
משה לעמסטערס נײַ בוך איבערזעצונגען אויף רוסיש פֿון לידער, פּאָעמעס, און לירישער פּראָזע פֿאַראייניקט אונטער איין שער־בלאַט איין טעמע — דאָס לעבן פֿונעם מחבר אין מאָלדאָווע, באַזונדערס זײַנע באַציִונגען מיט די מאָלדאַוואַנען אין אַ מאָלדאַווישן דאָרף. שוין דער טיטל אַליין פֿונעם בוך, „אַ ייִד אין קאַנט פֿון ווײַן אין ליבע‟, — זאָגט וועגן דעם אָן דעם לייענער. דרײַ איבערזעצערס, באַוווּסטע רוסישע פּאָעטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם צוגרייטן דאָס בוך: רודאָלף אָלשעווסקי (1938־2003), פֿרעדי זאָרין (1949), וואַלערי פֿאָקין (1949). דער באַקאַנטער קינסטלער וואָלף בולבע אילוסטרירט שוין לעמסטערס דריטע בוך.