
דער ראָמאַן „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟ איז דאָס צווייטע בוך פֿון דער דילאָגיע „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟ (2011). דער הויפּט־העלד, דער ייִדישער שרײַבער דובֿ־בער קרופּניק פֿאָרט קיין מאָסקווע, כּדי אויסצוקלאָרן דעם גורל פֿון די ייִדישע אַרכיוון, קאָנפֿיסקירט אין די ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי אויך בײַ די אַרעסטירטע מאָסקווער ייִדישע שרײַבערס אין די סוף 1940ער יאָרן.
דער ראָמאַן כאַפּט אַרום דעם פּעריאָד צווישן 1981 ביזן יאָר 1994, אַ גורלדיקע צײַט פֿאַר דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בכלל און פֿאַר דעם סאָוועטישן ייִדנטום בפֿרט.
דאָס בוך קאָן מען באַשטעלן:
https://www.amazon.com/Mission-Moscow-Yiddish-Boris-Sandler/dp/1937417883/ref=sr_1_1?crid=293KX2R54VA0L&keywords=With+a+Mission+to+Moscow+sandler&qid=1648391927&sprefix=with+a+mission+to+moscow+sandler%2Caps%2C76&sr=8-1