לאַפּסוס־קאַקטוס — 7

אין די קינדער־יאָרן האָבן מיר ליב געהאַט צו בויען פֿון הילצערנע קוביקעס פֿאַרשיידענע קאָנסטרוקציעס. וויכטיק איז געווען אויסצושטעלן די קוביקעס אין אַ ריכטיקן סדר. אויב מ׳האָט עפּעס איבערגעפּלאָנטערט אָדער פֿאַרפֿעלט אַ קוביק, פֿלעגט די קאָנסטרוקציע גיך אײַנפֿאַלן און אַרויסרופֿן בײַם יונגן „אַרכיטעקט‟ אַ פֿאַרדראָס און טרערן.

אַקעגן וואָס האָב איך עס דערמאָנט? דער שרײַבער בשעתן בויען זײַן ווערק אַ זאַץ נאָך אַ זאַץ, דאַרף אין זינען האָבן יעדן פּראַט, אַניט וועט זײַן „קאָנסטרוקציע‟ אין אַ מאָמענט זיך צעפֿאַלן און צעשיטן.

ווי כ׳האָב שוין פֿריִער געזאָגט, זײַנען כּמעט אַלע בײַשפּילן, גענומען געוואָרן פֿון די אַרטיקלען, וואָס ס׳איז מיר אויסגעקומען צו רעדאַגירן אין „פֿאָרווערטס‟.

למשל, אַזאַ זאַץ:
די נײַע פּראָדוקציע האָט ברײַנע וואַסערמאַן רעזשיסירט, און זלמן מלאָטעק דינט ווי איר מוזיקאַלישער דירעקטאָר.

ערשטנס, איז פֿון דעם זאַץ נישט קלאָר, וועמען דינט זלמן מלאָטעק — דער נײַער פּראָדוקציע, צי ברײַנע וואַסערמאַן?

צווייטנס, איז נישט כּדאַי געווען צו בײַטן די צײַט פֿון פֿאַרגאַנגענהייט (אינעם ערשטן טייל פֿון זאַץ) אויף קעגנוואַרג (צווייטער טייל פֿון זאַץ).

דריטנס, איז דאָ דער ווערב „דינט‟ — גאָר נישט צום אָרט; עס מאַכט נישט וויכטיקער די ראָלע פֿון מלאָטיקן בנוגע „דער פּראָדוקציע‟ (אויב ער דינט דער פּראָדוקציע), און עס פֿאַרמינערט זײַן אַרבעט אין פֿאַרגלײַך מיט דער רעזשיסאָרין ברײַנע וואַסערמאַן (אויב ער דינט איר).

וואָס זשע בלײַבט דעם רעדאַקטאָר? ברענגען צו שלום די צוויי טיילן פֿון דעם צוויידײַטנדיקן זאַץ:

די נײַע פּראָדוקציע איז רעזשיסירט געוואָרן פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, און זלמן מלאָטעק איז געווען דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר.

אַן אַנדער זאַץ:
דער טאַטע, אָנגעטאָן מיט חסידישע קליידער, אַ שטרײַמל און לאַנגער באָרד, זיצט אויף דעם רעכטן עק פֿונעם טיש, און דאָס ווײַב — אויף דעם לינקן.

ערשטנס, נישט וויכטיק וואָסערע קליידער מע טראָגט — חסידישע אָדער מתנגדישע, גייט מען אָנגעטאָן אין די קליידער.

צווייטנס, פֿון דעם זאַץ קומט אַרויס, אַז אויך די „לאַנגע באָרד‟ איז אויפֿן טאַטן געווען אָנגעטאָן, כאָטש ס׳איז נישט פּורים.

דריטנס, ריכטיקער וואָלט געווען, אַז דער טאַטע און זײַן ווײַב זאָלן געווען זיצן אין דעם רעכטן און אין דעם לינקן עק פֿונעם טיש.

דער טאַטע מיט אַ לאַנגער באָרד, אָנגעטאָן אין חסידישע קליידער, זיצט אין דעם רעכטן עק פֿונעם טיש, און זײַן ווײַב — אין דעם לינקן.

ווען נוצט מען „אין‟ און ווען „אויף‟?

אויב דער סובסטאַנטיוו מיינט „טיפֿקייט‟, “רוים”, “פּערספּעקטיוו” — פּאָרט ער זיך מיט דער פּרעפּאָזיציע „אין‟:

אין טײַך, אין וואַסער, אין הימל, אין שפּיגל (אויך אַ מין טיפֿקייט), אין הויף, אין ווינקל, אין אַנדערן עק וועלט…

אויב דער סובסטאַנטיוו מיינט „פֿלאַך‟, פּאָרט ער זיך מיט דער פּרעפּאָזיציע „אויף‟:
אויף אַ בילד, אויף דער ערד, אויף דער דלאָניע, אויפֿן פֿעלד, אויפֿן טיש, אויפֿן דיל, אויפֿן בוידעם אַ יריד…

* * *

ס׳איז קיין מאָל נישט שפּעט צו וויסן, אַפֿילו נאָך פּסח:

דאָס בעסטע פֿון די עשׂר־מכּות זײַנען די קניידלעך מיט יויך!
אַ פֿריילעכן און זיסן פּסח!

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s