זאָלן זיי בלײַבן די איינציקע אויפֿן שטח פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

איך האָב נישט געטיילט די סטודענטן אויף „מײַנע‟ און „פֿרעמדע‟. אָבער די מלחמה איז אָנגעגאַנגען אַזוי שאַרף, אַז אייניקע סטודענטן פֿון די קומעדיקע ייִדישע אַרכיוויסטן, פֿלעגן שטילערהייט באַזוכן אונדזערע לימודים. זײ האָבן פּשוט געוואָלט בעסער באַהערשן די שפּראַך. זיי זײַנען געווען גוטע סטודענטן, און מיר האָבן זיי געשטיצט אַזוי ווײַט, אַז ווען אַ גרופּע פֿון די אַוואַנסירטע סטודענט איז געפֿאָרן קיין ישׂראל ממשיך צו זײַן זייער לערנען, האָבן מיר אין דער גרופּע אײַנגעשלאָסן עטלעכע סטודענטן פֿון ייִוואָ און דעם מאָסקווער אינסטיטוט.

דער דריטער פֿראָנט איז געווען מצד די ישׂראל־אָרגאַניזאַציעס. זיי האָבן זיך כּמעט אַלע אָפּגעזאָגט צו שטיצן די אַרבעט פֿון אונדזער סעמינאַר…

ויינר 1 001
אין בית־לייוויק. תּל־אָבֿיבֿ 1997

און ווי אַזוי האָט זיך צו אײַך באַצויגן די ישׂראל־אַמבאַסאַדע?

דער דעמאָלט שוין געוועזענער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד אַריה לווין האָט אונדז געשטיצט. צווישן אונדזערע שטיצער איז געווען אויך דער קולטור־אַטאַשע דוד ברטובֿ. אָבער אַפֿילו זייערע רעקאָמענדאַציעס האָבן אונדז נישט געהאָלפֿן. די סיבה, מיין איך, שטעקט אין דעם, וואָס הינטער אונדז איז נישט געשטאַנען קיין שום פּאַרטיי. מיר האָבן בכלל אויסגעזען, ווי אַ כאָפּטע משוגעים, פֿאַרליבט אין אונדזער שפּראַך און אין דעם וואָס מיר טאָן.

לסוף, האָט דאָס בילד אין רוסלאַנד אויסגעזען אַזוי: דער ייִוואָ — אַטאַקירט, די „סוכנותּ‟ — שטיצט נישט, דער „דזשאָינט‟ — מאַכט זיך כּלא־ידע, „טוראָ־קאָלעדזש‟ — האָט זיך פֿון אונדז אָפּגעזאָגט, און אַבא קלומער — איז געשטאָרבן. און דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער האָט זיך פֿון אונדז אָפּגעקערט!

און כ׳האָב באַשלאָסן צו שליסן דעם סעמינאַר אין מאָסקווע. אָבער די סטודענטן האָבן פֿאָרט געוואָלט פֿאַרענדיקן דעם קורס. אַזוי איז רײַף געוואָרן דער פּראָיעקט צו ברענגען 17 בעסטע סטודענטן קיין ישׂראל אויף אַ זומער־סעמעסטער. אויפֿן סיום פֿון דער זומער־פּראָגראַם האָבן מיר געמאָלדן די סטודענטן, אַז דער סעמינאַר אין רוסלאַנד האָט געשלאָסן זײַן אַרבעט…

צום סוף פֿון אונדזער שמועס האָב איך געפֿרעגט פּראָפֿ׳ ווײַנער, צי וואָלט ער גרייט געווען, ווי אַ געניטער קעמפֿער, אָנהייבן אַ נײַעם קאַמף, אַ נײַע מלחמה לטובֿת ייִדיש. זײַן ענטפֿער איז געווען: „לויט אַ ייִדישער לעגענדע, דאַרף נאָך דרײַ מלחמות קומען משיח…‟

אַ דאַנק ד”ר מרדכי יושקאָווסקין פֿאַרן צושטעלן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַן אַרכיוו

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s