5. שלום, ישׂראל
געפֿלויגן זײַנען מיר פֿון מאָסקווע דורך בודאַפּעשט. מעגלעך, צווישן די ערשטע פֿון דעם נײַעם מאַרשרוט. ער האָט פֿאַקטיש אָפּגענומען די געלעגנהייט בײַ אַ היפּשער צאָל עמיגראַנטן זיך אָפּצושטעלן אין ווין, וווּ מע פֿלעגט מיט אַלע אמתן און ליגנס אויסבעטלען אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אַן אַרײַנפֿאָר־וויזע קיין אַמעריקע.
ס’איז נישט קיין סוד, אַז דווקא דער האַרבער באַשלוס פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אָנגענומען אונטערן דרוק פֿון ישׂראל, צו באַגרענעצן די יערלעכע עמיגראַציע־קוואָטע, האָט געעפֿנט די שליוזן פֿאַר דעם גרויסן עליה־שטראָם.
ס’האָט זיך פֿאַרגעדענקט פֿון יענער צײַט אַן עפּיזאָד, וואָס ניסל האָט מיר דערמאָנט בשעתן שרײַבן אָט די נאָטיצן. צווישן די אָנגעקומענע מיט אונדז עמיגראַנטן, איז געווען אַ גרויסע משפּחה פֿון גרוזינער ייִדן. אונדז, געקומען פֿון מאָלדאָווע, האָבן זיי מער דערמאָנט אַ כאָפּטע ציגײַנער. פּונקט אַזוי זיך רעשיק אויפֿגעפֿירט, נישט געשעמט זיך צוצוגיין צו אומבאַקאַנטע מענטשן פֿרעגן אָדער בעטן בײַ זיי עפּעס; אָדער פֿאַרקערט, זיי פֿאָרלייגן צו פֿאַרזוכן אַ ביסן פֿון די פּאָטראַוועס, וואָס זיי האָבן מיטגענומען אין וועג אַרײַן און גלײַך אויף דער באַנק צעלייגט און געגעסן.
דעם אויבן אָן האָט אין דער גרויסער משפּחה פֿאַרנומען אַ זקן, זעט אויס, דער פּאַטריאַרך פֿון דעם קלאַן. ער איז געזעסן אין אַ רעדערשטול, אויפֿן קאָפּ אָנגעטאָן אַ ברייט־קײַלעכדיק פֿלאַכיק היטל מיט אַ לאַנגן דאַשיק. ס’איז נישט געווען קיין גרוזינער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ער זאָל נישט געווען טראָגן אַזאַ היטל, וואָס איז צווישן די סאָוועטישע בירגער באַקאַנט געווען מיטן נאָמען — „עראָדראָם‟. בײַם אָנהייב האָבן זיך אַרום דעם זקן אומגעדרייט זײַנע זין־און־שניר; יעדעס מאָל זיך אָנגעבויגן צו אים, אַפּנים, עפּעס געפֿרעגט און פֿאָרגעלייגט, אָבער דער זקן האָט זיך אַפֿילו נישט גערירט פֿון אָרט, בלויז מיט אַ פֿינגער געגעבן צו וויסן, אַז „ניין‟, מע זאָל אים לאָזן צו רו. און ביסלעכווײַז האָט מען אין אים טאַקע פֿאַרגעסן.
ער אַליין האָט זיך אָנגעשפּאַרט מיט זײַן לאַנגער פֿויגלשער נאָז אין בוזעם, אַז דאָס היטל, ווי אַ גרויסע פּאָקרישקע פֿון אַ קליין טעפּל, האָט פֿאַרשטעלט זײַן פּנים, און אײַנגעדרעמלט. ערשט איצט האָבן זיך צו אים צוגעשאַרט עטלעכע פֿון זײַנע אייניקלעך אָדער אור־אייניקלעך. זיי האָבן שטילערהייט אָפּגעטיילט די רעדערשטול פֿון דער משפּחה, וואָס איז שוין פֿאַרטאָן געווען אין אַ וויכּוח, געפֿירט הויך אויף גרוזיניש, און אָנגעהויבן אַרומצופֿירן דעם אײַנגעשלאָפֿענעם עלטער־זיידע איבער דעם גרויסן בודאַפּעשטער עראָפּאָרט־זאַל, אָנגעשטאָפּט מיט מידע ייִדישע עמיגראַנטן און בערג מיט פּעק און וואַליזקעס…
צום באַדויערן, איז די פּרעכטיקע סצענע פֿון ייִדישן וואַנדער נישט אַרײַן אין אונדזער פֿילם. אונדזער גאַנצע אַפּאַראַטור איז געווען פֿאַרפּאַקעוועט אין קאַסטנס און פֿאַרפּלאָמבירט ביז אונדזער אָנקומען קיין ישׂראל.
און אָט קומען מיר אָן, סוף־כּל־סוף, אין פֿליפֿעלד אויף בן־גוריונס נאָמען. נאָכן דורכגיין די גאַנצע פּראָצעדור, וואָס אַלע אָנגעקומענע מאַכן דורך, און אָפּגעטיילט פֿון די נײַע עולים, פֿאַלן מיר אַרײַן פֿון ווינטער אין אַ שיינעם זומער־טאָג — אַ הייסן און אַ פֿײַכטן. די טיפֿע הימל־בלויקייט שנײַדט די אויגן און די הויכע טייטלביימער באַרימען זיך מיט זייער שטאַלט. און נאָך: עס האָט מיר ממש אַ שלאָג געטאָן אין פּנים אַרײַן אַ רייצנדיקער ריח פֿון אַ געדיכט פֿאַרקאָכטער קאַווע. ביז הײַנט קען איך נישט פֿאַרשטיין, צי ס’איז געווען אַ מין שמעק־האַלוצינאַציע, צי אַ ווינטל האָט עס אַרײַנגעבראַכט פֿון די נאָענטע קוואַרטאַלן; ס’האָט זיך אָבער דער קאַווע־גערוך אַזוי פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון, אַז זינט דעמאָלט, ווען איך קום נאָר אַרויס פֿונעם פֿליפֿעלד אין ישׂראל, פֿיל איך דעם בגילופֿינדיקן ריח פֿון טערקישער קאַווע.
און פֿאָרט, ווי פֿאַרבלענדט און פֿאַרשיכּורט מיר זאָלן נישט געווען זײַן פֿון די ערשטע טריט אויף דער הייליקער ערד, האָבן אונדזערע אויגן געזוכט צווישן דעם המון, געקומען אָפּצונעמען די אָנגעקומענע קרובֿים און פֿרײַנד, די פּנימער פֿון אונדזערע „פּראָדוסערס‟.
באַגעגנט האָט אונדז נאָר עדואַרד. צונויפֿגענומען אין אַ ווינקל, האָט ער אונדז באַגריסט מיטן איינציקן וואָרט אויף עבֿרית, אויסגעלערנט, אַפּנים, אין די עטלעכע טעג, וואָס ער און זײַן שותּף האָבן פֿאַרבראַכט אין ישׂראל: „שלום!‟ — ווײַטער האָט ער שוין גערעדט אויף רוסיש, וואָס איז דערעסן געוואָרן די מאָלדאַווישע נאַציאָנאַליסטן, און האָט גיך אָנגענומען כּוח אין דער ייִדישער מדינה.
— איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז ישׂראל איז אַ קליין לאַנד, און די נײַ־אָנגעקומענע אימיגראַנטן פֿאַרשאַפֿן אַ סך פּראָבלעמען — יעדן דאַרף מען אויפֿנעמען און באַזאָרגן, כאָטש אויף דער ערשטער צײַט…
די ווערטער האָבן געקלונגען ווי אַרויסגענומען פֿונעם מויל בײַ אַן אַבסאָרבציע־טשינאָווניק; אָבער וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו אונדז, געקומען בלויז אויף אַ וואָך? כ’האָב אָנגעהויבן זיך אַרומצוקוקן, זוכנדיק מיט די אויגן מײַן פֿרײַנד, שמריהו לין. כ’בין נישט זיכער געווען, אַז ער וועט קומען אונדז צו באַגעגענען, כ’האָב אָבער געגלייבט, אָדער יעדנפֿאַלס, געוואָלט גלייבן אין דעם, אַז דאָ אין ישׂראל קומען פֿאָר נסים אָפֿטער איידער ערגעץ וווּ איבער דער וועלט.
— …איך גלייב, ניין, כ’בין זיכער, — איז עדואַרד, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום עיקר פֿון זײַן לאַנגער הקדמה מכּוח דעם איצטיקן מאָמענט אין לאַנד, — אַז יעדער פֿון אײַך וועט האָבן וווּ איבערצונעכטיקן, כאָטש אַ פּאָר טעג, ביז ראָמאַן און איך וועלן לייזן אויך די פּראָבלעם…
דער „אויך‟, באַטאָנט מיטן קול, האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די פּראָבלעם פֿונעם האָטעל איז נישט די איינציקע; עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע פּראָבלעמען, וואָס דערווײַל ווייסן מיר נישט וועגן זיי גאָרניט. כ’האָב אַ פֿיר געטאָן שטילערהייט מיטן בליק איבער די פּנימער פֿון אונדזער פֿילמיר־גרופּע, אָפּשאַצנדיק, כאָטש אויבערפֿלעכלעך, דעם מצבֿ. זעט אויס, אַז מײַן געזעלשאַפֿטלעכער אַמט, ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער קולטור אין מאָלדאָווע‟, האָט אין דעם מאָמענט אַרויפֿגעלייגט אויף מיר דאָס אַחריות צו זאָרגן פֿאַר „מײַנע ייִדן‟, וואָס זײַנען פֿאַקטיש פֿאַרפֿירט און געלאָזט געוואָרן אויף הפֿקר.

פֿון די אַכט מענטשן זײַנען פֿינף געווען ייִדן, אונדזער דירעקטאָרין איז געווען אַן אַרמענערין, נאָר געהאַט אַ ייִדישן פֿעטער; און דער מאָלער, שטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו און דער קינאָ־אָפּעראַטאָר סאַשע וואַסיליעוו זײַנען געווען סאַמעראָדנע קריסטן. די דירעקטאָרין האָט שוין נערוועז געבלעטערט איר נאָטיץ־ביכעלע, געזוכט, אַ פּנים, אַ פּאַסיקן טעלעפֿאָן פֿון אַ נוצלעכן מענטשן, ווי זי טוט עס כּסדר; אָבער געכאַפּט זיך, אַז זי געפֿינט זיך נישט אויף איר טעריטאָריע, האָט זי אומבאַהאָלפֿן אַראָפּגעלאָזט די הענט.
מילא, האָב איך געטראַכט, זעקס מענטשן פֿון דער גרופּע וועלן זיך מוזן געבן אַן עצה — פֿאָרט ייִדן; וואָס טוט מען אָבער מיט סאַשען און שטעפֿאַנען? זעט אויס, אַז אויף מײַן פּנים האָט זיך אָפּגעשטעמפּלט די פֿראַגע, געפֿרעגט בײַ זיך אַליין.
— איך וועל בלײַבן דאָ נעכטיקן, מיט מײַנע קינדער! — האָט דראַמאַטיש געזאָגט שטעפֿאַן. ער האָט אַ וווּנק געטאָן מיטן קאָפּ אויפֿן קאַסטן, וואָס איז נאָך אַלץ געשטאַנען אויפֿן באַגאַזש־וועגעלע. דאָרט זײַנען אײַנגעפּאַקעוועט געווען זײַנע פֿופֿצן לײַוונטן, געבראַכט צו פֿאַרקויפֿן זיי דאָ — זעט אויס, נאָך איין נישט געלייזטע פּראָמבלעם.
— איך וועל בלײַבן מיט שטעפֿאַנען, — האָט זיך אָנגערופֿן סאַשע. עס האָט אויסגעזען ווי אַ מין סאָלידאַריטעט־אַקט מצד דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט אין אונדזער פֿילמיר־גרופּע. סאַשע האָט גערעדט שטיל, נאָר איבערצײַגעוודיק: — דער איינציקער קרובֿ, וואָס כ’האָב דאָ געהאַט איז מיט יאָרן צוריק דערהרגעט געוואָרן…
וואַסיליעוו איז געווען אַ דאַרער און אַ הויכער — אַ גרויסע מעלה פֿאַר אַ קינאָ־אָפּעראַטאָר, — האָט ער אין דער קורצער רגע אַראָפּגעקוקט אויף יעדן פֿון אונדז, ווי פֿילמירט אַ פּאַנאָראַמע פֿון אַ געפּלעפֿטן המון.
—… כ’מיין, יעזוסן… — האָט סאַשע פּאַרפּינקטלעכט, — ער איז דאָך דאָ געקרייציקט געוואָרן…

זײַן ביטערער וויץ האָט אונדז אַלעמען אומגעקערט צום ניכטערן געפֿיל פֿון ווירקלעכקייט. לויט דער קלאַסישער טראַדיציע פֿון אַ פּראָווינציעלן ייִדישן טעאַטער, וואָלטן די אָפּגענאַרטע אַקטיאָרן זיך געדאַרפֿט איצט אַרויפֿוואַרפֿן אויפֿן דירעקטאָר (אין אונדזער פֿאַל — פּראָדוסער), און אים אָנלייגן אין די זײַטן. זײַנען מיר דאָך אָנגעקומען אין אַ לאַנד פֿון נסים. הערט זיך פּלוצעם, ווי אַ שופֿר מין השמים, דער שיינער באַריטאָן פֿון מײַן פֿרײַנד שמריהו לין.
— בינע אַץ וועניט!…
אַליין אַ רומענישער ייִד האָט שמריהו באַגריסט די געסט פֿון מאָלדאָווע מיטן זעלבן „ברוכים הבאָים‟, נאָר אויף דער שפּראַך פֿון זייער לאַנד. כ’בין נישט זיכער, צי אַפֿילו שטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו, דער איינציקער אין אונדזער גרופּע „מאָלדאַווישער נאַציאָנאַלער קאַדער‟ האָט געקענט זײַן מאַמע־לשון. אָבער אין דעם מאָמענט און אין דער סיטואַציע, ווײַט פֿון דער היים און געלאָזט אויף הפֿקר, האָבן די עטלעכע ווערטער אויף דער נײַער „מלוכישער שפּראַך‟ דערוואַרעמט אונדזערע הערצער, ווי אַ גוט ביסל מאָלדאַוויש ווײַן.
גענויער וועגן שמריהו לין וועל איך דערציילן שפּעטער, ווען ער, זיצנדיק אין אַ קאַפֿע, אַנטקעגן דעם באַרימטן העברעיִשן טעאַטער „הבימה‟, האָט זיך דערמאָנט אין זײַן קעשענעווער קינדשאַפֿט. איצט, אויסגעהערט מײַן קורצן ווידוי, האָט ער זיך אַ רגע פֿאַרטראַכט, עפּעס אויסגעזוכט אין זײַן קאָפּ און עס אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול:
— מע דאַרף אָנקלינגען צו יצחק קאָרן, אין ׳בית יהודי בסרביה׳.
המשך קומט