עמיל קאַלין — בוקאַרעשטער שריפֿטן

דאָס נײַע בוך פֿון עמיל קאַלין „בוקאַרעשטער שריפֿטן‟ איז זײַן צווייט בוך. די נאָוועלן און דערציילונגען, וואָס זײַנען אַהין אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַלע געווען געדרוקט אויף אונדזער וועבזײַט. צונויפֿגענומען צוזאַמען, שאַפֿן זיי אַ ממשותדיק בילד פֿון אַ שאַפֿערישער תּקופֿה, דורכגעמאַכט פֿון אַן אויסגערײַפֿטן קינסטלער.

די פּערסאָנאַזשן פֿונעם בוך געהערן מערסטנס צום עלטערן דור, געבוירן אין די לענדער פֿון אַ טאָטאַליטאַרן סאָוועטישן רעזשים, וואָס האָט געלאָזט אין זייערע לעבנס אַ פּסיכישן פּגם. קאַלינס שפּראַך פֿאַרכאַפּט מיט איר נאַטירלעכקייט און אידיאַמאַטישקייט און עס בלײַבט נאָר זיך צו חידושן, פֿון וואַנען זיך נעמט בײַ דעם יונגן־מאַן, דערצויגן אויף עבֿריתּ אין ישׂראל אַזאַ ריינער יאָדערדיקער ייִדיש.

כּדי צו באַשטעלן דעם בוך, פֿאַרבינדט זיך מיט קאַלינען עלעקטראָניש:
emil.Kalin@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s