טײַערע לייענער,
די טעג איז בײַ מיר אַרויס אַ נײַ בוך קורצע דערציילונגען „מײַנע ייִדישע שיך‟. עלעקטראָנישע ביכער בײַ אומות־העולם איז שוין אַ פֿאַרשפּרייטע שיטה. האָב איך באַשלאָסן מיט מײַן נײַעם בוך אויך מאַכן אַ פּאָטשאַטיק אויף דעם פֿעלד, דהײַנו: אַרויסלאָזן אַזאַ עלעבוך (אויפֿן סמך פֿון „פּנים־בוך‟), וואָס מיינט עלעקטראָניש בוך, וואָס וועט אײַך דערמעגלעכן צו לייענען מײַנע דערציילונגען פֿון אַלע מאָדערנע עלעקטראָנישע מכשירים. דערצו נאָך בחינם!
לייענט און האָט הנאה!
באָריס סאַנדלער