ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו איז גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער מיט זײַנע אָריגינעלע אַרטיקלען וועגן נײַע ביכער און ליטעראַטור־דערשײַנונגען אין ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, וואָס באַווײַזן זיך שוין נישט איין יאָר אין “פֿאָרווערטס”. אין זײַן אויטאָגראַף דערציילט קרוטיקאָוו וועגן זײַנע פּלענער אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג.